Yiddish
Hebrew
אידיש
1 און דער אָרון פֿון גאָט איז אָפּגעװען אין פֿעלד פֿון די פּלשתּים זיבן חדשים. 2 האָבן די פּלשתּים גערופֿן די פּריסטער און די װאָרזאָגער, אַזױ צו זאָגן: װאָס זאָלן מיר טאָן מיט דעם אָרון פֿון גאָט? מאַכט אונדז װיסן מיט װאָס מיר זאָלן אים אָפּשיקן צו זײַן אָרט. 3 האָבן זײ געזאָגט: אַז איר שיקט אָפּ דעם אָרון פֿון דעם גאָט פֿון ישׂראל, זאָלט איר אים ניט אָפּשיקן מיט לײדיקן; נײַערט אָפּצאָלן זאָלט איר אים אָפּצאָלן אַ שולדאָפּפֿער; דענצמאָל װעט איר געהײלט װערן, און אײַך װעט באַװוּסט װערן פֿאַר װאָס זײַן האַנט האָט זיך ניט אָפּגעטאָן פֿון אײַך. 4 האָבן זײ געזאָגט: װאָס זאָל זײַן דאָס שולדאָפּפֿער װאָס מיר זאָלן אים אָפּצאָלן? האָבן זײ געזאָגט: לױט דער צאָל פֿון די פֿירשטן פֿון די פּלשתּים, פֿינף גילדערנע בלאָטערן און פֿינף גילדערנע מײַז; װאָרום אײן מגפֿה איז געװען אױף אַלעמען און אױף אײַערע פֿירשטן. 5 דרום זאָלט איר מאַכן די געשטאַלטן פֿון אײַערע בלאָטערן, און די געשטאַלטן פֿון אײַערע מײַז, װאָס פֿאַרדאַרבן אײַער לאַנד, און איר זאָלט געבן כּבֿוד צום גאָט פֿון ישׂראל; אפֿשר װעט ער פֿאַרגרינגערן זײַן האַנט פֿון אײַך, און פֿון אײַערע געטער, און פֿון אײַער לאַנד. 6 און נאָך װאָס זאָלט איר האַרט מאַכן אײַער האַרץ, אַזױ װי די מִצרים און פּרעה האָבן געמאַכט זײער האַרץ? פֿאַר װאָר, אַז ער האָט זיך אָנגעטאָן אָן זײ, האָבן זײ זײ אַװעקגעלאָזן, און זײ זײַנען אַװעקגעגאַנגען. 7 און אַצונד, נעמט און מאַכט אַ נײַעם װאָגן, און צװײ געקעלבטע קי, װאָס אױף זײ איז ניט אַרױף אַ יאָך; און איר זאָלט אײַנשפּאַנען די קי אין דעם װאָגן, און אומקערן זײערע קעלבער פֿון הינטער זײ אַהײם. 8 און איר זאָלט נעמען דעם אָרון פֿון גאָט, און אים אַרױפֿלײגן אױפֿן װאָגן, און די גילדערנע זאַכן װאָס איר צאָלט אים אָפּ פֿאַר אַ שולדאָפּפֿער, זאָלט איר אַרײַנטאָן אין אַ קאַסטן אים בײַן זײַט; און איר זאָלט אים אַװעקלאָזן ער זאָל גײן. 9 װעט איר זען, אױב מיט דעם װעג פֿון זײַן געמאַרק װעט ער אַרױפֿגײן, קײן בית-שֶמֶש, האָט ער אונדז געטאָן דאָס דאָזיקע גרױסע בײז, און אױב ניט, װעלן מיר װיסן אַז ניט זײַן האַנט האָט אונדז געטראָפֿן; דאָס איז אונדז אַ סיבה געשען. 