אידיש
1
עס איז געװען אַ מאַן פֿון רמתים-צופֿים, פֿון דעם געבערג פֿון אפֿרים, װאָס זײַן נאָמען איז געװען אלקנה, דער זון פֿון ירוחם, דעם זון פֿון אליהוא, דעם זון פֿון תּחו, דעם זון פֿון צופֿן, אַן אפֿרַיִמער.
2
און ער האָט געהאַט צװײ װײַבער: דער נאָמען פֿון אײנער איז געװען חנה, און דער נאָמען פֿון דער צװײטער פּנינה; און פּנינה האָט געהאַט קינדער, און חנה האָט קײן קינדער ניט געהאַט.
3
און יענער מאַן פֿלעגט פֿון יאָר צו יאָר אַרױפֿגײן פֿון זײַן שטאָט, זיך צו בוקן און צו שלאַכטן צו גאָט פֿון צבֿאות אין שילו. און עליס צװײ זין, חפֿני און פּינחס, זײַנען דאָרטן געװען כּהנים צו גאָט.
4
און װי עס איז געװען דער טאָג, און אלקנה האָט געשלאַכט, אַזױ פֿלעגט ער געבן זײַן װײַב פּנינהן און אַלע אירע זין און אירע טעכטער חלקים.
5
אָבער חנהן פֿלעגט ער געבן אַ טאָפּעלן חלק, װאָרום חנהן האָט ער ליב געהאַט, נאָר גאָט האָט פֿאַרשלאָסן איר טראַכט.
6
און די אַנדער װײַב האָט זי ערגערן געערגערט, כּדי זי צו דערצערענען, װײַל גאָט האָט פֿאַרשלאָסן איר טראַכט.
7
און װי ער פֿלעגט אַזױ טאָן יאָר אין יאָר, װען זי איז אַרױפֿגעגאַנגען אין הױז פֿון גאָט, אַזױ פֿלעגט יענע זי ערגערן; און זי האָט געװײנט, און פֿלעגט ניט עסן.
8
האָט אלקנה איר מאַן געזאָגט צו איר: חנה, פֿאַר װאָס װײנסטו? און פֿאַר װאָס עסטו ניט? און פֿאַר װאָס איז דײַן האַרץ פֿאַראומערט? בין איך דיר ניט בעסער פֿון צען קינדער?
9
איז חנה אױפֿגעשטאַנען נאָכן עסן אין שילו און נאָכן טרינקען – און עלי דער כּהן איז געזעסן אױף אַ שטול בײַ דעם בײַשטידל פֿון גאָטס טעמפּל.
10
און װי זי איז געװען אין אַ ביטער געמיט, אַזױ האָט זי מתפּלל געװען צו גאָט, און האָט שטאַרק געװײנט.
11
און זי האָט אַ נדר געטאָן, און האָט געזאָגט: גאָט פֿון צבֿאות, אױב זען װעסטו זען די פּײַן פֿון דײַן דינסט, און װעסט דאַכטן אָן מיר, און ניט פֿאַרגעסן אָן דײַן דינסט, און װעסט שענקען דײַן דינסט אַ קינד אַ זכר, װעל איך אים אָפּגעבן צו גאָט אױף אַלע טעג פֿון זײַן לעבן, און אַ שערמעסער װעט ניט אַרױפֿקומען אױף זײַן קאָפּ.
12
און עס איז געװען, װי זי האָט לאַנג מתפּלל געװען פֿאַר גאָט, אַזױ האָט עלי אױפֿגעפּאַסט איר מױל.
13
װאָרום חנה, זי האָט גערעדט אין איר האַרצן; בלױז אירע ליפּן האָבן זיך געשאָקלט, אָבער איר קָול האָט זיך ניט געהערט; און עלי האָט זי גערעכנט פֿאַר אַ שיכּורער.
14
האָט עלי געזאָגט צו איר: ביז װאַנען װעסטו זײַן שכּור? טו אָפּ דײַן װײַן פֿון זיך.
