Yiddish
Hebrew
אידיש
1 און דער צאָרן פֿון גאָט האָט װידער געגרימט אױף ישׂראל, און ער האָט אָנגערעדט דָוִדן אַקעגן זײ, אַזױ צו זאָגן: גײ צײל איבער ישׂראל און יהוּדה. 2 און דער מלך האָט געזאָגט צו יוֹאָבֿ דעם חיל-פֿירער װאָס מיט אים: װאַנדער אַקאָרשט דורך אַלע שבֿטים פֿון ישׂראל, פֿון דן און ביז באֵר-שֶבֿע, און צײלט דאָס פֿאָלק כּדי איך זאָל װיסן דעם מספּר פֿון פֿאָלק. 3 האָט יוֹאָבֿ געזאָגט צום מלך זאָל גאָט דײַן האַר מערן דאָס פֿאָלק הונדערט מאָל אַזױ פֿיל װי זײ זײַנען, און די אױגן פֿון מײַן האַר דעם מלך זאָלן עס זען; אָבער צו װאָס װיל מײַן האַר דער מלך די דאָזיקע זאַך? 4 אָבער דאָס װאָרט פֿון דעם מלך איז געװען שטאַרק צו יוֹאָבֿן און צו די חיל-פֿירער, און יוֹאָבֿ און די חיל-פֿירער זײַנען אַרױסגעגאַנגען פֿון פֿאַרן מלך, צו צײלן דאָס פֿאָלק, ישׂראל. 5 און זײ זײַנען אַריבער דעם ירדן, און האָבן גערוט אין ערוער, אױף דער רעכטער זײַט פֿון דער שטאָט װאָס אין מיטן טאָל פֿון גָד, און צו יַעזֵר צו. 6 און זײ זײַנען געקומען קײן גִלעָד, און צו דעם לאַנד תַּחתּים-חָדשי, און זײ זײַנען געקומען קײן דָן-יַעַן, און רונד אַרום צו צידון. 7 און זײ זײַנען געקומען צו דער פֿעסטונג פֿון צור, און צו אַלע שטעט פֿון דעם חִוִי און דעם כּנַעַני, און זײ זײַנען אַרױסגעקומען אין דָרום יהוּדה בײַ באֵר-שֶבֿע. 8 און זײ האָבן דורכגעװאַנדערט דאָס גאַנצע לאַנד, און זײַנען צוריקגעקומען צום סָוף פֿון נײַן חדשים און צװאַנציק טעג קײן ירושלים. 9 און יוֹאָבֿ האָט איבערגעגעבן דעם מספּר פֿון דער צײלונג פֿון פֿאָלק צום מלך. און ישׂראל איז געװען אַכט מאָל הונדערט טױזנט קריגסלײַט װאָס ציִען אַ שװערד, און די מענער פֿון יהוּדה, פֿינף מאָל הונדערט טױזנט מאַן. 10 און דאָס האַרץ פֿון דָוִדן האָט אים געפּלאָגט נאָך דעם װי ער האָט געצײלט דאָס פֿאָלק, און דוד האָט געזאָגט צו גאָט: איך האָב זײער געזינדיקט װאָס איך האָב דאָס געטאָן; און אַצונד, גאָט, טו אָפּ, איך בעט דיך, דעם פֿאַרברעך פֿון דײַן קנעכט, װאָרום איך בין געװען נאַריש זײער. 11 און װי דוד איז אױפֿגעשטאַנען אין דער פֿרי, אַזױ איז דאָס װאָרט פֿון גאָט געװען צו גָד דעם נבֿיא, דָוִדס זעער, אַזױ צו זאָגן:
12 גײ און זאָלסט רעדן צו דָוִדן: אַזױ האָט גאָט געזאָגט: דרײַ זאַכן לײג איך אױף דיר; קלײַב דיר אױס אײנע פֿון זײ, װאָס איך זאָל דיר טאָן. 13 איז גָד געקומען צו דָוִדן און האָט אים דערצײלט, און האָט צו אים געזאָגט: זאָלן אױף דיר קומען זיבן יאָר הונגער אין דײַן לאַנד? אָדער זאָלסט דרײַ חדשים לױפֿן פֿאַר דײַנע פֿײַנט, און זײ זאָלן דיך נאָכיאָגן? אָדער דרײַ טעג זאָל זײַן אַ מגפֿה אין דײַן לאַנד? אַצונד באַטראַכט, און זע װאָס פֿאַר אַ באַשײד איך זאָל ברענגען צו דעם װאָס שיקט מיך. 14 האָט דוד געזאָגט צו גָדן: מיר איז זײער ענג. לאָמיר, איך בעט דיך, פֿאַלן אין דער האַנט פֿון גאָט, װאָרום זײַן רַחמָנות איז גרױס, און לאָמיך ניט פֿאַלן אין דער האַנט פֿון אַ מענטשן. 