אידיש
1
און עס איז געװען נאָך דעם, האָט זיך אַבֿשָלום אײַנגעשאַפֿט אַ רײַטװאָגן און פֿערד, און פֿופֿציק מאַן װאָס זײַנען געלאָפֿן אים פֿאַרױס.
2
און אַבֿשָלום פֿלעגט זיך פֿעדערן, און פֿלעגט זיך שטעלן בײַם װעג פֿון טױער; און עס איז געװען, יעטװעדער מאַן װאָס פֿלעגט האָבן אַ קריג װאָס דאַרף קומען צום מלך פֿאַר אַ משפּט, האָט אַבֿשָלום גערופֿן צו אים און געזאָגט: פֿון װאָסער שטאָט ביסטו? האָט יענער געזאָגט: פֿון אײנעם פֿון די שבֿטים פֿון ישׂראל איז דײַן קנעכט.
3
האָט אַבֿשָלום צו אים געזאָגט: זע, דײַנע טענות זײַנען גוטע און גערעכטע, אָבער קײנער פֿון מלך װעט דיר ניט צוהערן.
4
און אַבֿשָלום האָט געזאָגט: הלװאי מאַכט מען מיך פֿאַר אַ שופֿט אין לאַנד, און צו מיר זאָל קומען יעטװעדער מאַן װאָס האָט אַ קריג און אַ משפּט; איך װאָלט אים שױן געטאָן גערעכטיקײט.
5
און עס איז געװען, װי אַ מאַן האָט גענענט זיך צו בוקן צו אים, אַזױ פֿלעגט ער אױסשטרעקן זײַן האַנט, און אים אָננעמען, און אים קושן.
6
און אַבֿשָלום האָט געטאָן אַזױ װי די דאָזיקע זאַך צו גאַנץ ישׂראל װאָס פֿלעגן קומען פֿאַר אַ משפּט צום מלך. און אַבֿשָלום האָט געגנבֿעט דאָס האַרץ פֿון די מענער פֿון ישׂראל.
7
און עס איז געװען צום סָוף פֿון פֿערציק יאָר, האָט אַבֿשָלום געזאָגט צום מלך: לאָמיך גײן, איך בעט דיך, און באַצאָלן מײַן נדר װאָס איך האָב אַ נדר געטאָן צו גאָט, אין חבֿרון.
8
װאָרום אַ נדר האָט אַ נדר געטאָן דײַן קנעכט װען איך בין געזעסן אין גשור אין ארם, אַזױ צו זאָגן: אױב אומקערן װעט מיך גאָט אומקערן קײן ירושלים, װעל איך דינען גאָט.
9
האָט דער מלך צו אים געזאָגט: גײ בשלום. און ער איז אױפֿגעשטאַנען, און איז געגאַנגען קײן חבֿרון.
10
און אַבֿשָלום האָט געשיקט אױסקוקערס אין אַלע שבֿטים פֿון ישׂראל, אַזױ צו זאָגן: װי איר הערט דעם קָול פֿון שופֿר, אַזױ זאָלט איר זאָגן: אַבֿשָלום איז געװאָרן מלך אין חבֿרון.
11
און מיט אַבֿשָלומען זײַנען געגאַנגען צװײ הונדערט מאַן פֿון ירושלים, מיטגערופֿענע װאָס זײַנען געגאַנגען אומשולדיקערהײט; און זײ האָבן פֿון קײן זאַך ניט געװוּסט.
12
און אַבֿשָלום האָט געשיקט נאָך אַחיתּופֿל דעם גילוֹני, דעם בַעַל-יועץ פֿון דָוִדן, פֿון זײַן שטאָט, פֿון גילֹה, בעת ער האָט געשלאַכט די שלאַכטאָפּפֿער. און דער בונט איז געװען שטאַרק, און דאָס פֿאָלק האָט זיך געהאַלטן אין אײן פֿאַרמערן אַרום אַבֿשָלומען.
