אידיש
1
און עס איז געװען נאָך שאָולס טױט, אַז דוד האָט זיך געהאַט אומגעקערט פֿון שלאָגן עַמָלק, און דוד איז געזעסן אין ציקלַג צװײ טעג,
2
און אױפֿן דריטן טאָג, ערשט אַ מאַן קומט אָן פֿון דעם לאַגער, פֿון שָאולן, און זײַנע קלײדער זײַנען צעריסן, און ערד איז אױף זײַן קאָפּ. און עס איז געװען, װי ער איז געקומען צו דָוִדן, אַזױ איז ער געפֿאַלן צו דער ערד, און האָט זיך געבוקט.
3
האָט דוד צו אים געזאָגט: פֿון װאַנען קומסטו? האָט ער צו אים געזאָגט: פֿון דעם לאַגער פֿון ישׂראל בין איך אַנטרונען געװאָרן.
4
האָט דוד צו אים געזאָגט: װי איז די זאַך געװען? דערצײל מיר, איך בעט דיך. האָט ער געזאָגט: דאָס פֿאָלק איז אַנטלאָפֿן פֿון דער מלחמה, און אױך זײַנען פֿיל פֿון דעם פֿאָלק געפֿאַלן און געשטאָרבן, און אױך שָאול און זײַן זון יהונתן זײַנען טױט.
5
האָט דוד געזאָגט צו דעם יונג װאָס האָט דאָס אים דערצײלט: װי אַזױ װײסטו אַז שָאול און זײַן זון יהונתן זײַנען טױט?
6
האָט דער יונג װאָס האָט אים דאָס דערצײלט, געזאָגט: איך האָב זיך גראָד געטראָפֿן אױף באַרג גִלבוֹע, ערשט שָאול איז אָנגעלענט אױף זײַן שפּיז, און אָט האָבן די רײַטװעגן און די רײַטמענער אים אָנגעיאָגט.
7
האָט ער זיך אומגעקערט הינטער זיך, און האָט מיך דערזען, און ער האָט גערופֿן צו מיר, און איך האָב געזאָגט: דאָ בין איך.
8
האָט ער צו מיר געזאָגט: װער ביסטו? האָב איך צו אים געזאָגט: אַן עַמָלקי בין איך.
9
האָט ער צו מיר געזאָגט: שטעל זיך, איך בעט דיך, לעבן מיר, און טײט מיך, װאָרום די גסיסה האָט מיך אָנגענומען; װאָרום נאָר װאָס מײַן נשמה האַלט זיך אין מיר.
10
האָב איך זיך געשטעלט לעבן אים, און האָב אים געטײט, װײַל איך האָב געװוּסט, אַז ער קען מער ניט לעבן נאָך זײַן פֿאַלן. און איך האָב גענומען די קרױן װאָס אױף זײַן קאָפּ, און דעם אָרעמבאַנד װאָס אױף זײַן אָרעם, און האָב זײ געבראַכט אַהער צו מײַן האַר.
11
האָט דוד אָנגענומען זײַנע קלײדער, און האָט זײ צעריסן, און דאָס גלײַכן אַלע מענטשן װאָס מיט אים.
12
און זײ האָבן געקלאָגט און געװײנט, און האָבן געפֿאַסט ביזן אָװנט אױף שָאולן און אױף יהונתן זײַן זון, און אױף דעם פֿאָלק פֿון גאָט, און אױף דעם הױז פֿון ישׂראל, װאָס זײ זײַנען געפֿאַלן דורכן שװערד.
13
און דוד האָט געזאָגט צו דעם יונג װאָס האָט דאָס אים דערצײלט: פֿון װאַנען ביסטו? האָט ער געזאָגט: איך בין דער זון פֿון אַ פֿרעמדן מאַן, אַן עַמָלקי.
14
האָט דוד צו אים געזאָגט: װי האָסטו ניט מורא געהאַט אױסצושטרעקן דײַן האַנט אומצוברענגען דעם געזאַלבטן פֿון גאָט?
15
און דוד האָט צוגערופֿן אײנעם פֿון די יונגען, און האָט געזאָגט: גענען, פֿאַל-צו אױף אים. און ער האָט אים געשלאָגן, און ער איז געשטאָרבן.
16
און דוד האָט צו אים געזאָגט: דײַן בלוט אױף דײַן קאָפּ! װאָרום דײַן מױל האָט עדות געזאָגט אױף דיר, אַזױ צו זאָגן: איך האָב געטײט דעם געזאַלבטן פֿון גאָט.
17
און דוד האָט געקלאָגט די דאָזיקע קלאָג אױף שָאולן און אױף יהונתן זײַן זון,
18
און ער האָט געזאָגט-כּדי צו לערנען די קינדער פֿון יהוּדה דעם בױגן; דאָס איז שױן פֿאַרשריבן אין בוך פֿון ישר:
19
די פּראַכט, ישׂראל, איז אױף דײַנע הײכן דערשלאָגן; װי זײַנען די גבורים געפֿאַלן!
20
ניט דערצײלן זאָלט איר אין גַת, ניט אָנזאָגן אין די גאַסן פֿון אַשקלון, כּדי די טעכטער פֿון די פּלִשתּים זאָלן זיך ניט פֿרײען, כּדי די טעכטער פֿון די אומבאַשניטענע זאָלן ניט קװעלן.
21
איר בערג פֿון גִלבוֹע, ניט טױ און ניט רעגן אױף אײַך, אָדער פֿעלדער געהױבענע! װאָרום דאָרט איז פֿאַרמיאוסט געװאָרן דער שילד פֿון גבורים, דער שילד פֿון שָאולן, מיט אײל ניט באַשמירט,
22
פֿון בלוט פֿון דערשלאָגענע, פֿון פֿעטס פֿון גבורים, האָט יהונתנס בױגן זיך צוריק ניט געצױגן, און די שװערד פֿון שָאולן זיך ניט אומגעקערט לײדיק.
23
שָאול און יהונתן, די באַליבטע און ליבע אין זײער לעבן, צו מאָל אין זײער טױט האָבן זײ זיך ניט צעשײדט. פֿון אָדלערס זײַנען זײ געװען פֿלינקער, פֿון לײבן זײַנען זײ געװען שטאַרקער.
24
איר טעכטער פֿון ישׂראל, אױף שָאולן װײנט, װאָס האָט אײַך אין רױטן געקלײדט, מיט תּענוגים דערצו, װאָס האָט אַרױפֿגעטאָן צירונג פֿון גאָלד אױף אײַער קלײד.
25
װי זײַנען די גבורים אין מלחמה געפֿאַלן-יהונתן אױף דײַנע הײכן דערשלאָגן!
26
מיך קלעמט נאָך דיר, יהונתן מײַן ברודער, ליב געװען ביסטו מיר זײער; װוּנדערלעך געװען איז דײַן ליבשאַפֿט צו מיר, מער װי די ליבשאַפֿט פֿון װײַבער.
27
װי זײַנען די גבורים געפֿאַלן, און אונטערגעגאַנגען די װאַפֿן פֿון מלחמה!