אידיש
1
און דוד איז אַרױפֿגעגאַנגען פֿון דאָרטן, און האָט זיך באַזעצט אין די באַרגפֿעסטונגען פֿון עֵין-גֶדי.
2
און עס איז געװען, אַז שָאול האָט זיך אומגעקערט פֿון הינטער די פּלשתּים, האָט מען אים געזאָגט, אַזױ צו זאָגן: זע, דוד איז אין מדבר פֿון עֵין-גֶדי.
3
האָט שָאול גענומען דרײַ טױזנט געקליבענע מענער פֿון גאַנץ ישׂראל, און ער איז געגאַנגען זוכן דָוִדן מיט זײַנע מענטשן אױף די שטײנבעקפֿעלדזן.
4
און ער איז געקומען צו די שאָפֿגעהעפֿטן בײַם װעג, און דאָרטן איז געװען אַ הײל; איז שָאול אַרײַנגעגאַנגען אױף זײַן באַדערפֿעניש. און דוד און זײַנע מענטשן זײַנען געזעסן אין די װינקלען פֿון דער הײל.
5
האָבן די מענטשן פֿון דָוִדן צו אים געזאָגט: זע, דאָס איז דער טאָג, װאָס גאָט האָט דיר אָנגעזאָגט: זע, איך גיב דײַן שׂונא אין דײַן האַנט, און װעסט טאָן צו אים אַזױ װי עס װעט זײַן גוט אין דײַנע אױגן. איז דוד אױפֿגעשטאַנען, און האָט אָפּגעשניטן דעם ברעג פֿון שאָולס מאַנטל שטילערהײט.
6
און עס איז געװען נאָך דעם, האָט דָוִדס האַרץ אים געפּלאָגט פֿאַר װאָס ער האָט אָפּגעשניטן דעם ברעג פֿון שָאולן.
7
און ער האָט געזאָגט צו זײַנע מענטשן: באַהיט זאָל איך װערן פֿון גאָט, אַז איך זאָל טאָן די דאָזיקע זאַך צו מײַן האַר, צום געזאַלבטן פֿון גאָט, אױסצושטרעקן מײַן האַנט אױף אים, װאָרום דער געזאַלבטער פֿון גאָט איז ער.
8
און דוד האָט אָפּגעהאַקט זײַנע מענטשן מיט די װערטער, און ער האָט זײ ניט געלאָזן אױפֿשטײן אַקעגן שָאולן. און שָאול איז אױפֿגעשטאַנען פֿון דער הײל, און איז געגאַנגען אין װעג.
9
איז דוד דערנאָך אױפֿגעשטאַנען, און ער איז אַרױסגעגאַנגען פֿון דער הײל, און ער האָט נאָכגערופֿן שָאולן, אַזױ צו זאָגן: מײַן האַר מלך! האָט שָאול זיך אומגעקוקט הינטער זיך, און דוד האָט זיך גענײַגט מיטן פּנים צו דער ערד, און זיך געבוקט.
10
און דוד האָט געזאָגט צו שָאולן: פֿאַר װאָס הערסטו צו די רײד פֿון אַ מענטשן, אַזױ צו זאָגן: זע, דוד זוכט דיר שלעכטס?
11
אָט האָבן הײַנטיקן טאָג דײַנע אױגן געזען, אַז גאָט האָט דיך געגעבן אין מײַן האַנט אין דער הײל; און מע האָט גערעדט דיך צו הרגען, אָבער [מײַן אױג] האָט דיך געשױנט, און איך האָב געזאָגט: איך װעל ניט אױסשטרעקן מײַן האַנט אױף מײַן האַר, װאָרום דער געזאַלבטער פֿון גאָט איז ער.
12
און זע, מײַן פֿאָטער, אַדרבה זע דעם ברעג פֿון דײַן מאַנטל אין מײַן האַנט; װאָרום אַז איך האָב אָפּגעשניטן דעם ברעג פֿון דײַן מאַנטל, און האָב דיך ניט געהרגעט, פֿאַרשטײ און זע, אַז אין מײַן האַנט איז ניטאָ קײן בײז און קײן פֿאַרברעך, און איך האָב ניט געזינדיקט קעגן דיר; און דו לױערסט מײַן לעבן צו נעמען.
13
זאָל גאָט משפּטן צװישן מיר און צװישן דיר, און זאָל גאָט זיך פֿאַר מיר נוקם זײַן אָן דיר; אָבער מײַן האַנט זאָל ניט זײַן אױף דיר.
14
אַזױ װי דאָס שפּריכװאָרט פֿון די פֿאַרצײַטיקע זאָגט: פֿון שלעכטע קומט אַרױס שלעכטס; אָבער מײַן האַנט זאָל ניט זײַן אױף דיר.
15
נאָך װעמען איז אַרױסגעגאַנגען דער מלך פֿון ישׂראל? נאָך װעמען יאָגסטו זיך? נאָך אַ טױטן הונט, נאָך אַן אײנציקער פֿלױ?
16
און זאָל גאָט זײַן צום דַיֶין, און משפּטן צװישן מיר און צװישן דיר, און זען, און קריגן מײַן קריג, און מיך העלפֿן פֿון דײַן האַנט.
17
און עס איז געװען, װי דוד האָט געענדיקט רעדן די דאָזיקע רײד צו שָאולן, אַזױ האָט שָאול געזאָגט: איז דאָס דײַן קָול, דוד מײַן זון? און שָאול האָט אױפֿגעהױבן זײַן קָול, און האָט געװײנט.
18
און ער האָט געזאָגט צו דָוִדן: דו ביסט גערעכטער פֿון מיר, װאָרום דו האָסט מיר געטאָן גוטס, און איך האָב אָפּגעטאָן שלעכטס.
19
און דו האָסט באַװיזן הײַנט װי דו האָסט גוטס געטאָן מיט מיר, װען גאָט האָט מיך איבערגעענטפֿערט אין דײַן האַנט, און דו האָסט מיך ניט געהרגעט.
20
און װעט דען עמעצער טרעפֿן זײַן פֿײַנט, און אים לאָזן גײן מיט אַ גוטן װעג? דרום זאָל דיר גאָט אָפּצאָלן גוטס פֿאַר װאָס דו האָסט מיר געטאָן הײַנטיקן טאָג.
21
און אַצונד, זע, איך װײס אַז קיניגן װעסטו קיניגן און אין דײַן האַנט װעט זיך אָפּשטעלן די מלוכה פֿון ישׂראל.
22
דרום שװער מיר אַצונד, בײַ גאָט, אױב דו װעסט פֿאַרשנײַדן מײַן זאָמען נאָך מיר, און אױב דו װעסט פֿאַרטיליקן מײַן נאָמען פֿון מײַן פֿאָטערס הױז.
23
האָט דוד געשװאָרן שָאולן; און שָאול איז אַװעקגעגאַנגען צו זײַן הױז, און דוד און זײַנע מענטשן זײַנען אַרױפֿגעגאַנגען אױף דער באַרגפֿעסטונג.