10 האָבן די מענטשן אַזױ געטאָן; און זײ האָבן גענומען צװײ געקעלבטע קי, און זײ אײַנגעשפּאַנט אין אַ װאָגן און זײערע קעלבער האָבן זײ פֿאַרשפּאַרט אין דער הײם. 11 און זײ האָבן אַרױפֿגעטאָן אױפֿן װאָגן דעם אָרון פֿון גאָט, און דעם קאַסטן מיט די גילדערנע מײַז און די געשטאַלטן פֿון זײערע בלאָטערן. 12 און די קי האָבן זיך פֿאַרנומען גלײַך מיטן װעג, אױפֿן װעג פֿון בית-שֶמֶש; אױף אײן שליאַך זײַנען זײ געגאַנגען, געגאַנגען און געמרוקעט, און זײ האָבן זיך ניט אָפּגעקערט רעכטס אָדער לינקס. און די פֿירשטן פֿון די פּלשתּים זײַנען געגאַנגען הינטער זײ ביז דעם געמאַרק פֿון בית-שֶמֶש. 13 און די בית-שֶמֶשער האָבן געשניטן דעם שניט פֿון װײץ און טאָל, און זײ האָבן אױפֿגעהױבן זײערע אױגן, און האָבן דערזען דעם אָרון, און האָבן זיך דערפֿרײט אים צו זען. 14 און דער װאָגן איז צוגעקומען צו דעם פֿעלד פֿון יהושוע דעם בית-שֶמֶשער, און האָט זיך דאָרטן אָפּגעשטעלט. און דאָרטן איז געװען אַ גרױסער שטײן, האָבן זײ צעהאַקט דאָס האָלץ פֿון װאָגן, און די קי האָבן זײ אױפֿגעבראַכט אַ בראַנדאָפּפֿער צו גאָט. 15 און די לוִיִים האָבן אַראָפּגענומען דעם אָרון פֿון גאָט און דעם קאַסטן װאָס מיט אים, װאָס דרינען זײַנען געװען די גילדערנע זאַכן, און אַרױפֿגעטאָן אױף דעם גרױסן שטײן. און די מענטשן פֿון בית-שֶמֶש האָבן אױפֿגעבראַכט בראַנדאָפּפֿער און געשלאַכט שלאַכטאָפּפֿער אין יענעם טאָג צו גאָט. 16 און די פֿינף פֿירשטן פֿון די פּלשתּים האָבן דאָס געזען, און זײ האָבן זיך אומגעקערט קײן עקרון אין דעם אײגענעם טאָג. 17 און דאָס זײַנען די גילדערנע בלאָטערן װאָס די פּלשתּים האָבן אָפּגעצאָלט אַ שולדאָפּפֿער צו גאָט: פֿאַר אַשדוד אײנער, פֿאַר עַזָה אײנער, פֿאַר אַשקלון אײנער, פֿאַר גַת אײנער, פֿאַר עקרון אײנער. 18 און די גילדערנע מײַז זײַנען געװען די צאָל פֿון אַלע שטעט פֿון די פּלשתּים אונטער די פֿינף פֿירשטן, פֿון אַ פֿעסטונגשטאָט און ביז אַן אָפֿענעם דאָרף, און ביז דעם גרױסן שטײן, װאָס זײ האָבן אױף אים אַרױפֿגעלײגט דעם אָרון פֿון גאָט; ער איז ביז אױף הײַנטיקן טאָג אין דעם פֿעלד פֿון יהושוע דעם בית-שֶמֶשער. 19 און ער האָט געשלאָגן צװישן די מענטשן פֿון בית-שֶמֶש, װײַל זײ האָבן געקוקט אױף דעם אָרון פֿון גאָט, און ער האָט געשלאָגן צװישן דעם פֿאָלק זיבעציק מאַן און פֿופֿציק טױזנט מאַן. און דאָס פֿאָלק האָט געטרױערט װאָס גאָט האָט געשלאָגן צװישן דעם פֿאָלק אַ גרױסן שלאַק. 20 און די מענטשן פֿון בית-שֶמֶש האָבן געזאָגט: װער קען באַשטײן פֿאַר יהוה, דעם דאָזיקן הײליקן גאָט? און צו װעמען זאָל ער אַרױפֿגײן פֿון אונדז? 21 האָבן זײ געשיקט שלוחים צו די באַװױנער פֿון קִריַת-יְעָרים, אַזױ צו זאָגן: די פּלשתּים האָבן אומגעקערט דעם אָרון פֿון גאָט. נידערט אַראָפּ, נעמט אים אַרױף צו אײַך.
