Yiddish
Hebrew
אידיש
1 און עס איז געװען אַ מאַן פֿון בנימין, װאָס זײַן נאָמען איז געװען קיש דער זון פֿון אַבֿיאֵל, דעם זון פֿון צרָור, דעם זון פֿון בכוֹרַת, דעם זון פֿון אַפֿיחַ, דעם זון פֿון אַ מאַן אַ בנימינער, אַ העלדישער גִבור. 2 און ער האָט געהאַט אַ זון, װאָס זײַן נאָמען איז געװען שָאול, יונג און שײן, און קײנער פֿון די קינדער פֿון ישׂראל איז ניט געװען שענער פֿון אים; פֿון זײַן אַקסל און אַרױף איז ער געװען העכער פֿון גאַנצן פֿאָלק. 3 זײַנען פֿאַרלאָרן געװאָרן די אײזעלינס בײַ קיש דעם פֿאָטער פֿון שָאולן, און קיש האָט געזאָגט צו זײַן זון שָאולן: נעם אַקאָרשט מיט דיר אײנעם פֿון די יונגען, און שטײ אױף, גײ זוך די אײזעלינס. 4 איז ער דורכגעגאַנגען דורכן געבערג פֿון אפֿרַיִם און איז דורכגעגאַנגען דורך לאַנד שָלִשָה, און זײ האָבן ניט געפֿונען; און זײ זײַנען דורכגעגאַנגען דורך לאַנד שַעֲלים, און ניטאָ; און ער איז דורכגעגאַנגען דורך לאַנד בנימין, און זײ האָבן ניט געפֿונען. 5 װי זײ זײַנען געקומען אין לאַנד צוף, אַזױ האָט שָאול געזאָגט צו זײַן יונג װאָס מיט אים: קום און לאָמיר זיך אומקערן, װאָרום מײַן פֿאָטער װעט נאָך אױפֿהערן זיך קימערן אום די אײזעלינס, און װעט דאגהן װעגן אונדז. 6 האָט ער צו אים געזאָגט: זע, איך בעט דיך, אַ געטלעכער מאַן איז דאָ אין דער דאָזיקער שטאָט, און דער מאַן איז אָנגעזען; אַלץ װאָס ער רעדט, קומט זיכער אָן. לאָמיר אַצונד גײן אַהין, אפֿשר װעט ער אונדז זאָגן װעגן אונדזער װעג װאָס מיר גײען אױף אים. 7 האָט שָאול געזאָגט צו זײַן יונג: אָבער זע, אַז מיר װעלן גײן, װאָס װעלן מיר ברענגען דעם מאַן? װאָרום דאָס ברױט איז אױסגעגאַנגען פֿון אונדזערע כּלים, און אַ מתּנה צו ברענגען דעם געטלעכן מאַן איז ניטאָ; װאָס איז דאָ בײַ אונדז? 