אידיש
1
און דוד האָט גערעדט צו גאָט די װערטער פֿון דעם דאָזיקן געזאַנג, אין דעם טאָג װאָס גאָט האָט אים מציל געװען פֿון דער האַנט פֿון אַלע זײַנע פֿײַנט, און פֿון דער האַנט פֿון שָאולן.
2
און ער האָט געזאָגט: יהוה איז מײַן פֿעלדז און מײַן פֿעסטונג, און דער װאָס מאַכט מיך אַנטרינען;
3
גאָט מײַן פֿעלדז װאָס איך שיץ מיך אין אים, מײַן שילד און דער האָרן פֿון מײַן הילף, מײַן טורעם און מײַן אַנטרינונג, מײַן העלפֿער, װאָס העלפֿסט מיך פֿון אומרעכט.
4
איך רוף; געלױבט איז יהוה! און פֿון מײַנע פֿײַנט װער איך געהאָלפֿן.
5
װאָרום אַרומגערינגלט האָבן מיך װעלן פֿון טױט, טײַכן פֿון אונטערגאַנג האָבן מיך געשראָקן;
6
שטריק פֿון אונטערערד האָבן מיך אַרומגענומען, אַקעגנגעקומען זײַנען מיר נעצן פֿון טױט.
7
האָב איך אין מײַן נױט גערופֿן צו יהוה, יאָ, צו מײַן גאָט האָב איך גערופֿן, און ער האָט געהערט פֿון זײַן טעמפּל מײַן קָול, און מײַן געשרײ [איז געקומען] אין זײַנע אױערן.
8
און געשאָקלט און געװאַקלט האָט זיך די ערד. די גרונטפֿעסטן פֿון הימל האָבן געציטערט; זײ האָבן זיך געשאָקלט, װײַל ער האָט געצערנט;
9
אַ רױך איז אױפֿגעגאַנגען אין זײַן נאָז, און פֿון זײַן מױל האָט אַ פֿײַער פֿאַרצערט; קױלן האָבן געברענט פֿון אים.
10
און ער האָט גענײַגט דעם הימל און גענידערט, מיט אַ נעבל אונטער זײַנע פֿיס.
11
און ער איז געריטן אױף אַ כּרובֿ און געפֿלױגן, און זיך באַװיזן אױף פֿליגלען פֿון װינט.
12
און ער האָט געמאַכט פֿינצטערניש פֿאַר בײַדלעך אַרום אים; אַ זאַמלונג פֿון װאַסערן, װאָלקנס געדיכטע.
13
פֿון דעם שימער פֿאַר אים האָבן פֿײַערקױלן געברענט.
14
געדונערט פֿון הימל האָט גאָט, און דער העכסטער האָט אַרױסגעלאָזט זײַן קָול.
15
און ער האָט אַרױסגעשיקט פֿײַלן און זײ צעשפּרײט, אַ בליץ- און זײ פֿאַרטומלט.
16
און די גראָבנס פֿון ים האָבן זיך באַװיזן, די גרונטפֿעסטן פֿון דער װעלט זײַנען אַנטפּלעקט געװאָרן, דורך דעם אָנגעשרײ פֿון גאָט, פֿון דעם אָטעמבלאָז פֿון זײַן נאָז.
17
ער האָט אױסגעשטרעקט פֿון דער הײך און מיך גענומען, מיך אַרױסגעצױגן פֿון װאַסערן גרױסע.
18
ער האָט מיך מציל געװען פֿון מײַן מאַכטיקן פֿײַנט, פֿון מײַנע שָׂונאים, װען זײ זײַנען געװען שטאַרקער פֿון מיר.
19
זײ זײַנען מיר אַקעגנגעקומען אין טאָג פֿון מײַן בראָך, אָבער גאָט איז מיר אַן אָנלען געװען.
20
ער האָט מיך אַרױסגעפֿירט אין דערברײטערניש, מיך אַרױסגעצױגן, װײַל ער האָט מיך באַגערט.
21
גאָט פֿאַרגעלט מיך לױט מײַן גערעכטיקײט, לױט דער רײנקײט פֿון מײַנע הענט קערט ער מיר אום.
22
װאָרום איך האָב געהיט די װעגן פֿון יהוה, און ניט פֿאַרבראָכן אַקעגן מײַן גאָט.
23
װאָרום אַלע זײַנע געזעצן זײַנען פֿאַר מיר, און זײַנע חוקים, דערפֿון קער איך ניט אָפּ.
24
און איך בין געװען צו אים גאַנץ, און האָב מיך געהיט פֿון מײַן זינדיקײט.