עברית
1 וַיְהִ֧י אֲרוֹן־יְהוָ֛ה בִּשְׂדֵ֥ה פְלִשְׁתִּ֖ים שִׁבְעָ֥ה חֳדָשִֽׁים׃ 2 וַיִּקְרְא֣וּ פְלִשְׁתִּ֗ים לַכֹּהֲנִ֤ים וְלַקֹּֽסְמִים֙ לֵאמֹ֔ר מַֽה־נַּעֲשֶׂ֖ה לַאֲר֣וֹן יְהוָ֑ה הוֹדִעֻ֕נוּ בַּמֶּ֖ה נְשַׁלְּחֶ֥נּוּ לִמְקוֹמֽוֹ׃ 3 וַיֹּאמְר֗וּ אִֽם־מְשַׁלְּחִ֞ים אֶת־אֲר֨וֹן אֱלֹהֵ֤י יִשְׂרָאֵל֙ אַל־תְּשַׁלְּח֤וּ אֹתוֹ֙ רֵיקָ֔ם כִּֽי־הָשֵׁ֥ב תָּשִׁ֛יבוּ ל֖וֹ אָשָׁ֑ם אָ֤ז תֵּרָֽפְאוּ֙ וְנוֹדַ֣ע לָכֶ֔ם לָ֛מָּה לֹא־תָס֥וּר יָד֖וֹ מִכֶּֽם׃ 4 וַיֹּאמְר֗וּ מָ֣ה הָאָשָׁם֮ אֲשֶׁ֣ר נָשִׁ֣יב לוֹ֒ וַיֹּאמְר֗וּ מִסְפַּר֙ סַרְנֵ֣י פְלִשְׁתִּ֔ים חֲמִשָּׁה֙ עפלי זָהָ֔ב וַחֲמִשָּׁ֖ה עַכְבְּרֵ֣י זָהָ֑ב כִּֽי־מַגֵּפָ֥ה אַחַ֛ת לְכֻלָּ֖ם וּלְסַרְנֵיכֶֽם׃ 5 וַעֲשִׂיתֶם֩ צַלְמֵ֨י עפליכם וְצַלְמֵ֣י עַכְבְּרֵיכֶ֗ם הַמַּשְׁחִיתִם֙ אֶת־הָאָ֔רֶץ וּנְתַתֶּ֛ם לֵאלֹהֵ֥י יִשְׂרָאֵ֖ל כָּב֑וֹד אוּלַ֗י יָקֵ֤ל אֶת־יָדוֹ֙ מֵֽעֲלֵיכֶ֔ם וּמֵעַ֥ל אֱלֹהֵיכֶ֖ם וּמֵעַ֥ל אַרְצְכֶֽם׃ 6 וְלָ֤מָּה תְכַבְּדוּ֙ אֶת־לְבַבְכֶ֔ם כַּאֲשֶׁ֧ר כִּבְּד֛וּ מִצְרַ֥יִם וּפַרְעֹ֖ה אֶת־לִבָּ֑ם הֲלוֹא֙ כַּאֲשֶׁ֣ר הִתְעַלֵּ֣ל בָּהֶ֔ם וֽ͏ַיְשַׁלְּח֖וּם וַיֵּלֵֽכוּ׃ 7 וְעַתָּ֗ה קְח֨וּ וַעֲשׂ֜וּ עֲגָלָ֤ה חֲדָשָׁה֙ אֶחָ֔ת וּשְׁתֵּ֤י פָרוֹת֙ עָל֔וֹת אֲשֶׁ֛ר לֹא־עָלָ֥ה עֲלֵיהֶ֖ם עֹ֑ל וַאֲסַרְתֶּ֤ם אֶת־הַפָּרוֹת֙ בָּעֲגָלָ֔ה וַהֲשֵׁיבֹתֶ֧ם בְּנֵיהֶ֛ם מֵאַחֲרֵיהֶ֖ם הַבָּֽיְתָה׃ 8 וּלְקַחְתֶּ֞ם אֶת־אֲר֣וֹן