13
איז געקומען אַן אָנזאָגער צו דָוִדן, אַזױ צו זאָגן: דאָס האַרץ פֿון די מענער פֿון ישׂראל איז נאָך אַבֿשָלומען.
14
און דוד האָט געזאָגט צו אַלע זײַנע קנעכט װאָס מיט אים אין ירושלים: שטײט אױף, און לאָמיר אַנטלױפֿן, װאָרום מיר װעלן ניט האָבן קײן אַנטרינונג פֿון אַבֿשָלומען. אײַלט זיך אַװעקצוגײן, כּדי ער זאָל זיך ניט אונטעראײַלן און אונדז אָניאָגן, און ברענגען אױף אונדז דאָס בײז, און שלאָגן די שטאָט מיטן שאַרף פֿון שװערד.
15
האָבן די קנעכט פֿון מלך געזאָגט צום מלך: אַזױ װי אַלץ װאָס מײַן האַר דער מלך װעט אױסדערװײלן! דאָ זײַנען דײַנע קנעכט.
16
איז אַרױסגעגאַנגען דער מלך, און זײַן גאַנץ הױזגעזינט נאָך אים. און דער מלך האָט איבערגעלאָזן די צען קעפּסװײַבער צו היטן דאָס הױז.
17
און דער מלך איז אַרױסגעגאַנגען, און דאָס גאַנצע פֿאָלק נאָך אים, און זײ האָבן זיך אָפּגעשטעלט אין בית-מרחק.
18
און אַלע זײַנע קנעכט זײַנען אַריבערגעגאַנגען פֿאַרבײַ אים; און אַלע כּרֵתים און אַלע פּלֵתים, און אַלע גַתער, זעקס הונדערט מאַן װאָס זײַנען געקומען הינטער אים פֿון גַת, זײַנען אַריבערגעגאַנגען פֿאַרן מלך.
19
האָט דער מלך געזאָגט צו אִתַּין פֿון גַת: צו װאָס זאָלסט דו אױך גײן מיט אונדז? קער זיך אום, און בלײַב מיט דעם מלך, װאָרום דו ביסט אַ פֿרעמדער, און אױך ביסטו אַ פֿאַרטריבענער אין דײַן אָרט.
20
ערשט נעכטן ביסטו געקומען, און הײַנט זאָל איך דיך מאַכן װאָגלען צו גײן מיט אונדז, בעת איך אַלײן גײ װוּהין מיר װעט זיך מאַכן? קער זיך אום, און קער אום דײַנע ברידער מיט דיר אין גענאָד און טרײַשאַפֿט.
21
האָט אִתַּי געענטפֿערט דעם מלך און האָט געזאָגט: אַזױ װי גאָט לעבט, און אַזױ װי מײַן האַר דער מלך לעבט, אַז בלױז אין דעם אָרט װוּ מײַן האַר דער מלך װעט זײַן, סײַ צום טױט סײַ צום לעבן, נאָר דאָרטן װעט זײַן דײַן קנעכט!
22
האָט דוד געזאָגט צו אִתַּין: גײ און צי אַריבער. איז אִתַּי פֿון גַת אַריבערגעגאַנגען, און אַלע זײַנע מענטשן, און אַלע קלײנע קינדער װאָס מיט אים.
23
און דאָס גאַנצע לאַנד האָט געװײנט אױף אַ הױכן קָול, װען דאָס גאַנצע פֿאָלק איז אַריבערגעגאַנגען; און דער מלך איז אַריבער דעם טײַך קִדרון, און דאָס גאַנצע פֿאָלק איז אַריבערגעגאַנגען אַקעגן דעם װעג פֿון מדבר.
24
און אָט אױך צָדוֹק און אַלע לוִיִים מיט אים, טראָגנדיק דעם אָרון פֿון גאָטס בונד. און זײ האָבן אַװעקגעשטעלט דעם אָרון פֿון גאָט – אױך אבֿיתר איז אַרױפֿגעגאַנגען – ביז דאָס גאַנצע פֿאָלק האָט געענדיקט אַריבערגײן פֿון שטאָט.
