אידיש
1
און עס איז געװען אין יענע טעג, האָבן די פּלשתּים אײַנגעזאַמלט זײערע מחנות אין קריג, צו האַלטן מלחמה אױף ישׂראל. און אָכיש האָט געזאָגט צו דָוִדן: װיסן זאָלסטו װיסן, אַז דו װעסט אַרײַנגײן מיט מיר אין חיל, דו און דײַנע מענטשן.
2
האָט דוד געזאָגט צו אָכישן: דערפֿאַר װעסט דו געװאָר װערן, װאָס דײַן קנעכט װעט אױפֿטאָן. האָט אָכיש געזאָגט צו דָוִדן: דערפֿאַר װעל איך דיך מאַכן פֿאַרן שומר פֿון מײַן קאָפּ אַלע טעג.
3
און שמואל איז געשטאָרבן, און גאַנץ ישׂראל האָבן אים באַקלאָגט, און זײ האָבן אים באַגראָבן אין רמה, אין זײַן שטאָט. און שָאול האָט געהאַט אָפּגעטאָן פֿון לאַנד די גײַסטערזעער און די טױטנבאַשװערער.
4
און די פּלשתּים האָבן זיך אײַנגעזאַמלט, און זײ זײַנען געקומען און האָבן געלאַגערט אין שוּנֵם, און שָאול האָט אײַנגעזאַמלט גאַנץ ישׂראל, און זײ האָבן געלאַגערט אין גִלבוֹע.
5
און שָאול האָט געזען דעם לאַגער פֿון די פּלשתּים, און ער האָט מורא געקריגן, און זײַן האַרץ האָט זײער געציטערט.
6
און שָאול האָט געפֿרעגט בײַ גאָט, אָבער גאָט האָט אים ניט געענטפֿערט, ניט דורך חלומות, ניט דורך די אורים, ניט דורך נבֿיאים.
7
האָט שָאול געזאָגט צו זײַנע קנעכט: זוכט מיר אױף אַ פֿרױ אַ גײַסטערזעערין, און איך װעל גײן צו איר, און װעל בײַ איר פֿרעגן. האָבן זײַנע קנעכט צו אים געזאָגט: אָט איז דאָ אַ פֿרױ אַ גײַסטערזעערין אין עֵין-דָור.
8
האָט שָאול זיך פֿאַרשטעלט, און ער האָט אָנגעטאָן אַנדערע בגדים, און ער איז געגאַנגען, און צװײ מענער מיט אים. און זײ זײַנען געקומען צו דער פֿרױ בײַ נאַכט, און ער האָט געזאָגט: װאָרזאָג מיר, איך בעט דיך, דורך אַ גײַסט, און ברענג מיר אױף דעם װאָס איך װעל דיר זאָגן.
9
האָט די פֿרױ צו אים געזאָגט: זע, דו װײסט װאָס שָאול האָט געטאָן, װי ער האָט פֿאַרשניטן די גײַסטערזעער און די טױטנבאַשװערער פֿון לאַנד, און פֿאַר װאָס לײגסטו אַ שטרױכלונג בײַ מײַן לעבן מיך צו טײטן?
10
האָט שָאול איר געשװאָרן בײַ גאָט, אַזױ צו זאָגן: אַזױ װי גאָט לעבט, אױב דיר װעט געשען אַ שטראָף װעגן דער דאָזיקער זאַך!
11
האָט די פֿרױ געזאָגט: װעמען זאָל איך דיר אױפֿברענגען: האָט ער געזאָגט: שמואל ברענג מיר אױף.
12
און װי די פֿרױ האָט דערזען שמואלן, אַזױ האָט זי אױסגעשריִען אױף אַ הױכן קָול; און די פֿרױ האָט געזאָגט צו שָאולן, אַזױ צו זאָגן: פֿאַר װאָס האָסטו מיך גענאַרט? דו ביסט דאָך שָאול.
13
האָט דער מלך צו איר געזאָגט: זאָלסט ניט מורא האָבן; װאָס זעסטו דען? האָט די פֿרױ געזאָגט צו שָאולן: אַ גאָט זע איך אַרױפֿגײן פֿון דער ערד.
