אידיש
1
און די פּלשתּים האָבן אײַנגעזאַמלט זײערע מחנות קײן אַפֿק; און די ישׂראל האָבן געלאַגערט בײַ דעם קװאַל װאָס אין יזרעאל.
2
און די פֿירשטן פֿון די פּלשתּים זײַנען פֿאַרבײַגעגאַנגען אין הונדערטן און אין טױזנטן, און דוד און זײַנע מענטשן זײַנען פֿאַרבײַגעגאַנגען צולעצט מיט אָכישן.
3
האָבן די האַרן פֿון די פּלשתּים געזאָגט: װאָס טוען דאָ די דאָזיקע עִבֿרים? האָט אָכיש געזאָגט צו די האַרן פֿון די פּלשתּים: דאָס איז דאָך דוד דער קנעכט פֿון שָאול דעם מלך פֿון ישׂראל, װאָס איז בײַ מיר שױן טעג אָדער שױן יאָרן, און איך האָב אין אים קײן שום בײז ניט געפֿונען פֿון דעם טאָג װאָס ער איז צוגעפֿאַלן [צו מיר] ביז הײַנטיקן טאָג.
4
האָבן די האַרן פֿון די פּלשתּים געצערנט אױף אים, און די האַרן פֿון די פּלשתּים האָבן צו אים געזאָגט: קער אום דעם מאַן, און זאָל ער זיך אומקערן צו זײַן אָרט װאָס דו האָסט אים דאָרטן אַרײַנגעזעצט, און זאָל ער ניט נידערן מיט אונדז אין דער מלחמה, כּדי ער זאָל אונדז ניט זײַן פֿאַר אַ שטער אין דער מלחמה; װאָרום מיט װאָס װעט דער דאָזיקער זיך איבערבעטן מיט זײַן האַר, אױב ניט מיט די קעפּ פֿון די דאָזיקע מענטשן?
5
איז דאָס ניט דער דוד, װאָס מע האָט פֿאַר אים געזונגען מיט טענץ, אַזױ צו זאָגן: שָאול האָט געשלאָגן אין זײַנע טױזנטן, און דוד אין זײַנע צענטױזנטן?
6
האָט אָכיש גערופֿן דָוִדן, און האָט צו אים געזאָגט: אַזױ װי גאָט לעבט, אַז דו ביסט רעכטפֿאַרטיק, און דײַן אַרױסגײן און דײַן אַרײַנגײן מיט מיר אין חיל איז גוט אין מײַנע אױגן, װאָרום איך האָב קײן שלעכטס אין דיר ניט געפֿונען פֿון דעם טאָג װאָס דו ביסט צו מיר געקומען ביז הײַנטיקן טאָג. אָבער אין די אױגן פֿון די פֿירשטן ביסטו ניט װױלגעפֿעלן.
7
און אַצונד קער זיך אום, און גײ בשלום, כּדי זאָלסט ניט טאָן װאָס איז שלעכט אין די אױגן פֿון די פֿירשטן פֿון די פּלשתּים.
8
האָט דוד געזאָגט צו אָכישן: אָבער װאָס האָב איך געטאָן, און װאָס האָסטו געפֿונען אין דײַן קנעכט פֿון דעם טאָג װאָס איך בין בײַ דיר ביז הײַנטיקן טאָג, אַז איך זאָל ניט קומען און מלחמה האַלטן אַקעגן די פֿײַנט פֿון מײַן האַר דעם מלך?
9
האָט אָכיש געענטפֿערט און האָט געזאָגט צו דָוִדן: איך װײס אַז דו ביסט גוט אין מײַנע אױגן אַזױ װי אַ מלאך פֿון גאָט, אָבער די האַרן פֿון די פּלשתּים האָבן געזאָגט: ער זאָל ניט אַרױפֿגײן מיט אונדז אין דער מלחמה.
10
און אַצונד, פֿעדער זיך אין דער פֿרי מיט די קנעכט פֿון דײַן האַר װאָס זײַנען געקומען מיט דיר, און װי איר װעט אײַך פֿעדערן אין דער פֿרי, און אײַך װערט ליכטיק, אַזױ גײט אַװעק.
11
האָט דוד זיך געפֿעדערט, ער און זײַנע מענטשן, אַװעקצוגײן אין דער פֿרי, זיך אומצוקערן אין לאַנד פֿון די פּלשתּים. און די פּלשתּים זײַנען אַרױפֿגעגאַנגען קײן יזרעאל.