15 האָט גאָט געגעבן אַ מגפֿה אין ישׂראל פֿון אין דער פֿרי און ביז דער געשטעלטער צײַט, און עס זײַנען געשטאָרבן פֿון פֿאָלק, פֿון דן און ביז באֵר-שֶבֿע, זיבעציק טױזנט מאַן. 16 און דער מלאך האָט אױסגעשטרעקט זײַן האַנט אױף ירושלים זי אומצוברענגען; האָט גאָט חרטה געהאַט אױף דעם בײז, און ער האָט געזאָגט צו דעם מלאך װאָס האָט אומגעבראַכט צװישן פֿאָלק: גענוג! אַצונד לאָז אָפּ דײַן האַנט. און דער מלאך פֿון גאָט איז געװען בײַ דעם שײַער פֿון אַרַונֶה דעם יבֿוסי. 17 און דוד האָט גערעדט צו גאָט, װען ער האָט געזען דעם מלאך װאָס שלאָגט צװישן פֿאָלק, און ער האָט געזאָגט: זע, איך האָב געזינדיקט, און איך האָב פֿאַרבראָכן, אָבער די דאָזיקע שאָף, װאָס האָבן זײ געטאָן? זאָל, איך בעט דיך, דײַן האַנט זײַן אױף מיר און אױף מײַן פֿאָטערס הױז.
18 איז גָד געקומען צו דָוִדן אין יענעם טאָג, און ער האָט צו אים געזאָגט: גײ אַרױף, שטעל אױף צו גאָט אַ מזבח אין דעם שײַער פֿון אַרַונֶה דעם יבֿוסי. 19 איז דוד אַרױפֿגעגאַנגען לױט דעם װאָרט פֿון גָדן, אַזױ װי גאָט האָט באַפֿױלן. 20 און אַרַונֶה האָט אַ קוק געטאָן, און האָט דערזען װי דער מלך און זײַנע קנעכט קומען אַריבער צו אים; איז אַרַונֶה אַרױסגעגאַנגען, און האָט זיך געבוקט צום מלך מיט זײַן פּנים צו דער ערד. 21 און אַרַונֶה האָט געזאָגט: נאָך װאָס איז מײַן האַר דער מלך געקומען צו זײַן קנעכט? האָט דוד געזאָגט: אָפּצוקױפֿן פֿון דיר דעם שײַער אױף צו בױען אַ מזבח צו גאָט, כּדי די מגפֿה זאָל פֿאַרהאַלטן װערן פֿון פֿאָלק. 22 האָט אַרַונֶה געזאָגט צו דָוִדן: זאָל מײַן האַר דער מלך נעמען און אױפֿברענגען װאָס איז גוט אין זײַנע אױגן. זע, די רינדער זײַנען פֿאַר בראַנדאָפּפֿער, און די דרעששליטנס און די שפּאַנצײַג פֿון די רינדער פֿאַר האָלץ. 23 אַלץ האָט אַרַונֶה דער מלך אַװעקגעגעבן צום מלך. און אַרַונֶה האָט געזאָגט צום מלך: זאָל יהוה דײַן גאָט דיך באַװיליקן. 24 האָט דער מלך געזאָגט צו אַרַונֶהן: נײן, נײַערט קױפֿן װעל איך קױפֿן פֿון דיר פֿאַר געצאָלט, און איך װעל ניט אױפֿברענגען צו יהוה מײַן גאָט בראַנדאָפּפֿער פֿאַר אומזיסט. און דוד האָט אָפּגעקױפֿט דעם שײַער און די רינדער פֿאַר פֿופֿציק שקל זילבער. 25 און דוד האָט דאָרטן געבױט אַ מזבח צו גאָט, און האָט אױפֿגעבראַכט בראַנדאָפּפֿער און פֿרידאָפּפֿער. און גאָט האָט זיך איבערגעבעטן צום לאַנד, און די מגפֿה איז פֿאַרהאַלטן געװאָרן פֿון ישׂראל.