8 האָט דער יונג װידער געענטפֿערט שָאולן און האָט געזאָגט: אָט געפֿינט זיך אין מײַן האַנט אַ פֿערטל שקל זילבער, װעל איך געבן דעם געטלעכן מאַן, און ער װעט אונדז זאָגן אונדזער װעג. 9 פֿריִער אין ישׂראל, האָט אַ מאַן אַזױ געזאָגט, אַז ער איז געגאַנגען פֿרעגן בײַ גאָט: קומט און לאָמיר גײן צום זעער; װאָרום דעם נבֿיא פֿון הײַנט פֿלעגט מען פֿריִער רופֿן זעער. 10 האָט שָאול געזאָגט צו זײַן יונג: דײַן װאָרט איז גוט; קום לאָמיר גײן. און זײ זײַנען אַװעק צו דער שטאָט װאָס דאָרטן איז געװען דער געטלעכער מאַן. 11 װי זײ גײען אַרױף דעם אַרױפֿגאַנג פֿון שטאָט, אַזױ האָבן זײ אָנגעטראָפֿן מײדלעך װאָס גײען אַרױס שעפּן װאַסער, און זײ האָבן צו זײ געזאָגט: איז דאָ פֿאַראַן דער זעער? 12 האָבן זײ געענטפֿערט און געזאָגט: ער איז דאָ, אָן פֿאַר דיר. אײַל זיך אַצונד, װאָרום הײַנט איז ער געקומען אין שטאָט, װײַל הײַנט איז אַן אָפּפֿערשלאַכטונג בײַם פֿאָלק אױף דער בָמָה. 13 װי איר קומט אַרײַן אין שטאָט, אַזױ װעט איר אים טרעפֿן, אײדער ער גײט אַרױף אױף דער בָמָה צו עסן; װײַל דאָס פֿאָלק עסט ניט ביז ער קומט, װאָרום ער בענטשט דאָס שלאַכטאָפּפֿער, דערנאָך עסן די גערופֿענע. און אַצונד גײט אַרױף, װאָרום גראָד הײַנט װעט איר אים טרעפֿן. 14 זײַנען זײ אַרױפֿגעגאַנגען צו דער שטאָט. זײ קומען אַרײַן אין שטאָט, ערשט שמואל גײט אַרױס אַקעגן זײ, כּדי אַרױפֿצוגײן אױף דער בָמָה. 15 און גאָט האָט אַנטפּלעקט שמואלס אױער אײן טאָג פֿאַר שאָולס קומען, אַזױ צו זאָגן: 16 מאָרגן אין דער צײַט װעל איך שיקן צו דיר אַ מאַן פֿון לאַנד בנימין, זאָלסטו אים זאַלבן פֿאַר אַ פֿירשט איבער מײַן פֿאָלק ישׂראל, און ער װעט העלפֿן מײַן פֿאָלק פֿון דער האַנט פֿון די פּלשתּים, װאָרום איך האָב צוגעזען מײַן פֿאָלק, װײַל זײַן געשרײ איז געקומען צו מיר. 17 און װי שמואל האָט דערזען שָאולן, אַזױ האָט גאָט אױסגערופֿן צו אים: אָט איז דער מאַן װאָס איך האָב דיר געזאָגט: דער דאָזיקער װעט הערשן אױף מײַן