אידיש
1
און די פּלשתּים האָבן מלחמה געהאַלטן אױף ישׂראל, און די מענער פֿון ישׂראל זײַנען אַנטלאָפֿן פֿאַר די פּלשתּים, און זײ זײַנען געפֿאַלן דערשלאָגענע אױפֿן באַרג גִלבוֹע.
2
און די פּלשתּים האָבן אָנגעיאָגט שָאולן און זײַנע זין, און די פּלשתּים האָבן דערשלאָגן יהונתן, און אַבֿינָדֶבֿ, און מַלכּישועַ, די זין פֿון שָאולן.
3
און די מלחמה איז געװען שװער אַקעגן שָאולן, און די שיסערס, די לײַט מיט די בױגנס, האָבן אים געפֿונען; און ער האָט זײער געציטערט פֿאַר די שיסערס.
4
האָט שָאול געזאָגט צו זײַן װאַפֿנטרעגער: צי אַרױס דײַן שװערד און דערשטעך מיך מיט איר, כּדי די דאָזיקע אומבאַשניטענע זאָלן ניט קומען, און מיך דערשטעכן, און מאַכן געשפּעט איבער מיר. אָבער זײַן װאַפֿנטרעגער האָט ניט געװאָלט, װאָרום ער האָט זײער מורא געהאַט. האָט שָאול גענומען די שװערד, און איז אַרױפֿגעפֿאַלן אױף איר.
5
און זײַן װאַפֿנטרעגער האָט געזען אַז שָאול איז געשטאָרבן, איז ער אױך אַרױפֿגעפֿאַלן אױף זײַן שװערד, און איז געשטאָרבן מיט אים.
6
און שָאול, און זײַנע דרײַ זין, און זײַן װאַפֿנטרעגער, אױך אַלע זײַנע מענטשן, זײַנען געשטאָרבן אין אײנעם אין יענעם טאָג.
7
האָבן געזען די מענער פֿון ישׂראל װאָס אױף יענער זײַט טאָל, און װאָס אױף יענער זײַט ירדן, אַז די מענער פֿון ישׂראל זײַנען אַנטלאָפֿן, און שָאול און זײַנע זין זײַנען טױט, און זײ האָבן פֿאַרלאָזן זײערע שטעט, און זײַנען אַנטלאָפֿן. און די פּלשתּים זײַנען געקומען, און האָבן זיך באַזעצט אין זײ.
8
און עס איז געװען אױף מאָרגן, זײַנען די פּלשתּים געקומען אױסטאָן די דערשלאָגענע, און זײ האָבן געפֿונען שָאולן און זײַנע דרײַ זין, געפֿאַלן אױפֿן באַרג גִלבוֹע.
9
און זײ האָבן אָפּגעשניטן זײַן קאָפּ, און אױסגעטאָן זײַנע װאַפֿן, און געשיקט אין לאַנד פֿון די פּלשתּים רונד אַרום, אָנצוזאָגן אין הױז פֿון זײערע געצנבילדער, און דעם פֿאָלק.
10
און זײ האָבן אַהינגעטאָן זײַנע װאַפֿן אין הױז פֿון עשתָּרות, און זײַן טױטן לײַב האָבן זײ אױפֿגעשטאָכן אױף דער מױער פֿון בית-שָן.
11
און די באַװױנער פֿון יָבֿש-גִלעָד האָבן געהערט װעגן אים – װאָס די פּלשתּים האָבן געטאָן צו שָאולן.
12
זײַנען אױפֿגעשטאַנען אַלע העלדישע לײַט, און זײ זײַנען געגאַנגען אַ גאַנצע נאַכט, און האָבן אַראָפּגענומען דעם לײַב פֿון שָאולן, און די לײַבער פֿון זײַנע זין, פֿון דער מױער פֿון בית-שָן. און זײ זײַנען געקומען קײן יָבֿש, און האָבן זײ דאָרטן פֿאַרברענט.
13
און זײ האָבן גענומען זײערע בײנער, און באַגראָבן אונטער דעם טאַמאַריסקנבױם אין יָבֿש; און זײ האָבן געפֿאַסט זיבן טעג.