אידיש
1
און עס איז געװען אײן טאָג, האָט יונָתן דער זון פֿון שָאולן געזאָגט צו דעם יונג, זײַן װאַפֿנטרעגער: קום און לאָמיר אַריבערגײן צו דער װאַך פֿון די פּלשתּים װאָס אױף יענער זײַט; און זײַן פֿאָטער האָט ער ניט געזאָגט.
2
און שָאול איז געזעסן אין עק גִבֿעָה אונטער דעם מילגרױמבױם װאָס אין מִגרון; און דאָס פֿאָלק װאָס מיט אים איז געװען אַרום זעקס הונדערט מאַן.
3
און אַחִיה דער זון פֿון אַחיטובֿ דעם ברודער פֿון אי-כּבֿוד, דעם זון פֿון פּינחס, דעם זון פֿון עלי דעם כּהן פֿון גאָט אין שילו, האָט געטראָגן דעם אפֿוד. און דאָס פֿאָלק האָט ניט געװוּסט אַז יונָתן איז אַװעקגעגאַנגען.
4
און צװישן די איבערפֿאָרן װאָס יונָתן האָט געװאָלט אַריבערגײן צו דער װאַך פֿון די פּלשתּים, איז געװען אַ שפּיץ פֿעלדז פֿון דער זײַט און אַ שפּיץ פֿעלדז פֿון דער אַנדער זײַט, און דער נאָמען פֿון אײנעם איז געװען בוֹצֵץ, און דער נאָמען פֿון אַנדערן סֶנֶה.
5
אײן שפּיץ אױפֿגעשטעלט פֿון צפֿון אַקעגן מִכמָש, און אײנער פֿון דָרום אַקעגן גֶבֿע.
6
און יהונתן האָט געזאָגט צו דעם יונג, זײַן װאַפֿנטרעגער: קום און לאָמיר אַריבערגײן צו דער װאַך פֿון די דאָזיקע אומבאַשניטענע. אפֿשר װעט גאָט טאָן פֿאַר אונדז; װאָרום בײַ גאָט איז קײן אָפּהאַלט ניטאָ צו העלפֿן מיט פֿיל [מענטשן] אָדער מיט װינציק.
7
האָט זײַן װאַפֿנטרעגער צו אים געזאָגט: טו אַלץ װאָס אין דײַן האַרצן; פֿאַרקער זיך; זע, איך בין מיט דיר װי נאָך דײַן האַרצן.
8
האָט יונָתן געזאָגט: אָט גײען מיר אַריבער צו די מענטשן, און מיר װעלן זיך באַװײַזן צו זײ;
9
אױב זײ װעלן זאָגן צו אונדז אַזױ: האַרט אױס ביז מיר קומען-צו צו אײַך, װעלן מיר שטײן אױף אונדזער אָרט, און װעלן ניט אַרױפֿגײן צו זײ;
10
אױב אָבער זײ װעלן זאָגן אַזױ: קומט אַרױף צו אונדז, װעלן מיר אַרױפֿגײן, װאָרום גאָט האָט זײ געגעבן אין אונדזער האַנט. און דאָס װעט אונדז זײַן דער צײכן.
11
האָבן זײ זיך בײדע באַװיזן צו דער װאַך פֿון די פּלשתּים, און די פּלשתּים האָבן געזאָגט: אָן קומען די עִבֿרים אַרױס פֿון די לעכער װאָס זײ האָבן זיך דאָרטן באַהאַלטן.
12
און די מענטשן פֿון דער װאַך האָבן זיך אָפּגערופֿן צו יונָתן און זײַן װאַפֿנטרעגער, און האָבן געזאָגט: קומט אַרױף צו אונדז, און מיר װעלן אײַך עפּעס צו װיסן טאָן. האָט יונָתן געזאָגט צו זײַן װאַפֿנטרעגער: קום אַרױף נאָך מיר, װאָרום גאָט האָט זײ געגעבן אין דער האַנט פֿון ישׂראל.
13
און יונָתן האָט אַרױפֿגעקלעטערט אױף זײַנע הענט און אױף זײַנע פֿיס, און זײַן װאַפֿנטרעגער נאָך אים. און זײ זײַנען געפֿאַלן פֿאַר יונָתנען, און זײַן װאַפֿנטרעגער האָט געטײט הינטער אים.