פֿאָלק. 18 און שָאול האָט גענענט צו שמואלן אין מיטן טױער, און האָט געזאָגט: זאָג מיר, איך בעט דיך, װוּ איז דאָ דאָס הױז פֿון דעם זעער? 19 האָט שמואל געענטפֿערט שָאולן און האָט געזאָגט: איך בין דער זעער; גײ אַרױף מיר פֿאַרױס צו דער בָמָה, און איר װעט עסן מיט מיר הײַנט, און אין דער פֿרי װעל איך דיך אַװעקשיקן, און אַלץ װאָס אױף דײַן האַרצן װעל איך דיר זאָגן. 20 און װעגן די אײזעלינס װאָס זײַנען בײַ דיר פֿאַרלאָרן שױן הײַנט דרײַ טעג, אױף זײ זאָלסטו ניט לײגן דײַן האַרץ, װאָרום זײ זײַנען געפֿונען געװאָרן. און פֿאַר װעמען איז אַל דאָס גלוסטיקע פֿון ישׂראל, אױב ניט פֿאַר דיר און פֿאַר דעם גאַנצן הױז פֿון דײַן פֿאָטער? 21 האָט געענטפֿערט שָאול און האָט געזאָגט: בין איך ניט פֿון בנימין, פֿון די קלענסטע שבֿטים פֿון ישׂראל, און מײַן משפּחה די מינדסטע פֿון אַלע משפּחות פֿון שבֿט בנימין? און פֿאַר װאָס רעדסטו צו מיר אַזאַ זאַך? 22 האָט שמואל גענומען שָאולן און זײַן יונג, און ער האָט זײ אַרײַנגעבראַכט אין קאַמער, און האָט זײ געגעבן אַן אָרט אױבן אָן פֿון די גערופֿענע, װאָס זײַנען געװען אַרום דרײַסיק מאַן. 23 און שמואל האָט געזאָגט צו דעם קוכער: דערלאַנג דעם חלק װאָס איך האָב דיר געגעבן, װאָס איך האָב דיר אָנגעזאָגט: לײג אים אַװעק בײַ דיר. 24 האָט דער קוכער אױפֿגעהױבן דעם שענקל און װאָס אױף אים, און אַװעקגעלײגט פֿאַר שָאולן, און [שמואל] האָט געזאָגט: אָט איז דאָס איבערגעלאָזענע; לײג פֿאַר דיר, עס, װאָרום אױף דער באַשטימטער צײַט איז עס געהאַלטן געװאָרן פֿאַר דיר; אַזױ צו זאָגן: איך האָב דאָך [צוליב דעם] דאָס פֿאָלק פֿאַררופֿן. האָט שָאול געגעסן מיט שמואלן אין יענעם טאָג. 25 און זײ האָבן אַראָפּגענידערט פֿון דער בָמָה אין שטאָט; און ער האָט גערעדט מיט שָאולן אױפֿן דאַך. 26 און זײ זײַנען אױפֿגעשטאַנען פֿרי; און עס איז געװען, װי דער פֿרימאָרגן איז אױפֿגעגאַנגען, אַזױ האָט שמואל גערופֿן צו שָאולן אױפֿן דאַך, אַזױ צו זאָגן: שטײ אױף, און איך װעל דיך אַרױסבאַלײטן. איז שָאול אױפֿגעשטאַנען, און זײ זײַנען בײדע אַרױסגעגאַנגען דערױסן, ער און שמואל. 