25
האָט דער מלך געזאָגט צו צָדוֹקן: קער אום דעם אָרון פֿון גאָט אין שטאָט. אױב איך װעל געפֿינען לײַטזעליקײט אין די אױגן פֿון גאָט, װעט ער מיך אומקערן, און װעט מיך לאָזן זען אים און זײַן װױנונג.
26
און אױב ער װעט אַזױ זאָגן: ״איך װיל דיך ניט״, דאָ בין איך, זאָל ער טאָן מיט מיר אַזױ װי עס איז גוט אין זײַנע אױגן.
27
און דער מלך האָט געזאָגט צו צָדוֹק דעם כּהן: זעסטו, קער זיך אום בשלום אין שטאָט, און אַחימַעַץ דײַן זון און יהונתן דער זון פֿון אבֿיתרן, אײַערע בײדנס זין, מיט אײַך.
28
זעט, איך װעל זיך אױפֿהאַלטן אין די פּלױנען פֿון מדבר, ביז עס קומט פֿון אײַך אַ װאָרט מיר אָנצוזאָגן.
29
און צָדוֹק און אבֿיתר האָבן אומגעקערט דעם אָרון פֿון גאָט קײן ירושלים, און זײ זײַנען דאָרטן געבליבן.
30
און דוד איז אַרױפֿגעגאַנגען מיט דעם אַרױפֿגאַנג פֿאַר הר-הזֵיתים, אַרױפֿגעגאַנגען און געװײנט, און זײַן קאָפּ איז געװען פֿאַרדעקט, און ער איז געגאַנגען באָרװעס; און דאָס גאַנצע פֿאָלק װאָס מיט אים האָבן פֿאַרדעקט איטלעכער זײַן קאָפּ, און זײ זײַנען אַרױפֿגעגאַנגען, און אַרױפֿגײענדיק געװײנט.
31
האָט מען דערצײלט דָוִדן, אַזױ צו זאָגן: אַחיתּופֿל איז צװישן די װאָס בונטעװען זיך מיט אַבֿשָלומען. און דוד האָט געזאָגט: איך בעט דיך, גאָט, באַנאַריש די עצה פֿון אַחיתּופֿלן.
32
און עס איז געװען, װי דוד איז געקומען ביז דעם שפּיץ װאָס מע בוקט זיך דאָרטן צו גאָט, ערשט אים קומט אַנטקעגן חוּשַי, דער אַרכּי, מיט זײַן העמדל צעריסן, און ערד אױף זײַן קאָפּ.
33
האָט דוד צו אים געזאָגט: אַז דו גײסט אַריבער מיט מיר, װעסטו זײַן אױף מיר אַ לאַסט.
34
אָבער אַז דו װעסט זיך אין שטאָט אומקערן, און װעסט זאָגן צו אַבֿשָלומען: ״איך װעל זײַן דײַן קנעכט, מלך; דײַן פֿאָטערס קנעכט בין איך געװען פֿון אַ מאָל אָן, און אַצונד בין אין דײַן קנעכט״, װעסטו מיר פֿאַרשטערן די עצה פֿון אַחיתּופֿלן.
35
און מיט דיר זײַנען דאָך דאָרטן צָדוֹק און אבֿיתר די כּהנים; איז, איטלעך װאָרט װאָס דו װעסט הערן פֿון מלכס הױז, זאָלסטו דערצײלן צָדוֹק און אבֿיתר די כּהנים.
36
זע, דאָרטן זײַנען דאָ מיט זײ זײערע בײדנס זין, אַחימַעַץ צָדוֹקס און יהונתן אבֿיתרס, װעט איר דורך זײ מיר צושיקן איטלעך װאָרט װאָס איר װעט הערן.
37
און חוּשַי, דָוִדס גוטער פֿרײַנט, איז געקומען אין שטאָט, װען אַבֿשָלום האָט געזאָלט אָנקומען אין ירושלים.