אידיש
1
און עס איז געװען נאָך דעם, האָט דוד געפֿרעגט בײַ גאָט, אַזױ צו זאָגן: זאָל איך אַרױפֿגײן אין אײנער פֿון די שטעט פֿון יהוּדה? האָט גאָט צו אים געזאָגט: גײ אַרױף. האָט דוד געזאָגט: װוּהין זאָל איך אַרױפֿגײן? האָט ער געזאָגט: קײן חבֿרון.
2
איז דוד אַרױפֿגעגאַנגען אַהין, און אױך זײַנע צװײ װײַבער, אַחינוֹעם פֿון יזרעאל, און אַבֿיגַיִל די װײַב פֿון נָבֿלן פֿון כַּרמל.
3
און זײַנע מענטשן װאָס מיט אים האָט דוד אַרױפֿגעבראַכט, עטלעכן מיט זײַן הױזגעזינט; און זײ האָבן זיך באַזעצט אין די שטעט פֿון חבֿרון.
4
און די מענער פֿון יהוּדה זײַנען געקומען, און האָבן דאָרטן געזאַלבט דָוִדן פֿאַר אַ מלך איבער דעם הױז פֿון יהוּדה. האָט מען דערצײלט דָוִדן, אַזױ צו זאָגן: די מענטשן פֿון יָבֿש-גִלעָד זײַנען די װאָס האָבן באַגראָבן שָאולן.
5
האָט דוד געשיקט שלוחים צו די מענטשן פֿון יָבֿש-גִלעָד, און זײ געלאָזט זאָגן: געבענטשט זאָלט איר זײַן פֿון גאָט, װאָס איר האָט געטאָן דעם דאָזיקן חֶסד מיט אײַער האַר, מיט שָאולן, און האָט אים באַגראָבן.
6
און אַצונד, זאָל גאָט טאָן מיט אײַך חֶסד און טרײַשאַפֿט; און אױך איך װעל אײַך אָפּטאָן די דאָזיקע טובֿה, װאָס איר האָט געטאָן די דאָזיקע זאַך.
7
און אַצונד, זאָלן שטאַרק זײַן אײַערע הענט, און זײַט העלדישע יונגען; װאָרום אײַער האַר שָאול איז טױט, און אױך האָט מיך דאָס הױז פֿון יהוּדה געזאַלבט פֿאַר אַ מלך איבער זײ.
8
און אַבֿנר דער זון פֿון נֵרן, דער חיל-פֿירער פֿון שָאולן, האָט גענומען איש-בוֹשֶת דעם זון פֿון שָאולן, און האָט אים אַריבערגעפֿירט קײן מַחנַיִם.
9
און ער האָט אים געמאַכט פֿאַר אַ מלך איבער גִלעָד, און איבער דעם אשורי, און איבער יזרעאל און איבער אפֿרַיִם, און איבער בנימין, און איבער גאַנץ ישׂראל.
10
פֿערציק יאָר איז אַלט געװען איש-בוֹשֶת דער זון פֿון שָאולן, אַז ער איז געװאָרן מלך איבער ישׂראל, און צװײ יאָר האָט ער געקיניגט. אָבער דאָס הױז פֿון יהוּדה איז געװען הינטער דָוִדן.
11
און די צאָל פֿון די טעג װאָס דוד איז געװען מלך אין חבֿרון איבער דעם הױז פֿון יהוּדה, איז געװען זיבן יאָר און זעקס חדשים.
12
און אַבֿנר דער זון פֿון נֵרן, און די קנעכט פֿון איש-בוֹשֶת דעם זון פֿון שָאולן, זײַנען אַרױסגעגאַנגען פֿון מַחנַיִם קײן גבֿעון.
13
אױך יוֹאָבֿ דער זון פֿון צרוּיָהן, און די קנעכט פֿון דָוִדן, זײַנען אַרױסגעגאַנגען, און זײ האָבן זיך צונױפֿגעטראָפֿן מיט זײ אין אײנעם בײַם טײַך פֿון גבֿעון, און די האָבן זיך געזעצט פֿון דער זײַט טײַך, און די פֿון יענער זײַט טײַך.
14
און אַבֿנר האָט געזאָגט צו יוֹאָבֿן: זאָלן אַקאָרשט די יונגען אױפֿשטײן, און אַ שטיף טאָן פֿאַר אונדז. האָט יוֹאָבֿ געזאָגט: זאָלן זײ אױפֿשטײן.
15
זײַנען זײ אױפֿגעשטאַנען, און זײַנען אַריבערגעגאַנגען מיט אַ צאָל, צװעלף פֿאַר בנימין, און פֿאַר איש-בוֹשֶת דעם זון פֿון שָאולן, און צװעלף פֿון דָוִדס קנעכט.
16
און זײ האָבן אָנגענומען אײנער דעם אַנדערן פֿאַרן קאָפּ, מיט זײַן שװערד צום אַנדערנס זײַט, ביז זײ זײַנען געפֿאַלן אין אײנעם. און מע האָט גערופֿן יענעם אָרט חלקת-הצורים, װאָס איז גבֿעון.
