אידיש
1
און עס איז געװען, אַז שמואל איז אַלט געװאָרן, האָט ער געמאַכט זײַנע זין שופֿטים אױף ישׂראל.
2
און דער נאָמען פֿון זײַן ערשטגעבױרענעם זון איז געװען יוֹאֵל, און דער נאָמען פֿון דעם צװײטן פֿון אים אַבֿיָה; זײ זײַנען געװען שופֿטים אין באֵר-שֶבֿע.
3
און זײַנע זין זײַנען ניט געגאַנגען אין זײַנע װעגן, און זײ האָבן זיך אָפּגענײַגט נאָך געװין, און האָבן גענומען שוחד, און פֿאַרדרײט דעם משפּט.
4
האָבן זיך אַרײַנגעזאַמלט אַלע עלטסטע פֿון ישׂראל, און זײ זײַנען געקומען צו שמואלן קײן רמה,
5
און האָבן צו אים געזאָגט: זע, דו ביסט אַלט, און דײַנע זין גײען ניט אין דײַנע װעגן. אַצונד מאַך אונדז אַ מלך צו משפּטן אַזױ װי אַלע פֿעלקער.
6
און די זאַך איז געװען שלעכט אין די אױגן פֿון שמואלן, אַז זײ האָבן געזאָגט: גיב אונדז אַ מלך אונדז צו משפּטן. און שמואל האָט מתפּלל געװען צו גאָט.
7
האָט גאָט געזאָגט צו שמואלן: הער צו דעם קָול פֿון דעם פֿאָלק אין אַלץ װאָס זײ זאָגן צו דיר; װאָרום ניט דיך האָבן זײ פֿאַראַכט, נאָר מיך האָבן זײ פֿאַראַכט פֿון צו קיניגן איבער זײ.
8
אַזױ װי אַלע זײערע טוּונגען װאָס זײ האָבן געטאָן פֿון דעם טאָג װאָס איך האָב זײ אױפֿגעבראַכט פֿון מצרַיִם און ביז הײַנטיקן טאָג, װאָס זײ האָבן מיך פֿאַרלאָזן און געדינט פֿרעמדע געטער, אַזױ טוען זײ אױך צו דיר.
9
און אַצונד, הער צו זײער קָול, נאָר װאָרענען זאָלסטו זײ װאָרענען, און זײ דערצײלן דעם שטײגער פֿון דעם מלך װאָס װעט קיניגן איבער זײ.
10
האָט שמואל געזאָגט אַלע װערטער פֿון גאָט צו דעם פֿאָלק װאָס האָט פֿאַרלאַנגט פֿון אים אַ מלך.
11
און ער האָט געזאָגט: דאָס װעט זײַן דער שטײגער פֿון דעם מלך װאָס װעט קיניגן איבער אײַך: אײַערע זין װעט ער צונעמען און װעט זײ פֿאַרטאָן פֿאַר זיך בײַ זײַן רײַטװאָגן, און בײַ זײַנע פֿערד, און זײ װעלן לױפֿן פֿאַר זײַן רײַטװאָגן.
12
און ער װעט זײ זיך מאַכן פֿאַר הױפּטלײַט פֿון טױזנט, און הױפּטלײַט פֿאַר פֿופֿציק, און אױף צו אַקערן זײַן אַקער, און צו שנײַדן זײַן שניט, און צו מאַכן זײַנע כּלי-מלחמה, און די שפּאַנצײַג פֿון זײַנע רײַטװעגן.
13
און אײַערע טעכטער װעט ער צונעמען פֿאַר בשׂמים-מאַכערינס, און פֿאַר קעכינס, און פֿאַר בעקערינס.
14
און אײַערע בעסטע פֿעלדער און װײַנגערטנער און אײלבערטגערטנער װעט ער צונעמען און אַװעקשענקען צו זײַנע קנעכט.
15
און פֿאַר אײַערע זאָמען און אײַערע װײַנגערטנער װעט ער נעמען מעשׂר, און אַװעקשענקען צו זײַנע הױפֿדינער און צו זײַנע קנעכט.
16
און אײַערע קנעכט און אײַערע דינסטן און אײַערע בעסטע בחורים און אײַערע אײזלען װעט ער צונעמען, און פֿאַרטאָן פֿאַר זײַן אַרבעט.
17
פֿון אײַערע שאָף װעט ער נעמען מעשׂר; און איר װעט זײַן קנעכט בײַ אים.
18
און איר װעט שרײַען אין יענעם טאָג פֿון װעגן אײַער מלך װאָס איר האָט אײַך אױסדערװײלט, און גאָט װעט אײַך ניט ענטפֿערן אין יענעם טאָג.
19
אָבער דאָס פֿאָלק האָט ניט געװאָלט צוהערן צו דעם קָול פֿון שמואלן, און זײ האָבן געזאָגט: נײן, נאָר דװקא אַ מלך מוז זײַן איבער אונדז,
20
אַז מיר זאָלן אױך זײַן אַזױ װי אַלע פֿעלקער, און אונדזער מלך זאָל אונדז משפּטן, און אַרױסגײן אונדז פֿאַרױס, און פֿירן אונדזערע מלחמות.
21
און שמואל האָט געהערט אַלע װערטער פֿון פֿאָלק, און ער האָט זײ דערצײלט אין די אױערן פֿון גאָט.
22
און גאָט האָט געזאָגט צו שמואלן: הער צו זײער קָול, און זאָלסט זײ מאַכן אַ מלך. האָט שמואל געזאָגט צו די מענער פֿון ישׂראל: גײט איטלעכער צו זײַן שטאָט.