יְהוָ֗ה וּנְתַתֶּ֤ם אֹתוֹ֙ אֶל־הָ֣עֲגָלָ֔ה וְאֵ֣ת כְּלֵ֣י הַזָּהָ֗ב אֲשֶׁ֨ר הֲשֵׁבֹתֶ֥ם לוֹ֙ אָשָׁ֔ם תָּשִׂ֥ימוּ בָאַרְגַּ֖ז מִצִּדּ֑וֹ וְשִׁלַּחְתֶּ֥ם אֹת֖וֹ וְהָלָֽךְ׃ 9 וּרְאִיתֶ֗ם אִם־דֶּ֨רֶךְ גְּבוּל֤וֹ יַֽעֲלֶה֙ בֵּ֣ית שֶׁ֔מֶשׁ ה֚וּא עָ֣שָׂה לָ֔נוּ אֶת־הָרָעָ֥ה הַגְּדוֹלָ֖ה הַזֹּ֑את וְאִם־לֹ֗א וְיָדַ֙עְנוּ֙ כִּ֣י לֹ֤א יָדוֹ֙ נָ֣גְעָה בָּ֔נוּ מִקְרֶ֥ה ה֖וּא הָ֥יָה לָֽנוּ׃ 10 וַיַּעֲשׂ֤וּ הָאֲנָשִׁים֙ כֵּ֔ן וַיִּקְח֗וּ שְׁתֵּ֤י פָרוֹת֙ עָל֔וֹת וַיַּאַסְר֖וּם בָּעֲגָלָ֑ה וְאֶת־בְּנֵיהֶ֖ם כָּל֥וּ בַבָּֽיִת׃ 11 וַיָּשִׂ֛מוּ אֶת־אֲר֥וֹן יְהוָ֖ה אֶל־הָעֲגָלָ֑ה וְאֵ֣ת הָאַרְגַּ֗ז וְאֵת֙ עַכְבְּרֵ֣י הַזָּהָ֔ב וְאֵ֖ת צַלְמֵ֥י טְחֹרֵיהֶֽם׃ 12 וַיִשַּׁ֨רְנָה הַפָּר֜וֹת בַּדֶּ֗רֶךְ עַל־דֶּ֙רֶךְ֙ בֵּ֣ית שֶׁ֔מֶשׁ בִּמְסִלָּ֣ה אַחַ֗ת הָלְכ֤וּ הָלֹךְ֙ וְגָע֔וֹ וְלֹא־סָ֖רוּ יָמִ֣ין וּשְׂמֹ֑אול וְסַרְנֵ֤י פְלִשְׁתִּים֙ הֹלְכִ֣ים אַחֲרֵיהֶ֔ם עַד־גְּב֖וּל בֵּ֥ית שָֽׁמֶשׁ׃ 13 וּבֵ֣ית שֶׁ֔מֶשׁ קֹצְרִ֥ים קְצִיר־חִטִּ֖ים בָּעֵ֑מֶק וַיִּשְׂא֣וּ אֶת־עֵינֵיהֶ֗ם וַיִּרְאוּ֙ אֶת־הָ֣אָר֔וֹן וַֽיִּשְׂמְח֖וּ לִרְאֽוֹת׃ 14 וְהָעֲגָלָ֡ה בָּ֠אָה אֶל־שְׂדֵ֨ה יְהוֹשֻׁ֤עַ בֵּֽית־הַשִּׁמְשִׁי֙ וַתַּעֲמֹ֣ד שָׁ֔ם וְשָׁ֖ם אֶ֣בֶן גְּדוֹלָ֑ה וַֽיְבַקְּעוּ֙ אֶת־עֲצֵ֣י הָעֲגָלָ֔ה וְאֶת־הַ֨פָּר֔וֹת הֶעֱל֥וּ עֹלָ֖ה לַיהוָֽה׃   ס 15 וְהַלְוִיִּ֞ם הוֹרִ֣ידוּ אֶת־אֲר֣וֹן יְהוָ֗ה