14
און דער ערשטער שלאַק װאָס יונָתן און זײַן װאַפֿנטרעגער האָבן געשלאָגן, איז געװען אַרום צװאַנטיק מאַן, אין אַרום אַ האַלבער בײט פֿון אַן אַקער פֿעלד.
15
איז געװאָרן אַ ציטערניש אין לאַגער אױפֿן פֿעלד, און צװישן גאַנצן פֿאָלק; די װאַך און די פֿאַרװיסטער, אַפֿילו זײ האָבן געציטערט; און די ערד האָט זיך געטרײסלט, און עס איז געװאָרן אַ גאָטס ציטערניש.
16
און די װעכטער פֿון שָאולן אין גבֿעת-בנימין האָבן אַ קוק געטאָן, ערשט די מחנה צעקריכט און גײט אַהין און אַהער.
17
האָט שָאול געזאָגט צו דעם פֿאָלק װאָס מיט אים: צײלט אַקאָרשט נאָך, און זעט װער איז אַװעקגעגאַנגען פֿון אונדז. האָבן זײ נאָכגעצײלט, ערשט יונָתן און זײַן װאַפֿנטרעגער זײַנען ניטאָ.
18
האָט שָאול געזאָגט צו אַחִיהן: גענען דעם אָרון פֿון גאָט; װאָרום דער אָרון פֿון גאָט איז געװען אין יענעם טאָג מיט די קינדער פֿון ישׂראל.
19
און עס איז געװען, בעת שָאול האָט גערעדט מיט דעם כּהן, איז דער טומל װאָס אין לאַגער פֿון די פּלשתּים געװאָרן אַלץ גרעסער און גרעסער. האָט שָאול געזאָגט צום כּהן: צי צוריק דײַן האַנט.
20
און שָאול און דאָס גאַנצע פֿאָלק װאָס מיט אים האָבן זיך אײַנגעזאַמלט, און זײ זײַנען געקומען צו דער מלחמה, ערשט אײנעמס שװערד איז קעגן אַנדערן – זײער אַ גרױסע מהומה.
21
און די עִבֿרים װאָס זײַנען געװען מיט די פּלשתּים אַזױ װי נעכטן-אײערנעכטן, די װאָס זײַנען אַרױפֿגעקומען מיט זײ אין לאַגער רונד אַרום, זײ אױך זײַנען צוגעשטאַנען צו די ישׂראל װאָס מיט שָאולן און יונָתנען.
22
און אַלע מענער פֿון ישׂראל װאָס האָבן זיך באַהאַלטן אין דעם געבערג פֿון אפֿרַיִם, האָבן געהערט אַז די פּלשתּים זײַנען אַנטלאָפֿן, און זײ אױך האָבן זײ נאָכגעיאָגט אין דער מלחמה.
23
און גאָט האָט געהאָלפֿן ישׂראל אין יענעם טאָג. און די מלחמה איז אַװעק ביז אַריבער בית-אָון.
24
און די מענער פֿון ישׂראל זײַנען געװען פֿאַרקלעמט אין יענעם טאָג, אָבער שָאול האָט באַשװאָרן דאָס פֿאָלק, אַזױ צו זאָגן: פֿאַרשאָלטן דער מענטש װאָס װעט עסן שפּײַז ביזן אָװנט, װען איך װעל זיך האָבן נוקם געװען אָן מײַנע פֿײַנט! און דאָס גאַנצע פֿאָלק האָט ניט פֿאַרזוכט קײן שפּײַז.
25
און דאָס גאַנצע פֿאָלק איז געקומען אין װאַלד; און האָניק איז געװען אױפֿן פֿעלד.
26
און װי דאָס פֿאָלק איז געקומען אין װאַלד, ערשט אַ רינונג פֿון האָניק, אָבער קײנער האָט ניט צוגערירט זײַן האַנט צו זײַן מױל, װאָרום דאָס פֿאָלק האָט מורא געהאַט פֿאַר דער שבֿועה.
