אידיש
1
האָט זיך געפֿעדערט ירובעל – דאָס איז גדעון – ער און דאָס גאַנצע פֿאָלק װאָס מיט אים, און זײ האָבן געלאַגערט בײַ עין-חרוד; און דער לאַגער פֿון מדין איז אים געװען פֿון צפֿון, פֿון גבֿעת-המורה אין טאָל.
2
האָט גאָט געזאָגט צו גדעונען: דאָס פֿאָלק װאָס מיט דיר איז צו פֿיל, אַז איך זאָל געבן מדין אין זײער האַנט; ישׂראל װעט זיך נאָך באַרימען אַקעגן מיר, אַזױ צו זאָגן: מײַן האַנט האָט מיך געהאָלפֿן.
3
דרום רוףֿ אַקאָרשט אױס אַצונד אין די אױערן פֿון פֿאָלק, אַזױ צו זאָגן: װער עס האָט מורא און ציטערט, זאָל זיך אומקערן און אַװעקגײן אין דער פֿרי פֿון באַרג גלעד. האָבן זיך אומגעקערט פֿון פֿאָלק צװײ און צװאַנציק טױזנט, און צען טױזנט זײַנען געבליבן.
4
האָט גאָט געזאָגט צו גדעונען: דאָס פֿאָלק איז נאָך אַלץ צו פֿיל, מאַך זײ נידערן צום װאַסער, און איך װעל זײ דאָרטן אױסקלײַבן פֿאַר דיר. און עס װעט זײַן, דער װאָס איך װעל דיר זאָגן: דער דאָזיקער זאָל גײן מיט דיר, ער זאָל גײן מיט דיר; און איטלעכער װאָס איך װעל דיר זאָגן: דער דאָזיקער זאָל ניט גײן מיט דיר, ער זאָל ניט גײן.
5
האָט ער געמאַכט נידערן דאָס פֿאָלק צום װאַסער; און גאָט האָט געזאָגט צו גדעונען: איטלעכער װאָס װעט לעקן פֿונעם װאַסער מיט זײַן צונג, אַזױ װי עס לעקט אַ הונט, אים זאָלסטו שטעלן באַזונדער, דעסט גלײַכן איטלעכן װאָס װעט זיך אַראָפּלאָזן אױףֿ זײַנע קני צו טרינקען.
6
איז געװען די צאָל פֿון די װאָס האָבן געלעקט פֿון זײער האַנט אין זײער מױל דרײַ הונדערט מאַן, און דאָס גאַנצע איבעריקע פֿאָלק האָט זיך אַראָפּגעלאָזט אױףֿ זײערע קני צו טרינקען װאַסער.
7
און גאָט האָט געזאָגט צו גדעונען: מיט די דרײַ הונדערט מאַן װאָס האָבן געלעקט, װעל איך אײַך העלפֿן, און װעל געבן מדין אין דײַן האַנט; און דאָס גאַנצע פֿאָלק זאָל גײן איטלעכער אין זײַן הײם.
8
האָבן זײ איבערגענומען די צערונג פֿון פֿאָלק אין זײער האַנט, און זײערע שופֿרות; און אַלע מענער פֿון ישׂראל האָט ער אַװעקגעשיקט איטלעכן צו זײַנע געצעלטן, נאָר די דרײַ הונדערט מאַן האָט ער אָנגעהאַלטן. און דער לאַגער פֿון מדין איז געװען אונטער אים אין טאָל.
9
און עס איז געװען אין יענער נאַכט, האָט גאָט צו אים געזאָגט: שטײ אױףֿ, נידער אַראָפּ אין לאַגער, װאָרום איך האָב אים געגעבן אין דײַן האַנט.
10
און אױב דו האָסט מורא אַראָפּצונידערן, נידער אַראָפּ דו מיט דײַן יונג פּורה צום לאַגער.
11
און װעסט הערן װאָס זײ רעדן; װעלן דערנאָך שטאַרק װערן דײַנע הענט, און װעסט אַראָפּגענידערן אין לאַגער.האָט ער אַראָפּגענידערט, ער און זײַן יונג פּורה, צום עק פֿון די באַװאָפֿנטע װאָס אין לאַגער.
12
און מדין און עמלק און אַלע קינדער פֿון מזרח זײַנען געלעגן אין טאָל, אַזױ װי דער הײשעריק אין פֿילקײט, און צו זײערע קעמלען איז ניט געװען קײן צאָל, אַזױ װי דער זאַמד װאָס אױפֿן ברעג פֿון ים אין פֿילקײט.