15
האָט חנה געענטפֿערט און האָט געזאָגט: נײן, מײַן האַר, אַ פֿרױ מיט אַ שװער געמיט בין איך, און װײַן און שטאַרק געטראַנק האָב איך ניט געטרונקען, נײַערט איך האָב אױסגעגאָסן מײַן זעל פֿאַר גאָט.
16
זאָלסט ניט האַלטן דײַן דינסט פֿאַר אַ נידער-טרעכטיקער פֿרױ, װאָרום פֿון מײַן גרױס קלאָג און מײַן ערגערניש האָב איך גערעדט ביז אַהער.
17
האָט זיך אָפּגערופֿן עלי און האָט געזאָגט: גײ לשלום, און דער גאָט פֿון ישׂראל זאָל שענקען דײַן בקשה װאָס דו האָסט געבעטן פֿון אים.
18
האָט זי געזאָגט: זאָל דײַן דינסט געפֿינען לײַטזעליקײט אין דײַנע אױגן. און די פֿרױ איז געגאַנגען אױף איר װעג. און זי האָט געגעסן, און האָט געקריגן אַן אַנדער פּנים.
19
און אין דער פֿרי האָבן זײ זיך געפֿעדערט, און זײ האָבן זיך געבוקט פֿאַר גאָט, און האָבן זיך אומגעקערט, און זײַנען געקומען אין זײער הױז קײן רמה. און אלקנה האָט דערקענט זײַן װײַב חנהן; און גאָט האָט אָן איר געדאַכט.
20
און עס איז געװען נאָכן אומדרײ פֿון די טעג. האָט חנה אױסגעטראָגן און האָט געבאָרן אַ זון; און זי האָט גערופֿן זײַן נאָמען שמואל, װײַל: ״פֿון גאָט האָב איך אים אױסגעבעטן.״
21
און דער מאַן אלקנה מיט זײַן גאַנצן הױזגעזינט איז אַרױפֿגעגאַנגען צו שלאַכטן פֿאַר גאָט דאָס שלאַכטאָפּפֿער פֿון יאָר, און זײַן נדר.
22
אָבער חנה איז ניט אַרױפֿגעגאַנגען. װאָרום זי האָט געזאָגט צו איר מאַן: ביז דער ייִנגל װעט אַנטװײנט װערן; דענצמאָל װעל איך אים ברענגען און ער װעט זיך װײַזן פֿאַר גאָט, און װעט דאָרטן בלײַבן אױף שטענדיק.
23
האָט אלקנה איר מאַן געזאָגט צו איר: טו װאָס איז גוט אין דײַנע אױגן; בלײַב ביז דו װעסט אים אַנטװײנען. זאָל נאָר גאָט מקיים זײַן זײַן װאָרט. איז די פֿרױ געבליבן; און זי האָט געזױגן איר קינד ביז זי האָט אים אַנטװײנט.
24
און אַז זי האָט אים אַנטװײנט, האָט זי אים אַרױפֿגעבראַכט מיט זיך מיט דרײַ אָקסן, און אײן אֵיפֿה מעל, און אַ לאָגל װײַן; און זי האָט אים געבראַכט אין הױז פֿון גאָט אין שילו, און דער ייִנגל איז געװען יונג.
25
און זײ האָבן געשאָכטן דעם אָקס, און האָבן געבראַכט דעם ייִנגל צו עלין.
26
און זי האָט געזאָגט: איך בעט דיך, מײַן האַר, אַזױ װי דײַן זעל לעבט, מײַן האַר, איך בין די פֿרױ װאָס איז דאָ געשטאַנען לעבן דיר, מתפּלל צו זײַן צו גאָט.
27
אױף דעם דאָזיקן ייִנגל האָב איך מתפּלל געװען, און גאָט האָט מיר געשאָנקען מײַן בקשה װאָס איך האָב געבעטן פֿון אים.
28
און אױך איך האָב אים געליִען צו גאָט; אַלע טעג װאָס ער לעבט איז ער געליִען צו גאָט. און ער האָט זיך דאָרטן געבוקט צו גאָט.