עברית
1 וַיֹּ֙סֶף֙ אַף־יְהוָ֔ה לַחֲר֖וֹת בְּיִשְׂרָאֵ֑ל וַיָּ֨סֶת אֶת־דָּוִ֤ד בָּהֶם֙ לֵאמֹ֔ר לֵ֛ךְ מְנֵ֥ה אֶת־יִשְׂרָאֵ֖ל וְאֶת־יְהוּדָֽה׃ 2 וַיֹּ֨אמֶר הַמֶּ֜לֶךְ אֶל־יוֹאָ֣ב שַׂר־הַחַ֣יִל אֲשֶׁר־אִתּ֗וֹ שֽׁוּט־נָ֞א בְּכָל־שִׁבְטֵ֤י יִשְׂרָאֵל֙ מִדָּן֙ וְעַד־בְּאֵ֣ר שֶׁ֔בַע וּפִקְד֖וּ אֶת־הָעָ֑ם וְיָ֣דַעְתִּ֔י אֵ֖ת מִסְפַּ֥ר הָעָֽם׃   ס 3 וַיֹּ֨אמֶר יוֹאָ֜ב אֶל־הַמֶּ֗לֶךְ וְיוֹסֵ֣ף יְהוָה֩ אֱלֹהֶ֨יךָ אֶל־הָעָ֜ם כָּהֵ֤ם וְכָהֵם֙ מֵאָ֣ה פְעָמִ֔ים וְעֵינֵ֥י אֲדֹנִֽי־הַמֶּ֖לֶךְ רֹא֑וֹת וַאדֹנִ֣י הַמֶּ֔לֶךְ לָ֥מָּה חָפֵ֖ץ בַּדָּבָ֥ר הַזֶּֽה׃ 4 וַיֶּחֱזַ֤ק דְּבַר־הַמֶּ֙לֶךְ֙ אֶל־יוֹאָ֔ב וְעַ֖ל שָׂרֵ֣י הֶחָ֑יִל וַיֵּצֵ֨א יוֹאָ֜ב וְשָׂרֵ֤י הַחַ֙יִל֙ לִפְנֵ֣י הַמֶּ֔לֶךְ לִפְקֹ֥ד אֶת־הָעָ֖ם אֶת־יִשְׂרָאֵֽל׃ 5 וַיַּעַבְר֖וּ אֶת־הַיַּרְדֵּ֑ן וַיַּחֲנ֣וּ בַעֲרוֹעֵ֗ר יְמִ֥ין הָעִ֛יר אֲשֶׁ֛ר בְּתוֹךְ־הַנַּ֥חַל הַגָּ֖ד וְאֶל־יַעְזֵֽר׃ 6 וַיָּבֹ֙אוּ֙ הַגִּלְעָ֔דָה וְאֶל־אֶ֥רֶץ תַּחְתִּ֖ים חָדְשִׁ֑י וַיָּבֹ֙אוּ֙ דָּ֣נָה יַּ֔עַן וְסָבִ֖יב אֶל־צִידֽוֹן׃ 7 וַיָּבֹ֙אוּ֙ מִבְצַר־צֹ֔ר וְכָל־עָרֵ֥י הַחִוִּ֖י וְהַֽכְּנַעֲנִ֑י וַיֵּֽצְא֛וּ אֶל־נֶ֥גֶב יְהוּדָ֖ה בְּאֵ֥ר שָֽׁבַע׃ 8 וַיָּשֻׁ֖טוּ בְּכָל־הָאָ֑רֶץ וַיָּבֹ֜אוּ מִקְצֵ֨ה תִשְׁעָ֧ה חֳדָשִׁ֛ים וְעֶשְׂרִ֥ים י֖וֹם יְרוּשָׁלָֽ͏ִם׃ 9 וַיִּתֵּ֥ן יוֹאָ֛ב אֶת־מִסְפַּ֥ר מִפְקַד־הָעָ֖ם אֶל־הַמֶּ֑לֶךְ וַתְּהִ֣י יִשְׂרָאֵ֡ל שְׁמֹנֶה֩ מֵא֨וֹת אֶ֤לֶף אִֽישׁ־חַ֙יִל֙ שֹׁ֣לֵֽף חֶ֔רֶב וְאִ֣ישׁ יְהוּדָ֔ה חֲמֵשׁ־מֵא֥וֹת אֶ֖לֶף