אידיש
1
און דוד האָט געזאָגט בײַ זיך אין האַרצן: אַצונד װעל איך אײן טאָג אומגעבראַכט װערן דורך שאָולס האַנט. ניטאָ בעסערס פֿאַר מיר, װי אַנטרונען זאָל איך אַנטרונען װערן אין לאַנד פֿון די פּלשתּים, און שָאול װעט זיך מיאש זײַן פֿון מיר, מיך װײַטער צו זוכן אין גאַנצן געמאַרק פֿון ישׂראל; אַזױ װעל איך אַנטרונען װערן פֿון זײַן האַנט.
2
איז דוד אױפֿגעשטאַנען און איז אַריבערגעגאַנגען, ער און די זעקס הונדערט מאַן װאָס מיט אים, צו אָכיש דעם זון פֿון מָעוכן, דעם מלך פֿון גַת.
3
און דוד איז געזעסן בײַ אָכישן אין גַת, ער און זײַנע מענטשן, איטלעכער מיט זײַן הױזגעזינט, דוד מיט זײַנע צװײ װײַבער, אַחינוֹעם פֿון יזרעאל, און אַבֿיגַיִל די װײַב פֿון נָבֿלן פֿון כַּרמל.
4
איז אָנגעזאָגט געװאָרן שָאולן, אַז דוד איז אַנטלאָפֿן קײן גַת, אָבער ער האָט אים מער װײַטער ניט געזוכט.
5
און דוד האָט געזאָגט צו אָכישן: אױב, איך בעט דיך, איך האָב געפֿונען לײַטזיליקײט אין דײַנע אױגן, זאָל מען מיר געבן אַן אָרט אין אײנער פֿון די פֿעלד-שטעט, און איך װעל דאָרטן זיצן; און נאָך װאָס זאָל דײַן קנעכט זיצן אין דער מלוכה-שטאָט בײַ דיר?
6
האָט אים אָכיש געגעבן אין יענעם טאָג ציקלאַג. דעריבער געהערט ציקלאַג צו די מלכים פֿון יהוּדה ביז אױף הײַנטיקן טאָג.
7
און די צאָל פֿון די טעג װאָס דוד איז געזעסן אין פֿעלד פֿון די פּלשתּים, איז געװען אַ יאָר מיט פֿיר חדשים.
8
און דוד און זײַנע מענטשן פֿלעגן אַרױפֿגײן און אָנפֿאַלן אױף דעם גשורי, און דעם גִזרי, און דעם עַמָלקי, װאָרום זײ זײַנען געװען די באַװױנער פֿון לאַנד װאָס פֿון אײביק אָן, װי דו קומסט קײן שור, און ביז לאַנד מצרַיִם.
9
און דוד פֿלעגט שלאָגן דאָס לאַנד, און ניט לאָזן לעבן קײן מאַן און קײן פֿרױ; און ער פֿלעגט צונעמען שאָף און רינדער, און אײזלען, און קעמלען, און בגדים, און זיך אומקערן און קומען צו אָכישן.
10
און אַז אָכיש האָט געזאָגט: װוּ זײַט איר אָנגעפֿאַלן הײַנט? האָט דוד געזאָגט: אױפֿן דָרום פֿון יהוּדה, און אױפֿן דָרום פֿון דעם ירַחמאֵלי, און אױפֿן דָרום פֿון דעם קֵיני.
11
און קײן מאַן און קײן פֿרױ פֿלעגט דוד ניט לאָזן לעבן, צו ברענגען קײן גַת, װײַל ער האָט געזאָגט: טאָמער װעלן זײ דערצײלן אױף אונדז, אַזױ צו זאָגן: אַזױ און אַזױ האָט דוד געטאָן. און אַזױ איז געװען זײַן שטײגער אַלע טעג װאָס ער איז געזעסן אין פֿעלד פֿון די פּלשתּים.
12
און אָכיש האָט געגלױבט דָוִדן, אַזױ צו זאָגן: פֿאַרמיאוסן האָט ער זיך פֿאַרמיאוסט בײַ זײַן פֿאָלק, בײַ ישׂראל, און ער װעט מיר זײַן פֿאַר אַן אײביקן קנעכט.