27 װי זײ נידערן אַראָפּ צום עק שטאָט, אַזױ האָט שמואל געזאָגט צו שָאולן: זאָג דעם יונג, ער זאָל אַװעקגײן אונדז פֿאַרױס – און ער איז אַװעקגעגאַנגען – און דו שטײ אַקאָרשט, און איך װעל דיך לאָזן הערן דאָס װאָרט פֿון גאָט.
עברית
1 וֽ͏ַיְהִי־אִ֣ישׁ מבן־ימין וּ֠שְׁמוֹ קִ֣ישׁ בֶּן־אֲבִיאֵ֞ל בֶּן־צְר֧וֹר בֶּן־בְּכוֹרַ֛ת בֶּן־אֲפִ֖יחַ בֶּן־אִ֣ישׁ יְמִינִ֑י גִּבּ֖וֹר חָֽיִל׃ 2 וְלוֹ־הָיָ֨ה בֵ֜ן וּשְׁמ֤וֹ שָׁאוּל֙ בָּח֣וּר וָט֔וֹב וְאֵ֥ין אִ֛ישׁ מִבְּנֵ֥י יִשְׂרָאֵ֖ל ט֣וֹב מִמֶּ֑נּוּ מִשִּׁכְמ֣וֹ וָמַ֔עְלָה גָּבֹ֖הַּ מִכָּל־הָעָֽם׃ 3 וַתֹּאבַ֙דְנָה֙ הָאֲתֹנ֔וֹת לְקִ֖ישׁ אֲבִ֣י שָׁא֑וּל וַיֹּ֨אמֶר קִ֜ישׁ אֶל־שָׁא֣וּל בְּנ֗וֹ קַח־נָ֤א אִתְּךָ֙ אֶת־אַחַ֣ד מֵֽהַנְּעָרִ֔ים וְק֣וּם לֵ֔ךְ בַּקֵּ֖שׁ אֶת־הָאֲתֹנֹֽת׃ 4 וַיַּעֲבֹ֧ר בְּהַר־אֶפְרַ֛יִם וַיַּעֲבֹ֥ר בְּאֶֽרֶץ־שָׁלִ֖שָׁה וְלֹ֣א מָצָ֑אוּ וַיַּעַבְר֤וּ בְאֶֽרֶץ־שַׁעֲלִים֙ וָאַ֔יִן וַיַּעֲבֹ֥ר בְּאֶֽרֶץ־יְמִינִ֖י וְלֹ֥א מָצָֽאוּ׃ 5 הֵ֗מָּה בָּ֚אוּ בְּאֶ֣רֶץ צ֔וּף וְשָׁא֥וּל אָמַ֛ר לְנַעֲר֥וֹ אֲשֶׁר־עִמּ֖וֹ לְכָ֣ה וְנָשׁ֑וּבָה פֶּן־יֶחְדַּ֥ל אָבִ֛י מִן־הָאֲתֹנ֖וֹת וְדָ֥אַג לָֽנוּ׃ 6 וַיֹּ֣אמֶר ל֗וֹ הִנֵּה־נָ֤א אִישׁ־אֱלֹהִים֙ בָּעִ֣יר הַזֹּ֔את וְהָאִ֣ישׁ נִכְבָּ֔ד כֹּ֥ל אֲשֶׁר־יְדַבֵּ֖ר בּ֣וֹא יָב֑וֹא עַתָּה֙ נֵ֣לֲכָה שָּׁ֔ם אוּלַי֙ יַגִּ֣יד לָ֔נוּ אֶת־דַּרְכֵּ֖נוּ אֲשֶׁר־הָלַ֥כְנוּ עָלֶֽיהָ׃ 7 וַיֹּ֨אמֶר שָׁא֜וּל לְנַעֲר֗וֹ וְהִנֵּ֣ה נֵלֵךְ֮ וּמַה־נָּבִ֣יא לָאִישׁ֒ כִּ֤י הַלֶּ֙חֶם֙ אָזַ֣ל מִכֵּלֵ֔ינוּ וּתְשׁוּרָ֥ה אֵין־לְהָבִ֖יא לְאִ֣ישׁ הָאֱלֹהִ֑ים מָ֖ה אִתָּֽנוּ׃ 8 וַיֹּ֤סֶף הַנַּ֙עַר֙ לַעֲנ֣וֹת