אידיש
1
און גאָט האָט געשיקט נתנען צו דָוִדן, און ער איז צו אים געקומען, און האָט צו אים געזאָגט: צװײ מענטשן זײַנען געװען אין אײן שטאָט: אײנער אַן עושר און אײנער אַן אָרעמאַן.
2
בײַם עושר זײַנען געװען שאָף און רינדער זײער פֿיל,
3
און בײַם אָרעמאַן איז גאָרנישט געװען אחוץ אײן קלײן שעפֿעלע, װאָס ער האָט געקױפֿט און עס אױפֿגעהאָדעװעט, און עס איז אױפֿגעװאַקסן אין אײנעם מיט אים און מיט זײַנע קינדער. פֿון זײַן ביסן פֿלעגט עס עסן, און פֿון זײַן בעכער פֿלעגט עס טרינקען, און אין זײַן בוזעם פֿלעגט עס ליגן, און עס איז אים געװען װי אַ טאָכטער.
4
איז געקומען אַ דורכגײער צו דעם מאַן דעם עושר, און אים איז געװען אַ שאָד צו נעמען פֿון זײַנע שאָף און פֿון זײַנע רינדער, אױף צו מאַכן פֿאַר דעם אורח װאָס איז צו אים געקומען, האָט ער גענומען דאָס שעפֿעלע פֿון דעם אָרעמאַן, און האָט עס געמאַכט פֿאַר דעם מאַן װאָס איז צו אים געקומען.
5
האָט דער צאָרן פֿון דָוִדן שטאַרק געגרימט אױף דעם מאַן, און ער האָט געזאָגט צו נתנען: אַזױ װי גאָט לעבט, אַז טױט קומט דעם מאַן װאָס טוט דאָס דאָזיקע!
6
און פֿאַר דעם שעפֿעלע דאַרף ער באַצאָלן פֿירפֿאַכיק, דערפֿאַר װאָס ער האָט געטאָן די דאָזיקע זאַך, און פֿאַר װאָס ער האָט ניט רַחמָנות געהאַט.
7
האָט נתן געזאָגט צו דָוִדן: דו ביסט דער מאַן! אַזױ האָט געזאָגט יהוה דער גאָט פֿון ישׂראל: איך האָב דיך געזאַלבט פֿאַר אַ מלך איבער ישׂראל, און איך האָב דיך מציל געװען פֿון שאָולס האַנט;
8
און איך האָב דיר געגעבן דאָס הױז פֿון דײַן האַר, און די װײַבער פֿון דײַן האַר אין דײַן בוזעם, און האָב דיר געגעבן דאָס הױז פֿון ישׂראל און יהוּדה. און אױב דאָס איז װינציק, װעל איך דיר צולײגן נאָך און נאָך אַ מאָל אַזױ פֿיל.
9
פֿאַר װאָס האָסטו פֿאַראַכט דאָס װאָרט פֿון גאָט, צו טאָן װאָס איז שלעכט אין מײַנע אױגן? אוּרִיה דעם חִתּי האָסטו דערשלאָגן מיטן שװערד, און זײַן װײַב האָסטו דיר צוגענומען פֿאַר אַ װײַב; און האָסט אים געהרגעט דורך דער שװערד פֿון די קינדער פֿון עמון.
10
און אַצונד, זאָל זיך אױף אײביק ניט אָפּטאָן אַ שװערד פֿון דײַן הױז, דערפֿאַר װאָס דו האָסט מיך פֿאַראַכט, און האָסט גענומען די װײַב פֿון אוּרִיה דעם חִתּי דיר צו זײַן פֿאַר אַ װײַב.
11
אַזױ האָט גאָט געזאָגט: זע, איך שטעל-אױף אױף דיר אַן אומגליק פֿון דײַן הױז, און איך װעל נעמען דײַנע װײַבער פֿאַר דײַנע אױגן, און זײ געבן צו אַן אַנדערן, און ער װעט ליגן מיט דײַנע װײַבער פֿאַר די אױגן פֿון דער דאָזיקער זון.
12
װאָרום דו האָסט געטאָן אין פֿאַרבאָרגעניש, און איך װעל טאָן די דאָזיקע זאַך פֿאַר גאַנץ ישׂראל, און פֿאַר דער זון.
13
האָט דוד געזאָגט צו נתנען: איך האָב געזינדיקט צו גאָט. האָט נתן געזאָגט: גאָט האָט אױך אָפּגעטאָן דײַן זינד; װעסט ניט שטאַרבן.
14
אָבער װײַל לעסטערן האָסטו געלעסטערט די פֿײַנט פֿון גאָט מיט דער דאָזיקער זאַך, װעט אױך דאָס קינד װאָס איז דיר געבאָרן געװאָרן, זיכער שטאַרבן. און נתן איז אַװעקגעגאַנגען צו זײַן הױז.
15
און גאָט האָט געפּלאָגט דאָס קינד װאָס אוּרִיהס װײַב האָט געבאָרן דָוִדן, און ער איז געװאָרן חרובֿ.
16
האָט דוד געבעטן גאָט פֿאַר דעם ייִנגל, און דוד האָט געפֿאַסט אַ פֿאַסטונג, און אַז ער פֿלעגט אַהײם קומען, פֿלעגט ער נעכטיקן ליגנדיק אױף דער ערד.