17
און די מלחמה איז געװען זײער אַ שװערע אין יענעם טאָג, און אַבֿנר און די מענער פֿון ישׂראל זײַנען געשלאָגן געװאָרן פֿאַר די קנעכט פֿון דָוִדן.
18
און דאָרטן זײַנען געװען צרוּיָהס דרײַ זין, יוֹאָבֿ, און אַבֿישַי און עשׂהאל; און עשׂהאל איז געװען פֿלינק אױף זײַנע פֿיס, אַזױ װי אײנער פֿון די הינדן װאָס אין פֿעלד.
19
האָט עשׂהאל נאָכגעיאָגט אַבֿנרן, און ער האָט זיך ניט אָפּגענײַגט פֿון הינטער אַבֿנרן צו גײן רעכטס אָדער לינקס.
20
האָט אַבֿנר זיך אומגעקערט הינטער זיך, און האָט געזאָגט: ביסט דו דאָס, עשׂהאל? האָט ער געזאָגט: איך.
21
האָט אַבֿנר צו אים געזאָגט: נײַג זיך צו דײַן רעכטער זײַט אָדער צו דײַן לינקער, און כאַפּ דיר אָן אײנעם פֿון די יונגען, און נעם דיר זײַן אױסטו. אָבער עשׂהאל האָט זיך ניט געװאָלט אָפּקערן פֿון הינטער אים.
22
האָט אַבֿנר װידער געזאָגט צו עשׂהאלן: קער דיך אָפּ פֿון הינטער מיר; נאָך װאָס זאָל איך דיך שלאָגן צו דער ערד? און װי װעל איך אױפֿהײבן מײַן פּנים צו דײַן ברודער יוֹאָבֿן?
23
אָבער ער האָט זיך ניט געװאָלט אָפּקערן, און אַבֿנר האָט אים אַ זעץ געטאָן מיטן אונטערשטן טײל פֿון שפּיז אין בױך, ביז דער שפּיז איז אים אַרױס פֿון הינטן; און ער איז דאָרטן געפֿאַלן און געשטאָרבן אױפֿן אָרט. און עס איז געװען, איטלעכער װאָס איז געקומען צו דעם אָרט װאָס עשׂהאל איז דאָרטן געפֿאַלן און געשטאָרבן, האָט זיך אָפּגעשטעלט.
24
האָבן יוֹאָבֿ און אַבֿישַי נאָכגעיאָגט אַבֿנרן, און װי די זון איז אונטערגעגאַנגען, זײַנען זײ געקומען ביזן בערגל אַמָה װאָס פֿאַר גיחַ, אױפֿן װעג צום מדבר פֿון גבֿעון.
25
און די קינדער פֿון בנימין האָבן זיך אײַנגעזאַמלט הינטער אַבֿנרן, און זײ זײַנען געװאָרן צו אײן בונד; און זײ האָבן זיך געשטעלט אױפֿן שפּיץ פֿון אַ בערגל.
26
האָט אַבֿנר גערופֿן צו יוֹאָבֿן, און האָט געזאָגט: זאָל דען אײביק פֿאַרצערן די שװערד? װײסטו דען ניט אַז ביטער װעט זײַן צום סָוף? און ביז װאַנען װעסטו ניט הײסן דעם פֿאָלק זיך אומקערן פֿון הינטער זײערע ברידער?
27
האָט יוֹאָבֿ געזאָגט: אַזױ װי גאָט לעבט, אַז װען דו װאָלסט ניט גערעדט, װאָלט ערשט אין דער פֿרי דאָס פֿאָלק אָפּגעטרעטן אײנער פֿון הינטערן אַנדערן.
28
און יוֹאָבֿ האָט געבלאָזן אין שופֿר, און דאָס גאַנצע פֿאָלק האָט זיך אָפּגעשטעלט, און זײ האָבן מער ניט נאָכגעיאָגט ישׂראל, און האָבן מער װײַטער ניט מלחמה געהאַלטן.
29
און אַבֿנר און זײַנע מענטשן זײַנען געגאַנגען דורכן פּלױן יענע גאַנצע נאַכט, און זײ זײַנען אַריבער דעם ירדן, און דורכגעגאַנגען גאַנץ בִתרון, און געקומען קײן מַחנַיִם.
30
און יוֹאָבֿ האָט זיך אומגעקערט פֿון הינטער אַבֿנרן, און ער האָט אײַנגעזאַמלט דאָס גאַנצע פֿאָלק; האָבן געפֿעלט פֿון דָוִדס קנעכט נײַנצן מאַן און עשׂהאל.
31
און דָוִדס קנעכט האָבן געשלאָגן פֿון בנימין, צװישן אַבֿנרס מענטשן -דרײַ הונדערט און זעכציק מאַן זײַנען געבליבן טױט.
32
און עשׂהאלן האָבן זײ אַװעקגעטראָגן, און האָבן אים באַגראָבן אין קבֿר פֿון זײַן פֿאָטער װאָס אין בית-לחם. און יוֹאָבֿ און זײַנע מענטשן זײַנען געגאַנגען אַ גאַנצע נאַכט, און זײ איז ליכטיק געװאָרן אין חבֿרון.