25
דרום האָט מיר אומגעקערט גאָט לױט מײַן גערעכטיקײט, לױט מײַן רײנקײט פֿאַר זײַנע אױגן.
26
מיט דעם גענאָדיקן װײַזטו זיך גענאָדיק, מיט דעם ערלעכן מאַן װײַזטו זיך ערלעך.
27
מיט דעם רײנעם װײַזטו זיך רײן, און מיט דעם קרומען װײַזטו זיך פֿאַרדרײט.
28
און דאָס אָרימע פֿאָלק טוסטו העלפֿן, און דײַנע אױגן זײַנען אױף די הױכע, דו זאָלסט זײ דערנידערן.
29
װאָרום דו ביסט מײַן ליכט יהוה, און יהוה באַשײַנט מײַן פֿינצטערניש.
30
װאָרום מיט דיר לױף איך קעגן אַ מחנה, מיט מײַן גאָט שפּרינג איך אַ מױער אַריבער.
31
גאָט- זײַן װעג איז גאַנץ; דאָס װאָרט פֿון יהוה איז געלײַטערט, ער איז אַ שילד פֿאַר אַלע װאָס שיצן זיך אין אים.
32
װאָרום װער איז אַ גאָט אױסער יהוה, און װער אַ פֿעלדז אױסער אונדזער גאָט?
33
דער גאָט װאָס איז מײַן שטאַרקע פֿעסטונג, און לאָזט גײן גלײַך מײַן װעג.
34
ער מאַכט מײַנע פֿיס גלײַך װי די הינדן, און אױף מײַנע הײכן טוט ער מיך שטעלן.
35
ער לערנט מײַנע הענט צו מלחמה, און אַ קופּערנעם בױגן בײגן אַראָפּ מײַנע אָרעמס.
36
און האָסט מיר געגעבן דעם שילד פֿון דײַן הילף, און דײַן מילדקײט טוט מיך גרײסן.
37
דערברײטערסט מײַן טריט אונטער מיר, און ניט אױסגעגליטשט האָבן זיך מײַנע קנעכלעך.
38
איך האָב געיאָגט מײַנע פֿײַנט און זײ פֿאַרטיליקט, און זיך ניט אומגעקערט ביז איך האָב זײ פֿאַרלענדט.
39
יאָ, איך האָב זײ פֿאַרלענדט און זײ צעהאַקט, אַז זײ קענען ניט אױפֿשטײן; און זײ זײַנען געפֿאַלן אונטער מײַנע פֿיס.
40
און האָסט מיך באַגורט מיט שטאַרקײט פֿאַר מלחמה, האָסט געבײגט מײַנע קעגנשטײער אונטער מיר.
41
און מײַנע פֿײַנט האָסטו געמאַכט מיטן נאַקן צו מיר, מײַנע שָׂונאים- איך זאָל זײ פֿאַרשנײַדן.
42
זײ האָבן זיך אומגעקוקט, און ניט געװען קײן העלפֿער, צו גאָט- און ער האָט זײ ניט געענטפֿערט.
43
און איך האָב זײ צעריבן װי שטױב פֿון דער ערד, װי גאַסנקױט זײ צעדריקט, זײ צעטרעטן.
44
און האָסט מיך געמאַכט אַנטרינען פֿון די קריג פֿון מײַן פֿאָלק, מיך געהיט אױף צו װערן דער קאָפּ פֿון די אומות; אַ פֿאָלק װאָס איך קען ניט, טוט מיר דינען.
45
די קינדער פֿון דעם פֿרעמדן גײען אײַן פֿאַר מיר, פֿון הערן מיטן אױער געהאָרכן זײ מיר.
46
די קינדער פֿון דעם פֿרעמדן װערן פֿאַרװעלקט, און קומען הינקענדיק אַרױס פֿון זײערע פֿעסטונגען.
47
עס לעבט יהוה, און געלױבט איז מײַן פֿעלדז, און דערהױבן איז גאָט דער פֿעלדז פֿון מײַן הילף;
48
דער גאָט װאָס גיט מיר נקמות, און מאַכט נידערן די אומות אונטער מיר,
49
און ציט מיך אַרױס פֿון מײַנע פֿײַנט; יאָ, איבער מײַנע קעגנשטײער דערהײבסטו מיך, פֿון דעם רױבמענטשן ביסטו מיך מציל.
50
דרום לױב איך דיך, גאָט, צװישן די פֿעלקער, און צו דײַן נאָמען טו איך זינגען.
51
אַ טורעם פֿון הילף איז ער פֿאַר זײַן מלך, און ער טוט חֶסד מיט זײַן געזאַלבטן, מיט דָוִדן און מיט זײַן זאָמען ביז אײביק.