27
אָבער יונָתן האָט ניט געהערט װי זײַן פֿאָטער האָט באַשװאָרן דאָס פֿאָלק, און ער האָט אױסגעשטרעקט דעם שפּיץ פֿון דעם שטעקן װאָס אין זײַן האַנט, און האָט אים אײַנגעטונקט אין דעם האָניקסאָט, און צוגעקערט זײַן האַנט צו זײַן מױל, און זײַנע אױגן האָבן אױפֿגעלוכטן.
28
האָט זיך אָפּגערופֿן אַ מאַן פֿון פֿאָלק, און האָט געזאָגט: באַשװאָרן האָט דײַן פֿאָטער באַשװאָרן דאָס פֿאָלק, אַזױ צו זאָגן: פֿאַרשאָלטן דער מענטש װאָס װעט הײַנט עסן שפּײַז! דרום איז דאָס פֿאָלק פֿאַרחלשט.
29
האָט יונָתן געזאָגט: פֿאַראומגליקט האָט מײַן פֿאָטער דאָס לאַנד; זעט, איך בעט אײַך, װי מײַנע אױגן האָבן אױפֿגעלוכטן, װײַל איך האָב פֿאַרזוכט אַ ביסל פֿון דעם דאָזיקן האָניק.
30
הײַנט װי שױן אַז עסן װאָלט געגעסן הײַנט דאָס פֿאָלק פֿון דעם רױב פֿון זײַנע פֿײַנט װאָס ער האָט געפֿונען? צי װאָלט ניט אַצונד דער שלאַק צװישן די פּלשתּים געװען נאָך גרעסער?
31
און זײ האָבן געשלאָגן אין יענעם טאָג צװישן די פּלשתּים פֿון מִכמָש ביז אילון, און דאָס פֿאָלק איז געװאָרן זײער פֿאַרחלשט.
32
און דאָס פֿאָלק האָט זיך אַ לאָז געטאָן צום רױב, און זײ האָבן גענומען שאָף און רינדער און יונגע רינדער, און האָבן געשאָכטן אױף דער ערד, און דאָס פֿאָלק האָט געגעסן מיטן בלוט.
33
האָט מען אָנגעזאָגט שָאולן, אַזױ צו זאָגן: זע. דאָס פֿאָלק זינדיקט צו גאָט, צו עסן מיטן בלוט. האָט ער געזאָגט: איר האָט געפֿעלשט; קײַקלט-צו אַקאָרשט צו מיר אַ גרױסן שטײן.
34
און שָאול האָט געזאָגט: צעשפּרײט זיך צװישן פֿאָלק, און איר זאָלט זאָגן צו זײ: גענענט צו מיר איטלעכער זײַן אָקס, און איטלעכער זײַן שעפּס, און איר זאָלט שעכטן דאָ און עסן, און איר זאָלט ניט זינדיקן צו גאָט, צו עסן מיטן בלוט. האָט דאָס גאַנצע פֿאָלק גענענט איטלעכער זײַן אָקס מיט זײַן האַנט יענע נאַכט; און זײ האָבן דאָרטן געשאָכטן.
35
און שָאול האָט געבױט אַ מזבח צו גאָט. דאָס איז געװען דער ערשטער מזבח װאָס ער האָט געבױט צו גאָט.
36
און שָאול האָט געזאָגט: לאָמיר אַראָפּנידערן נאָך די פּלשתּים בײַ נאַכט, און רױבן צװישן זײ ביזן ליכט פֿון פֿרימאָרגן, און לאָמיר ניט איבערלאָזן פֿון זײ אַ מאַן. האָבן זײ געזאָגט: אַלץ װאָס איז גוט אין דײַנע אױגן, טו. האָט דער כּהן געזאָגט: לאָמיר גענענען אַהער צו גאָט.
37
און שָאול האָט געפֿרעגט בײַ גאָט: זאָל איך אַראָפּנידערן נאָך די פּלשתּים? װעסטו זײ געבן אין דער האַנט פֿון ישׂראל? אָבער ער האָט אים ניט געענטפֿערט אין יענעם טאָג.
38
האָט שָאול געזאָגט: גענענט אַהער, אַלע פֿאָרשטײער פֿון פֿאָלק, און װערט געװאָר און זעט, דורך װאָס איז געשען די דאָזיקע זינד הײַנט?