וְאֶת־הָאַרְגַּ֤ז אֲשֶׁר־אִתּוֹ֙ אֲשֶׁר־בּ֣וֹ כְלֵֽי־זָהָ֔ב וַיָּשִׂ֖מוּ אֶל־הָאֶ֣בֶן הַגְּדוֹלָ֑ה וְאַנְשֵׁ֣י בֵֽית־שֶׁ֗מֶשׁ הֶעֱל֨וּ עֹל֜וֹת וֽ͏ַיִּזְבְּח֧וּ זְבָחִ֛ים בַּיּ֥וֹם הַה֖וּא לַֽיהוָֽה׃ 16 וַחֲמִשָּׁ֥ה סַרְנֵֽי־פְלִשְׁתִּ֖ים רָא֑וּ וַיָּשֻׁ֥בוּ עֶקְר֖וֹן בַּיּ֥וֹם הַהֽוּא׃   ס 17 וְאֵ֙לֶּה֙ טְחֹרֵ֣י הַזָּהָ֔ב אֲשֶׁ֨ר הֵשִׁ֧יבוּ פְלִשְׁתִּ֛ים אָשָׁ֖ם לַֽיהוָ֑ה לְאַשְׁדּ֨וֹד אֶחָ֜ד לְעַזָּ֤ה אֶחָד֙ לְאַשְׁקְל֣וֹן אֶחָ֔ד לְגַ֥ת אֶחָ֖ד לְעֶקְר֥וֹן אֶחָֽד׃   ס 18 וְעַכְבְּרֵ֣י הַזָּהָ֗ב מִסְפַּ֞ר כָּל־עָרֵ֤י פְלִשְׁתִּים֙ לַחֲמֵ֣שֶׁת הַסְּרָנִ֔ים מֵעִ֣יר מִבְצָ֔ר וְעַ֖ד כֹּ֣פֶר הַפְּרָזִ֑י וְעַ֣ד אָבֵ֣ל הַגְּדוֹלָ֗ה אֲשֶׁ֨ר הִנִּ֤יחוּ עָלֶ֙יהָ֙ אֵ֚ת אֲר֣וֹן יְהוָ֔ה עַ֚ד הַיּ֣וֹם הַזֶּ֔ה בִּשְׂדֵ֥ה יְהוֹשֻׁ֖עַ בֵּֽית־הַשִּׁמְשִֽׁי׃ 19 וַיַּ֞ךְ בְּאַנְשֵׁ֣י בֵֽית־שֶׁ֗מֶשׁ כִּ֤י רָאוּ֙ בַּאֲר֣וֹן יְהוָ֔ה וַיַּ֤ךְ בָּעָם֙ שִׁבְעִ֣ים אִ֔ישׁ חֲמִשִּׁ֥ים אֶ֖לֶף אִ֑ישׁ וַיִּֽתְאַבְּל֣וּ הָעָ֔ם כִּֽי־הִכָּ֧ה יְהוָ֛ה בָּעָ֖ם מַכָּ֥ה גְדוֹלָֽה 20 וַיֹּֽאמְרוּ֙ אַנְשֵׁ֣י בֵֽית־שֶׁ֔מֶשׁ מִ֚י יוּכַ֣ל לַעֲמֹ֔ד לִפְנֵ֨י יְהוָ֧ה הָאֱלֹהִ֛ים הַקָּד֖וֹשׁ הַזֶּ֑ה וְאֶל־מִ֖י יַעֲלֶ֥ה מֵעָלֵֽינוּ׃   ס 21 וַֽיִּשְׁלְחוּ֙ מַלְאָכִ֔ים אֶל־יוֹשְׁבֵ֥י קִרְיַת־יְעָרִ֖ים לֵאמֹ֑ר הֵשִׁ֤בוּ פְלִשְׁתִּים֙ אֶת־אֲר֣וֹן יְהוָ֔ה רְד֕וּ הַעֲל֥וּ אֹת֖וֹ אֲלֵיכֶֽם׃