אידיש
1
און די זיפֿער זײַנען געקומען צו שָאולן קײן גִבֿעָה, אַזױ צו זאָגן: פֿאַר װאָר, דוד באַהאַלט זיך אױף דעם בערגל חַכילֶה פֿאַר ישימוֹן.
2
איז שָאול אױפֿגעשטאַנען, און האָט אַראָפּגענידערט צום מדבר זיף מיט דרײַ טױזנט געקליבענע מענער פֿון ישׂראל, צו זוכן דָוִדן אין מדבר זיף.
3
און שָאול האָט געלאַגערט אױפֿן בערגל חַכילֶה װאָס פֿאַר ישימוֹן בײַם װעג. און דוד איז געזעסן אין מדבר, און ער האָט געמערקט, אַז שָאול איז געקומען נאָך אים אין מדבר.
4
און דוד האָט געשיקט אױסקוקערס, און איז געװאָר געװאָרן אױף געװיס, אַז שָאול איז געקומען.
5
איז דוד אױפֿגעשטאַנען, און איז צוגעקומען צו דעם אָרט װאָס שָאול האָט דאָרטן געלאַגערט, און דוד האָט געזען דעם אָרט װאָס דאָרטן איז געלעגן שָאול און אַבֿנר דער זון פֿון נֵרן, זײַן חיל-פֿירער. און שָאול איז געלעגן אין לאַגעררינג, און דאָס פֿאָלק האָט געלאַגערט רונד אַרום אים.
6
האָט זיך אָפּגערופֿן דוד און האָט געזאָגט צו אַחימֶלֶך דעם חִתּי, און צו אַבֿישַי דעם זון פֿון צרוּיָהן, יוֹאָבֿס ברודער, אַזױ צו זאָגן: װער װיל אַראָפּנידערן מיט מיר צו שָאולן אין לאַגער? האָט אַבֿישַי געזאָגט: איך װעל אַראָפּנידערן מיט דיר.
7
איז געקומען דוד און אַבֿישַי צו דעם פֿאָלק בײַ נאַכט, ערשט שָאול ליגט און שלאָפֿט אין לאַגעררינג, און זײַן שפּיז איז אַרײַנגעשטעקט אין דער ערד אים צוקאָפּנס, און אַבֿנר און דאָס פֿאָלק ליגן רונד אַרום אים.
8
האָט אַבֿישַי געזאָגט צו דָוִדן: גאָט האָט הײַנט איבערגעענטפֿערט דײַן פֿײַנט אין דײַן האַנט; און אַצונד, לאָמיך אַקאָרשט אים אײן מאָל אַ שטאָך טאָן מיטן שפּיז ביז אין דער ערד, און איך װעל אים ניט דאַרפֿן טאָן אַ צװײטן.
9
האָט דוד געזאָגט צו אַבֿישַין: זאָלסט אים ניט אומברענגען, װאָרום װער האָט אױסגעשטרעקט זײַן האַנט אױף דעם געזאַלבטן פֿון גאָט, און איז אָפּגעקומען גלאַט?
10
און דוד האָט געזאָגט: אַזױ װי גאָט לעבט, אַז נאָר גאָט זאָל אים שלאָגן! ענטװעדער זײַן טאָג װעט קומען, און ער װעט שטאַרבן, אָדער ער װעט נידערן אין מלחמה און אומקומען.
11
באַהיט זאָל איך װערן פֿון גאָט, אױסצושטרעקן מײַן האַנט אױף דעם געזאַלבטן פֿון גאָט. און אַצונד, נעם, איך בעט דיך, דעם שפּיז װאָס בײַ אים צוקאָפּנס, און דעם קרוג װאַסער, און לאָמיר זיך גײן.
12
און דוד האָט גענומען דעם שפּיז און דעם קרוג װאַסער פֿון שאָולס צוקאָפּנס, און זײ זײַנען זיך אַװעקגעגאַנגען; און קײנער האָט ניט געזען און ניט געמערקט, און קײנער האָט זיך ניט אױפֿגעכאַפּט, װײַל זײ זײַנען אַלע געשלאָפֿן, װאָרום אַ גאָטס שלאָף איז געפֿאַלן אױף זײ.
13
און דוד איז אַריבערגעגאַנגען אױף דער אַנדער זײַט, און ער האָט זיך געשטעלט אױפֿן שפּיץ באַרג פֿון דער װײַטן, מיט אַ ברײט אָרט צװישן זײ.