אֶת־שָׁא֔וּל וַיֹּ֕אמֶר הִנֵּה֙ נִמְצָ֣א בְיָדִ֔י רֶ֖בַע שֶׁ֣קֶל כָּ֑סֶף וְנָֽתַתִּי֙ לְאִ֣ישׁ הָאֱלֹהִ֔ים וְהִגִּ֥יד לָ֖נוּ אֶת־דַּרְכֵּֽנוּ׃ 9 לְפָנִ֣ים בְּיִשְׂרָאֵ֗ל כֹּֽה־אָמַ֤ר הָאִישׁ֙ בְּלֶכְתּוֹ֙ לִדְר֣וֹשׁ אֱלֹהִ֔ים לְכ֥וּ וְנֵלְכָ֖ה עַד־הָרֹאֶ֑ה כִּ֤י לַנָּבִיא֙ הַיּ֔וֹם יִקָּרֵ֥א לְפָנִ֖ים הָרֹאֶֽה׃ 10 וַיֹּ֨אמֶר שָׁא֧וּל לְנַעֲר֛וֹ ט֥וֹב דְּבָרְךָ֖ לְכָ֣ה נֵלֵ֑כָה וַיֵּֽלְכוּ֙ אֶל־הָעִ֔יר אֲשֶׁר־שָׁ֖ם אִ֥ישׁ הָאֱלֹהִֽים׃ 11 הֵ֗מָּה עֹלִים֙ בְּמַעֲלֵ֣ה הָעִ֔יר וְהֵ֙מָּה֙ מָצְא֣וּ נְעָר֔וֹת יֹצְא֖וֹת לִשְׁאֹ֣ב מָ֑יִם וַיֹּאמְר֣וּ לָהֶ֔ן הֲיֵ֥שׁ בָּזֶ֖ה הָרֹאֶֽה׃ 12 וַתַּעֲנֶ֧ינָה אוֹתָ֛ם וַתֹּאמַ֥רְנָה יֵּ֖שׁ הִנֵּ֣ה לְפָנֶ֑יךָ מַהֵ֣ר עַתָּ֗ה כִּ֤י הַיּוֹם֙ בָּ֣א לָעִ֔יר כִּ֣י זֶ֧בַח הַיּ֛וֹם לָעָ֖ם בַּבָּמָֽה׃ 13 כְּבֹאֲכֶ֣ם הָעִ֣יר כֵּ֣ן תִּמְצְא֣וּן אֹת֡וֹ בְּטֶרֶם֩ יַעֲלֶ֨ה הַבָּמָ֜תָה לֶאֱכֹ֗ל כִּ֠י לֹֽא־יֹאכַ֤ל הָעָם֙ עַד־בֹּא֔וֹ כִּֽי־הוּא֙ יְבָרֵ֣ךְ הַזֶּ֔בַח אַחֲרֵי־כֵ֖ן יֹאכְל֣וּ הַקְּרֻאִ֑ים וְעַתָּ֣ה עֲל֔וּ כִּֽי־אֹת֥וֹ כְהַיּ֖וֹם תִּמְצְא֥וּן אֹתֽוֹ׃ 14 וַֽיַּעֲל֖וּ הָעִ֑יר הֵ֗מָּה בָּאִים֙ בְּת֣וֹךְ הָעִ֔יר וְהִנֵּ֤ה שְׁמוּאֵל֙ יֹצֵ֣א לִקְרָאתָ֔ם לַעֲל֖וֹת הַבָּמָֽה׃   ס 15 וַֽיהוָ֔ה גָּלָ֖ה אֶת־אֹ֣זֶן שְׁמוּאֵ֑ל י֣וֹם אֶחָ֔ד לִפְנֵ֥י בֽוֹא־שָׁא֖וּל לֵאמֹֽר׃ 16 כָּעֵ֣ת מָחָ֡ר אֶשְׁלַח֩ אֵלֶ֨יךָ אִ֜ישׁ מֵאֶ֣רֶץ בִּנְיָמִ֗ן וּמְשַׁחְתּ֤וֹ לְנָגִיד֙ עַל־עַמִּ֣י יִשְׂרָאֵ֔ל וְהוֹשִׁ֥יעַ אֶת־עַמִּ֖י מִיַּ֣ד פְּלִשְׁתִּ֑ים כִּ֤י רָאִ֙יתִי֙ אֶת־עַמִּ֔י כִּ֛י בָּ֥אָה צַעֲקָת֖וֹ אֵלָֽי׃ 17 וּשְׁמוּאֵ֖ל רָאָ֣ה אֶת־שָׁא֑וּל וַיהוָ֣ה עָנָ֔הוּ הִנֵּ֤ה הָאִישׁ֙ אֲשֶׁ֣ר אָמַ֣רְתִּי אֵלֶ֔יךָ זֶ֖ה יַעְצֹ֥ר בְּעַמִּֽי׃ 18 וַיִּגַּ֥שׁ שָׁא֛וּל אֶת־שְׁמוּאֵ֖ל בְּת֣וֹךְ הַשָּׁ֑עַר וַיֹּ֙אמֶר֙ הַגִּֽידָה־נָּ֣א לִ֔י אֵי־זֶ֖ה