14
האָט ער צו איר געזאָגט: װאָס איז זײַן געשטאַלט? האָט זי געזאָגט: אַן אַלטער מאַן קומט אַרױף, און ער איז אײַנגעװיקלט אין אַ מאַנטל. האָט שָאול געװוּסט אַז דאָס איז שמואל, און ער האָט זיך גענײַגט מיטן פּנים צו דער ערד, און זיך געבוקט.
15
האָט שמואל געזאָגט צו שָאולן: פֿאַר װאָס האָסטו מײַן רו געשטערט, מיך אױפֿצוברענגען? האָט שָאול געזאָגט: מיך האָט זײער צוגעדריקט, װאָרום די פּלשתּים האַלטן מלחמה אױף מיר, און גאָט האָט זיך אָפּגעקערט פֿון מיר, און ער ענטפֿערט מיר ניט מער, ניט דורך נבֿיאים, ניט דורך חלומות; האָב איך דיך גערופֿן, מיך צו לאָזן װיסן, װאָס איך זאָל טאָן.
16
האָט שמואל געזאָגט: און נאָך װאָס פֿרעגסטו מיך, אַז גאָט האָט זיך אָפּגעטאָן פֿון דיר, און איז געװאָרן דײַן פֿײַנט?
17
און גאָט האָט פֿאַר זיך געטאָן װאָס ער האָט גערעדט דורך מיר, און גאָט האָט אַװעקגעריסן די מלוכה פֿון דײַן האַנט, און האָט זי געגעבן צו אַן אַנדערן, צו דָוִדן.
18
אַזױ װי דו האָסט ניט צוגעהערט צו דעם קָול פֿון גאָט, און האָסט ניט אױסגעפֿירט זײַן גרימצאָרן אױף עַמָלק, דרום האָט גאָט געטאָן צו דיר די דאָזיקע זאַך הײַנטיקן טאָג.
19
און גאָט װעט אױך געבן ישׂראל מיט דיר אין דער האַנט פֿון די פּלשתּים. און מאָרגן װעסט דו און דײַנע זין זײַנען מיט מיר. אױך דעם חיל פֿון ישׂראל װעט גאָט געבן אין דער האַנט פֿון די פּלשתּים.
20
איז שָאול באַלד אַנידערגעפֿאַלן װי הױך ער איז אױף דער ערד, און ער האָט זײער מורא געהאַט פֿאַר די װערטער פֿון שמואלן; אױך האָט ער קײן כּוח ניט געהאַט, װײַל ער האָט ניט געהאַט געגעסן קײן ברױט אַ גאַנצן טאָג און אַ גאַנצע נאַכט.
21
איז די פֿרױ צוגעגאַנגען צו שָאולן, און זי האָט געזען אַז ער איז זײער דערשראָקן, און זי האָט צו אים געזאָגט: זע, דײַן דינסט האָט צוגעהערט צו דײַן קָול, און איך האָב גענומען מײַן לעבן אין מײַן האַנט, און האָב געהאָרכט צו דײַנע װערטער װאָס דו האָסט גערעדט צו מיר.
22
און אַצונד, איך בעט דיך, הער דו אױך צו דעם קָול פֿון דײַן דינסט, און לאָמיר לײגן פֿאַר דיר אַ שטיקל ברױט, און עס, און װעסט האָבן כּוח, אַז דו װעסט גײן אין װעג.
23
האָט ער ניט געװאָלט, און ער האָט געזאָגט: איך װעל ניט עסן. אָבער זײַנע קנעכט און אױך די פֿרױ זײַנען צוגעשטאַנען צו אים, און ער האָט צוגעהערט צו זײער קָול, און ער איז אױפֿגעשטאַנען פֿון דער ערד, און האָט זיך געזעצט אױפֿן בעט.
24
און די פֿרױ האָט געהאַט אַ געשטאָפּט קאַלב אין הױז, האָט זי געאײַלט און האָט עס געשאָכטן, און זי האָט גענומען מעל און פֿאַרקנעטן, און האָט דערפֿון אױסגעבאַקט אומגעזײַערט ברױט.
25
און זי האָט דערלאַנגט פֿאַר שָאולן און פֿאַר זײַנע קנעכט, און זײ האָבן געגעסן. און זײ זײַנען אױפֿגעשטאַנען און זײַנען אַװעקגעגאַנגען אין דער אײגענער נאַכט.