17
זײַנען צוגעשטאַנען צו אים אַלע עלטסטע פֿון זײַן הױז, אים צו מאַכן אױפֿשטײן פֿון דער ערד, אָבער ער האָט ניט געװאָלט, און ער האָט ניט געגעסן מיט זײ קײן ברױט.
18
און עס איז געװען אױפֿן זיבעטן טאָג, איז דאָס קינד געשטאָרבן, און דָוִדס קנעכט האָבן מורא געהאַט אים אױסצוזאָגן אַז דאָס קינד איז געשטאָרבן; װאָרום זײ האָבן געזאָגט: זע, אַז דאָס קינד האָט געלעבט, האָבן מיר צו אים גערעדט, און ער האָט ניט צוגעהערט צו אונדזער קָול, הײַנט װי װעלן מיר זאָגן צו אים: דאָס קינד איז געשטאָרבן? ער װעט זיך נאָך אָנטאָן עפּעס בײז.
19
האָט דוד געזען אַז זײַנע קנעכט שושקן זיך, און דוד האָט פֿאַרשטאַנען אַז דאָס קינד איז געשטאָרבן, און דוד האָט געזאָגט צו זײַנע קנעכט: איז דאָס קינד געשטאָרבן? האָבן זײ געזאָגט: געשטאָרבן.
20
איז דוד אױפֿגעשטאַנען פֿון דער ערד, און ער האָט זיך געװאַשן און געזאַלבט, און איבערגעביטן זײַנע קלײדער; און ער איז געקומען אין גאָטס הױז, און האָט זיך געבוקט. און ער איז געקומען אין זײַן הױז, און האָט געבעטן, און מע האָט געלײגט פֿאַר אים ברױט, און ער האָט געגעסן.
21
האָבן זײַנע קנעכט צו אים געזאָגט: װאָס איז די דאָזיקע זאַך, װאָס דו האָסט געטאָן? פֿון װעגן דעם קינד, אַז עס האָט געלעבט, האָסטו געפֿאַסט און געװײנט, און װי דאָס קינד איז געשטאָרבן, ביסטו אױפֿגעשטאַנען און האָסט געגעסן ברױט?
22
האָט ער געזאָגט: אַז דאָס קינד האָט נאָך געלעבט האָב איך געפֿאַסט און געװײנט, װײַל איך האָב געקלערט: װער װײס, גאָט קען מיך לײַטזעליקן, און דאָס קינד װעט בלײַבן לעבן.
23
אַצונד אָבער אַז ער איז געשטאָרבן, נאָך װאָס זאָל איך פֿאַסטן? צי קען איך אים װידער אומקערן? איך גײ צו אים, אָבער ער װעט זיך ניט אומקערן צו מיר.
24
און דוד האָט געטרײסט זײַן װײַב בת-שֶבֿען, און ער איז געקומען צו איר, און איז געלעגן מיט איר. און זי האָט געבאָרן אַ זון, און ער האָט גערופֿן זײַן נאָמען שלמה, און גאָט האָט אים ליב געהאַט.
25
און ער האָט געשיקט דורך נתן דעם נבֿיא, און האָט גערופֿן זײַן נאָמען ידידיָה פֿון װעגן גאָט.
26
און יוֹאָבֿ האָט מלחמה געהאַלטן אױף רַבָה פֿון די קינדער פֿון עמון, און ער האָט באַצװוּנגען די מלוכה-שטאָט.
27
און יוֹאָבֿ האָט געשיקט שלוחים צו דָוִדן, און האָט געזאָגט: איך האָב מלחמה געהאַלטן אױף רַבָה, אױך האָב איך באַצװוּנגען די װאַסערשטאָט.
28
און אַצונד, זאַמל אײַן דאָס איבעריקע פֿאָלק, און לעגער אױף דער שטאָט, און באַצװינג זי; אַזיסט װעל איך באַצװינגען די שטאָט, און מײַן נאָמען װעט גערופֿן װערן אױף איר.
29
האָט דוד אײַנגעזאַמלט דאָס גאַנצע פֿאָלק, און ער איז געגאַנגען קײן רַבָה, און האָט מלחמה געהאַלטן אױף איר, און האָט זי באַצװוּנגען.
30
און ער האָט אַראָפּגענומען מַלכָּמס קרױן פֿון זײַן קאָפּ; און איר װאָג איז געװען אַ צענטנער גאָלד, דערצו טײַער געשטײן; און זי איז אָנגעטאָן געװאָרן אױף דָוִדס קאָפּ. און רױב פֿון דער שטאָט האָט ער אַרױסגעפֿירט זײער פֿיל.
31
און דאָס פֿאָלק װאָס אין איר האָט ער אַרױסגעפֿירט, און געלײגט אונטער זעגן, און אונטער אײַזערנע דרעששליטנס, און אונטער אײַזערנע העק, און האָט זײ געמאַכט דורכגײן דורך ציגלאױװנס. און אַזױ פֿלעגט ער טאָן צו אַלע שטעט פֿון די קינדער פֿון עמון. און דוד און דאָס גאַנצע פֿאָלק האָבן זיך אומגעקערט קײן ירושלים.