אִֽישׁ׃ 10 וַיַּ֤ךְ לֵב־דָּוִד֙ אֹת֔וֹ אַחֲרֵי־כֵ֖ן סָפַ֣ר אֶת־הָעָ֑ם   ס וַיֹּ֨אמֶר דָּוִ֜ד אֶל־יְהוָ֗ה חָטָ֤אתִי מְאֹד֙ אֲשֶׁ֣ר עָשִׂ֔יתִי וְעַתָּ֣ה יְהוָ֔ה הַֽעֲבֶר־נָא֙ אֶת־עֲוֺ֣ן עַבְדְּךָ֔ כִּ֥י נִסְכַּ֖לְתִּי מְאֹֽד׃ 11 וַיָּ֥קָם דָּוִ֖ד בַּבֹּ֑קֶר   פ וּדְבַר־יְהוָ֗ה הָיָה֙ אֶל־גָּ֣ד הַנָּבִ֔יא חֹזֵ֥ה דָוִ֖ד לֵאמֹֽר׃
12 הָל֞וֹךְ וְדִבַּרְתָּ֣ אֶל־דָּוִ֗ד כֹּ֚ה אָמַ֣ר יְהוָ֔ה שָׁלֹ֕שׁ אָנֹכִ֖י נוֹטֵ֣ל עָלֶ֑יךָ בְּחַר־לְךָ֥ אַֽחַת־מֵהֶ֖ם וְאֶֽעֱשֶׂה־לָּֽךְ׃ 13 וַיָּבֹא־גָ֥ד אֶל־דָּוִ֖ד וַיַּגֶּד־ל֑וֹ וַיֹּ֣אמֶר ל֡וֹ הֲתָב֣וֹא לְךָ֣ שֶֽׁבַע שָׁנִ֣ים רָעָ֣ב בְּאַרְצֶ֡ךָ אִם־שְׁלֹשָׁ֣ה חֳ֠דָשִׁים נֻסְךָ֨ לִפְנֵֽי־צָרֶ֜יךָ וְה֣וּא רֹדְפֶ֗ךָ וְאִם־הֱ֠יוֹת שְׁלֹ֨שֶׁת יָמִ֥ים דֶּ֙בֶר֙ בְּאַרְצֶ֔ךָ עַתָּה֙ דַּ֣ע וּרְאֵ֔ה מָה־אָשִׁ֥יב שֹׁלְחִ֖י דָּבָֽר׃   ס 14 וַיֹּ֧אמֶר דָּוִ֛ד אֶל־גָּ֖ד צַר־לִ֣י מְאֹ֑ד נִפְּלָה־נָּ֤א בְיַד־יְהוָה֙ כִּֽי־רַבִּ֣ים רחמו וּבְיַד־אָדָ֖ם אַל־אֶפֹּֽלָה׃ 15 וַיִּתֵּ֨ן יְהוָ֥ה דֶּ֙בֶר֙ בְּיִשְׂרָאֵ֔ל מֵהַבֹּ֖קֶר וְעַד־עֵ֣ת מוֹעֵ֑ד וַיָּ֣מָת מִן־הָעָ֗ם מִדָּן֙ וְעַד־בְּאֵ֣ר שֶׁ֔בַע שִׁבְעִ֥ים אֶ֖לֶף אִֽישׁ׃ 16 וַיִּשְׁלַח֩ יָד֨וֹ הַמַּלְאָ֥ךְ יְרֽוּשָׁלִַם֮ לְשַׁחֲתָהּ֒ וַיִּנָּ֤חֶם יְהוָה֙ אֶל־הָ֣רָעָ֔ה וַ֠יֹּאמֶר לַמַּלְאָ֞ךְ הַמַּשְׁחִ֤ית בָּעָם֙ רַ֔ב עַתָּ֖ה הֶ֣רֶף יָדֶ֑ךָ וּמַלְאַ֤ךְ יְהוָה֙ הָיָ֔ה עִם־גֹּ֖רֶן האורנה הַיְבֻסִֽי׃   ס 17 וַיֹּאמֶר֩ דָּוִ֨ד אֶל־יְהוָ֜ה בִּרְאֹת֣וֹ אֶֽת־הַמַּלְאָ֣ךְ הַמַּכֶּ֣ה בָעָ֗ם וַיֹּ֙אמֶר֙ הִנֵּ֨ה אָנֹכִ֤י חָטָ֙אתִי֙ וְאָנֹכִ֣י הֶעֱוֵ֔יתִי וְאֵ֥לֶּה הַצֹּ֖אן מֶ֣ה עָשׂ֑וּ תְּהִ֨י נָ֥א יָדְךָ֛ בִּ֖י וּבְבֵ֥ית אָבִֽי׃   פ