13
און װי גדעון איז אָנגעקומען, ערשט אַ מאַן דערצײלט זײַן חבֿר אַ חלום, און זאָגט: זע, מיר האָט זיך געחלומט אַ חלום: ערשט אַ קוכן פֿון גערשטענעם ברױט קײַקלט זיך אין לאַגער פֿון מדין, און ער איז געקומען ביזן געצעלט, און האָט עס אַ קלאַפּ געטאָן, און עס איז אומגעפֿאַלן, און ער האָט עס אומגעקערט קאַפּױר, ביז דאָס געצעלט איז געבליבן ליגן.
14
האָט זיך אָפּגערופֿן זײַן חבֿר און האָט געזאָגט: דאָס איז ניט אַנדערש װי די שװערד פֿון גדעון דעם זון פֿון יואשן, אַ מאַן פֿון ישׂראל. גאָט האָט געגעבן אין זײַן האַנט מדין מיטן גאַנצן חיל.
15
און עס איז געװען, װי גדעון האָט געהערט די דערצײלונג פֿון דעם חלום און זײַן באַשײד, אַזױ האָט ער זיך געבוקט; און ער האָט זיך אומגעקערט אין לאַגער פֿון ישׂראל און האָט געזאָגט: שטײט אױףֿ, װאָרום גאָט האָט געגעבן אין אײַער האַנט דעם חיל פֿון מדין.
16
און ער האָט צעטײלט די דרײַ הונדערט מאַן אין דרײַ מחנות, און האָט זײ אַלעמען געגעבן שופֿרות אין דער האַנט, און לײדיקע קריג, און בראַנדהעלצער אין די קריג.
17
און ער האָט צו זײ געזאָגט: איר זאָלט קוקן אױףֿ מיר, און טאָן דעסט גלײַכן; און אָט קוק איך אין עק לאַגער, איז, װי איך װעל טאָן, אַזױ זאָלט איר טאָן.
18
און אַז איך װעל בלאָזן אין שופֿר, איך און אַלע װאָס מיט מיר, זאָלט איר אױך בלאָזן אין די שופֿרות רונד אַרום דעם גאַנצן לאַגער, און איר זאָלט זאָגן: פֿאַר גאָט און פֿאַר גדעונען!
19
און גדעון און די הונדערט מאַן װאָס מיט אים זײַנען געקומען אין עק לאַגער בײַם אָנהײב פֿון דער מיטלסטער נאַכטװאַך; מע האָט נאָר װאָס געהאַט אױפֿגעשטעלט די װעכטער; און זײ האָבן געבלאָזן אין די שופֿרות, און האָבן צעהאַקט די קריג װאָס אין זײער האַנט.
20
און די דרײַ מחנות האָבן געבלאָזן אין די שופֿרות, און האָבן צעבראָכן די קריג; און זײ האָבן געהאַלטן אין זײער לינקער האַנט די בראַנדהעלצער, און אין זײער רעכטער האַנט די שופֿרות צום בלאָזן; און זײ האָבן אױסגערופֿן: אַ שװערד פֿאַר גאָט און פֿאַר גדעונען!
21
און זײ זײַנען געשטאַנען איטלעכער אױףֿ זײַן אָרט רונד אַרום לאַגער; און דער גאַנצער לאַגער האָט גענומען לױפֿען; און זײ האָבן אַרױסגעלאָזט אַ געשרײ און זײַנען אַנטרונען.
22
און זײ האָבן געבלאָזן די דרײַ הונדערט שופֿרות, און גאָט האָט געמאַכט די שװערד פֿון אײנעם קעגן אַנדערן, אַזױ אין גאַנצן חיל, און דער חיל איז אַנטרונען ביז בֵית-שטה, צו צררה צו, ביז דעם ברעג פֿון אָבֿל-מחולה בײַ טַבת.
23
און די מענער פֿון ישׂראל האָבן זיך אײַנגעזאַמלט פֿון נפֿתּלי, און פֿון אָשר, און פֿון גאַנץ מנשה, און זײ האָבן נאָכגעיאָגט מדין.
24
און גדעון האָט צעשיקט שלוחים אין גאַנצן געבערג פֿון אפֿרים, אַזױ צו זאָגן: נידערט אַראָפּ אַקעגן מדין, און פֿאַרכאַפּט זײ דאָס װאַסער ביז בֵית-ברה, און דעם ירדן. האָבן זיך אײַנגעזאַמלט אַלע מענער פֿון אפֿרים, און זײ האָבן באַצװוּנגען דאָס װאַסער ביז בֵית-ברה, און דעם ירדן.
25
און זײ האָבן געכאַפּט די צװײ האַרן פֿון מדין, עורבֿן און זאבֿן, און האָבן געהרגעט עורבֿן בײַ צור-עורבֿ און זאבֿן האָבן זײ געהרגעט אין יעקבֿ-זאבֿ; און זײ האָבן נאָכגעיאָגט מדין; און די קעפּ פֿון עורבֿן און זאבֿן האָבן זײ געבראַכט צו גדעונען פֿון יענער זײַט ירדן.