39
װאָרום אַזױ װי עס לעבט יהוה װאָס העלפֿט ישׂראל, אַפֿילו װען דאָס איז אין מײַן זון יונָתנען, אַז שטאַרבן מוז ער שטאַרבן! אָבער קײנער פֿון גאַנצן פֿאָלק האָט אים ניט געענטפֿערט.
40
האָט ער געזאָגט צו גאַנץ ישׂראל: איר װעט זײַן אױף אײן זײַט, און איך און מײַן זון יונָתן װעלן זײַן אױף דער אַנדער זײַט. האָט דאָס פֿאָלק געזאָגט צו שָאולן: װאָס איז גוט אין דײַנע אױגן, טו.
41
האָט שָאול געזאָגט צו יהוה דעם גאָט פֿון ישׂראל: גיב די ריכטיקײט. זײַנען פֿאַרנומען געװאָרן יונָתן און שָאול, און דאָס פֿאָלק איז אַרױס.
42
האָט שָאול געזאָגט: װאַרפֿט צװישן מיר און צװישן מײַן זון יונָתן; און יונָתן איז פֿאַרנומען געװאָרן.
43
האָט שָאול געזאָגט צו יונָתנען: דערצײל מיר װאָס דו האָסט געטאָן. האָט אים יונָתן דערצײלט און האָט געזאָגט: פֿאַרזוכן האָב איך פֿאַרזוכט מיטן שפּיץ פֿון דעם שטעקן װאָס אין מײַן האַנט אַ ביסל האָניק. אָט בין איך; לאָמיך שטאַרבן.
44
האָט שָאול געזאָגט: זאָל גאָט טאָן אַזױ און נאָך מער, אַז שטאַרבן מוזטו שטאַרבן, יונָתן!
45
האָט דאָס פֿאָלק געזאָגט צו שָאולן: זאָל יונָתן שטאַרבן, דער װאָס האָט אױפֿגעטאָן די דאָזיקע גרױסע ישועה אין ישׂראל? חלילה! אַזױ װי יהוה לעבט, אױב אַ האָר פֿון זײַן קאָפּ װעט פֿאַלן צו דער ערד! װאָרום מיט גאָט האָט ער דאָס אױפֿגעטאָן הײַנטיקן טאָג. און דאָס פֿאָלק האָט אױסגעלײזט יונָתנען, און ער איז ניט געשטאָרבן.
46
און שָאול איז אַװעק פֿון הינטער די פּלשתּים, און די פּלשתּים זײַנען געגאַנגען צו זײער אָרט.
47
און שָאול האָט פֿאַרנומען די מלוכה איבער ישׂראל, און ער האָט מלחמה געהאַלטן רונד אַרום מיט אַלע זײערע פֿײַנט, מיט מואָבֿ, און מיט די קינדער פֿון עמון, און מיט אדום, און מיט די מלכים פֿון צוֹבֿה, און מיט די פּלשתּים; און אומעטום װי ער פֿלעגט זיך קערן, פֿלעגט ער זײ אָנטאָן שלעכטס.
48
און ער האָט אױפֿגעטאָן העלדישקײט, און האָט געשלאָגן עַמָלק, און מציל געװען ישׂראל פֿון דער האַנט פֿון זײַן רױבער.
49
און שאָולס זין זײַנען געװען יונָתן, און יִשוִי, און מַלכּישועַ; און די נעמען פֿון זײַנע צװײ טעכטער זײַנען געװען: דער נאָמען פֿון דער עלטערער, מֵרַבֿ, און דער נאָמען פֿון דער קלענערער מִיכל.
50
און דער נאָמען פֿון שאָולס װײַב איז געװען אַחינוֹעם די טאָכטער פֿון אַחימַעַצן; און דער נאָמען פֿון זײַן חיל-פֿירער אַבֿינֵר דער זון פֿון נֵר, שאָולס פֿעטער.
51
אי קיש דער פֿאָטער פֿון שָאולן, אי נֵר דער פֿאָטער פֿון אַבֿנרן, איז געװען אַ זון פֿון אַבֿיאֵלן.
52
און די מלחמה אױף די פּלשתּים איז געװען שטאַרק אַלע טעג פֿון שָאולן. און װי שָאול פֿלעגט זען עמעץ אַ מאַן אַ גִבור, אָדער עמעץ אַ העלדישן יונג, אַזױ האָט ער אים צוגענומען צו זיך.