14
און דוד האָט גערופֿן צו דעם פֿאָלק און צו אַבֿנר דעם זון פֿון נֵרן, אַזױ צו זאָגן: װילסטו ניט ענטפֿערן, אַבֿנר? האָט אַבֿנר זיך אָפּגערופֿן און האָט געזאָגט: װער ביסטו, װאָס דו רופֿסט צום מלך?
15
האָט דוד געזאָגט צו אַבֿנרן: דו ביסט דאָך אַ מאַן, און װער איז דײַן גלײַכן אין ישׂראל, הײַנט פֿאַר װאָס האָסטו ניט אָפּגעהיט דעם מלך דײַן האַר? װאָרום אײנער פֿון פֿאָלק איז געקומען אומצוברענגען דעם מלך דײַן האַר.
16
ניט גוט איז די דאָזיקע זאַך װאָס דו האָסט געטאָן. אַזױ װי גאָט לעבט, אַז טױט זײַט איר װערט, װאָס איר האָט ניט אָפּגעהיט אײַער האַר, דעם געזאַלבטן פֿון גאָט! און אַצונד זע, װוּ איז דער שפּיז פֿון דעם מלך, און דער קרוג װאַסער װאָס איז געװען בײַ אים צוקאָפּנס?
17
האָט שָאול דערקענט דָוִדס קָול, און ער האָט געזאָגט: איז דאָס דײַן קָול, מײַן זון דוד? האָט דוד געזאָגט: מײַן קָול, מײַן האַר מלך.
18
און ער האָט געזאָגט: פֿאַר װאָס יאָגט זיך מײַן האַר נאָך זײַן קנעכט? װאָס האָב איך דען געטאָן? און װאָס פֿאַר אַ בײז איז אין מײַן האַנט?
19
און אַצונד, זאָל, איך בעט דיך, מײַן האַר דער מלך צוהערן די װערטער פֿון זײַן קנעכט: אױב גאָט האָט דיך אָנגערײצט אױף מיר, װעט ער אָננעמען אַ קרבן; אױב אָבער מענטשנקינדער, זאָלן זײ זײַן פֿאַרשאָלטן פֿאַר גאָט, װאָס זײ האָבן מיך פֿאַרטריבן הײַנט פֿון זײַן באַהעפֿט אָן דער נחלה פֿון יהוה, אַזױ צו זאָגן: גײ, דין פֿרעמדע געטער.
20
און אַצונד, זאָל מײַן בלוט ניט פֿאַלן צו דער ערד אַװעק פֿון גאָטס פּנים; װאָרום דער מלך פֿון ישׂראל איז אַרױסגעגאַנגען זוכן אַן אײנציקע פֿלױ, אַזױ װי מע יאָגט אַ פֿעלדהון אין די בערג.
21
האָט שָאול געזאָגט: איך האָב געזינדיקט; קער זיך אום, מײַן זון דוד, װאָרום איך װעל דיר מער ניט בײז טאָן, דערפֿאַר װאָס מײַן לעבן איז טײַער געװען אין דײַנע אױגן הײַנטיקן טאָג. זע, איך האָב זיך נאַריש באַגאַנגען, און האָב פֿאַרזען זײער פֿיל.
22
האָט זיך אָפּגערופֿן דוד און האָט געזאָגט: אָט איז דעם מלכס שפּיז, און זאָל אײנער פֿון די יונגען אַריבערקומען, און אים נעמען.
23
און גאָט װעט אומקערן איטלעכן זײַן גערעכטיקײט און זײַן טרײַשאַפֿט; װאָרום גאָט האָט דיך הײַנט איבערגעענטפֿערט אין מײַן האַנט, און איך האָב ניט געװאָלט אױסשטרעקן מײַן האַנט אױף דעם געזאַלבטן פֿון גאָט.
24
און אָט אַזױ װי דײַן לעבן איז געװען גרױסגעשאַצט אין מײַנע אױגן הײַנטיקן טאָג, אַזױ זאָל מײַן לעבן זײַן גרױסגעשאַצט אין די אױגן פֿון גאָט, אַז ער זאָל מיך מציל זײַן פֿון יעטװעדער צרה.
25
האָט שָאול געזאָגט צו דָוִדן: געבענטשט זאָלסטו זײַן, מײַן זון דוד; אי טאָן װעסטו טאָן, אי אױספֿירן װעסטו אױספֿירן. און דוד איז געגאַנגען אױף זײַן װעג, און שָאול האָט זיך אומגעקערט צו זײַן אָרט.