18 וַיָּבֹא־גָ֥ד אֶל־דָּוִ֖ד בַּיּ֣וֹם הַה֑וּא וַיֹּ֣אמֶר ל֗וֹ עֲלֵה֙ הָקֵ֤ם לַֽיהוָה֙ מִזְבֵּ֔חַ בְּגֹ֖רֶן ארניה הַיְבֻסִֽי׃ 19 וַיַּ֤עַל דָּוִד֙ כִּדְבַר־גָּ֔ד כַּאֲשֶׁ֖ר צִוָּ֥ה יְהוָֽה׃ 20 וַיַּשְׁקֵ֣ף אֲרַ֗וְנָה וַיַּ֤רְא אֶת־הַמֶּ֙לֶךְ֙ וְאֶת־עֲבָדָ֔יו עֹבְרִ֖ים עָלָ֑יו וַיֵּצֵ֣א אֲרַ֔וְנָה וַיִּשְׁתַּ֧חוּ לַמֶּ֛לֶךְ אַפָּ֖יו אָֽרְצָה׃ 21 וַיֹּ֣אמֶר אֲרַ֔וְנָה מַדּ֛וּעַ בָּ֥א אֲדֹנִֽי־הַמֶּ֖לֶךְ אֶל־עַבְדּ֑וֹ וַיֹּ֨אמֶר דָּוִ֜ד לִקְנ֧וֹת מֵעִמְּךָ֣ אֶת־הַגֹּ֗רֶן לִבְנ֤וֹת מִזְבֵּ֙חַ֙ לַֽיהוָ֔ה וְתֵעָצַ֥ר הַמַּגֵּפָ֖ה מֵעַ֥ל הָעָֽם׃ 22 וַיֹּ֤אמֶר אֲרַ֙וְנָה֙ אֶל־דָּוִ֔ד יִקַּ֥ח וְיַ֛עַל אֲדֹנִ֥י הַמֶּ֖לֶךְ הַטּ֣וֹב בעינו רְאֵה֙ הַבָּקָ֣ר לָעֹלָ֔ה וְהַמֹּרִגִּ֛ים וּכְלֵ֥י הַבָּקָ֖ר לָעֵצִֽים׃ 23 הַכֹּ֗ל נָתַ֛ן אֲרַ֥וְנָה הַמֶּ֖לֶךְ לַמֶּ֑לֶךְ   ס וַיֹּ֤אמֶר אֲרַ֙וְנָה֙ אֶל־הַמֶּ֔לֶךְ יְהוָ֥ה אֱלֹהֶ֖יךָ יִרְצֶֽךָ׃ 24 וַיֹּ֨אמֶר הַמֶּ֜לֶךְ אֶל־אֲרַ֗וְנָה לֹ֚א כִּֽי־קָנ֨וֹ אֶקְנֶ֤ה מֵאֽוֹתְךָ֙ בִּמְחִ֔יר וְלֹ֧א אַעֲלֶ֛ה לַיהוָ֥ה אֱלֹהַ֖י עֹל֣וֹת חִנָּ֑ם וַיִּ֨קֶן דָּוִ֤ד אֶת־הַגֹּ֙רֶן֙ וְאֶת־הַבָּקָ֔ר בְּכֶ֖סֶף שְׁקָלִ֥ים חֲמִשִּֽׁים׃ 25 וַיִּבֶן֩ שָׁ֨ם דָּוִ֤ד מִזְבֵּ֙חַ֙ לַֽיהוָ֔ה וַיַּ֥עַל עֹל֖וֹת וּשְׁלָמִ֑ים וַיֵּעָתֵ֤ר יְהוָה֙ לָאָ֔רֶץ וַתֵּעָצַ֥ר הַמַּגֵּפָ֖ה מֵעַ֥ל יִשְׂרָאֵֽל׃