בֵּ֥ית הָרֹאֶֽה׃ 19 וַיַּ֨עַן שְׁמוּאֵ֜ל אֶת־שָׁא֗וּל וַיֹּ֙אמֶר֙ אָנֹכִ֣י הָרֹאֶ֔ה עֲלֵ֤ה לְפָנַי֙ הַבָּמָ֔ה וַאֲכַלְתֶּ֥ם עִמִּ֖י הַיּ֑וֹם וְשִׁלַּחְתִּ֣יךָ בַבֹּ֔קֶר וְכֹ֛ל אֲשֶׁ֥ר בִּֽלְבָבְךָ֖ אַגִּ֥יד לָֽךְ׃ 20 וְלָאֲתֹנ֞וֹת הָאֹבְד֣וֹת לְךָ֗ הַיּוֹם֙ שְׁלֹ֣שֶׁת הַיָּמִ֔ים אַל־תָּ֧שֶׂם אֶֽת־לִבְּךָ֛ לָהֶ֖ם כִּ֣י נִמְצָ֑אוּ וּלְמִי֙ כָּל־חֶמְדַּ֣ת יִשְׂרָאֵ֔ל הֲל֣וֹא לְךָ֔ וּלְכֹ֖ל בֵּ֥ית אָבִֽיךָ׃   ס 21 וַיַּ֨עַן שָׁא֜וּל וַיֹּ֗אמֶר הֲל֨וֹא בֶן־יְמִינִ֤י אָ֙נֹכִי֙ מִקַּטַנֵּי֙ שִׁבְטֵ֣י יִשְׂרָאֵ֔ל וּמִשְׁפַּחְתִּי֙ הַצְּעִרָ֔ה מִכָּֽל־מִשְׁפְּח֖וֹת שִׁבְטֵ֣י בִנְיָמִ֑ן וְלָ֙מָּה֙ דִּבַּ֣רְתָּ אֵלַ֔י כַּדָּבָ֖ר הַזֶּֽה׃   ס 22 וַיִּקַּ֤ח שְׁמוּאֵל֙ אֶת־שָׁא֣וּל וְאֶֽת־נַעֲר֔וֹ וַיְבִיאֵ֖ם לִשְׁכָּ֑תָה וַיִּתֵּ֨ן לָהֶ֤ם מָקוֹם֙ בְּרֹ֣אשׁ הַקְּרוּאִ֔ים וְהֵ֖מָּה כִּשְׁלֹשִׁ֥ים אִֽישׁ׃ 23 וַיֹּ֤אמֶר שְׁמוּאֵל֙ לַטַּבָּ֔ח תְּנָה֙ אֶת־הַמָּנָ֔ה אֲשֶׁ֥ר נָתַ֖תִּי לָ֑ךְ אֲשֶׁר֙ אָמַ֣רְתִּי אֵלֶ֔יךָ שִׂ֥ים אֹתָ֖הּ עִמָּֽךְ׃ 24 וַיָּ֣רֶם הַ֠טַּבָּח אֶת־הַשּׁ֨וֹק וְהֶעָלֶ֜יהָ וַיָּ֣שֶׂם לִפְנֵ֣י שָׁא֗וּל וַיֹּ֙אמֶר֙ הִנֵּ֤ה הַנִּשְׁאָר֙ שִׂים־לְפָנֶ֣יךָ אֱכֹ֔ל כִּ֧י לַמּוֹעֵ֛ד שָֽׁמוּר־לְךָ֥ לֵאמֹ֖ר הָעָ֣ם קָרָ֑אתִי וַיֹּ֧אכַל שָׁא֛וּל עִם־שְׁמוּאֵ֖ל בַּיּ֥וֹם הַהֽוּא׃ 25 וַיֵּרְד֥וּ מֵהַבָּמָ֖ה הָעִ֑יר וַיְדַבֵּ֥ר עִם־שָׁא֖וּל עַל־הַגָּֽג׃ 26 וַיַּשְׁכִּ֗מוּ וַיְהִ֞י כַּעֲל֤וֹת הַשַּׁ֙חַר֙ וַיִּקְרָ֨א שְׁמוּאֵ֤ל אֶל־שָׁאוּל֙ הגג לֵאמֹ֔ר ק֖וּמָה וַאֲשַׁלְּחֶ֑ךָּ וַיָּ֣קָם שָׁא֗וּל וַיֵּצְא֧וּ שְׁנֵיהֶ֛ם ה֥וּא וּשְׁמוּאֵ֖ל הַחֽוּצָה׃ 27 הֵ֗מָּה יֽוֹרְדִים֙ בִּקְצֵ֣ה הָעִ֔יר וּשְׁמוּאֵ֞ל אָמַ֣ר אֶל־שָׁא֗וּל אֱמֹ֥ר לַנַּ֛עַר וְיַעֲבֹ֥ר לְפָנֵ֖ינוּ וַֽיַּעֲבֹ֑ר וְאַתָּה֙ עֲמֹ֣ד כַּיּ֔וֹם וְאַשְׁמִיעֲךָ֖ אֶת־דְּבַ֥ר אֱלֹהִֽים׃   פ