אידיש
1
און די פּלשתּים האָבן גענומען דעם אָרון פֿון גאָט, און האָבן אים געבראַכט פֿון אֶבֿן-עֶזֶר קײן אַשדוד.
2
און די פּלשתּים האָבן גענומען דעם אָרון פֿון גאָט, און האָבן אים געבראַכט אין הױז פֿון דגון, און אים אַװעקגעשטעלט לעבן דגון.
3
און די אַשדודער האָבן זיך געפֿעדערט אױף מאָרגן, ערשט דגון ליגט אַנידערגעפֿאַלן אױף זײַן פּנים צו דער ערד פֿאַר דעם אָרון פֿון גאָט; האָבן זײ גענומען דגון און האָבן אים אומגעקערט אױף זײַן אָרט.
4
און זײ האָבן זיך געפֿעדערט אױף מאָרגן אין דער פֿרי, ערשט דגון ליגט אַנידערגעפֿאַלן אױף זײַן פּנים צו דער ערד פֿאַר דעם אָרון פֿון גאָט, און דער קאָפּ פֿון דגון און זײַן בײדע האַנטפֿלעכן ליגן אָפּגעהאַקט אױפֿן שװעל; נאָר [דער לײַב פֿון] דגון איז אים געבליבן.
5
דרום טרעטן ניט די פּריסטער פֿון דגון, און אַלע װאָס קומען אין הױז פֿון דגון, אױף דעם שװעל פֿון דגון אין אַשדוד ביז אױף הײַנטיקן טאָג.
6
און די האַנט פֿון גאָט איז געװען שװער אױף די אַשדודער און ער האָט זײ פֿאַרװיסט, און האָט זײ געפּלאָגט מיט בלאָטערן – אַשדוד מיט אירע געמאַרקן.
7
און װי די אַשדודער האָבן געזען אַז עס האַלט אַזױ, האָבן זײ געזאָגט: דער אָרון פֿון דעם גאָט פֿון ישׂראל טאָר ניט בלײַבן בײַ אונדז, װאָרום זײַן האַנט איז האַרט אױף אונדז און אױף דגון אונדזער גאָט.
8
און זײ האָבן געשיקט און האָבן אײַנגעזאַמלט צו זיך אַלע פֿירשטן פֿון די פּלשתּים, און זײ האָבן געזאָגט: װאָס זאָלן מיר טאָן מיט דעם אָרון פֿון דעם גאָט פֿון ישׂראל? האָבן יענע געזאָגט קײן גַת זאָל אַריבערגײן דער אָרון פֿון דעם גאָט פֿון ישׂראל. און זײ האָבן אַריבערגעטראָגן דעם אָרון פֿון דעם גאָט פֿון ישׂראל.
9
און עס איז געװען, נאָך דעם װי זײ האָבן אים אַריבערגעטראָגן, איז די האַנט פֿון גאָט געװען אין דער שטאָט מיט זײער אַ גרױסער מהומה, און ער האָט געפּלאָגט די מענטשן פֿון דער שטאָט פֿון קלײן ביז גרױס, און עס האָבן אױסגעבראָכן בײַ זײ בלאָטערן.
10
האָבן זײ אַװעקגעשיקט דעם אָרון פֿון גאָט קײן עקרון. און עס איז געװען, װי דער אָרון פֿון גאָט איז אָנגעקומען קײן עקרון, האָבן די עקרונער געשריִען, אַזױ צו זאָגן: מע האָט אַריבערגעבראַכט צו מיר דעם אָרון פֿון דעם גאָט פֿון ישׂראל, צו טײטן מיך און מײַן פֿאָלק.
11
און זײ האָבן געשיקט און האָבן אײַנגעזאַמלט אַלע פֿירשטן פֿון די פּלשתּים, און זײ האָבן געזאָגט: שיקט אַװעק דעם אָרון פֿון דעם גאָט פֿון ישׂראל, און זאָל ער זיך אומקערן צו זײַן אָרט, כּדי ער זאָל ניט טײטן מיך און מײַן פֿאָלק. װאָרום אַ טױט-מהומה איז געװען אין דער גאַנצן שטאָט; די האַנט פֿון גאָט איז דאָרטן געװען זײער שװער.
12
און די מענטשן װאָס זײַנען ניט געשטאָרבן, זײַנען געפּלאָגט געװאָרן מיט בלאָטערן, און דאָס געשרײ פֿון דער שטאָט איז אַרױף ביזן הימל.