אידיש
1
און די קינדער פֿון ישׂראל האָבן װידער געטאָן װאָס איז שלעכט אין די אױגן פֿון גאָט, װען אהוד איז געשטאָרבן.
2
און גאָט האָט זײ איבערגעענטפֿערט אין דער האַנט פֿון יבֿין דעם מלך פֿון כּנַען, װאָס האָט געקיניגט אין חָצור; און דער פֿירער פֿון זײַן חיל איז געװען סיסרא, װאָס איז געזעסן אין חרושת-גוים.
3
און די קינדער פֿון ישׂראל האָבן געשריען צו גאָט; װאָרום נײַן הונדערט אײַזערנע רײַטװעגן האָט ער געהאַט, און ער האָט שטאַרק געדריקט די קינדער פֿון ישׂראל צװאַנציק יאָר.
4
און דבֿורה אַ פֿרױ אַ נבֿיאה, די װײַב פֿון לפּידותן, זי האָט געמשפּט ישׂראל אין יענער צײַט.
5
און זי איז געזעסן אונטער דבֿורהס טײטלבױם צװישן רָמה און צװישן בֵית-אֵל אין דעם געבערג פֿון אפֿרים, און די קינדער פֿון ישׂראל זײַנען אַרױפֿגעגאַנגען צו איר צו משפּט.
6
האָט זי געשיקט און האָט גערופֿן ברק דעם זון פֿון אבֿינועם פֿון קֶדש-נפֿתּלי, און האָט צו אים געזאָגט: פֿאַר װאָר, יהוה דער גאָט פֿון ישׂראל האָט באַפֿױלן: גײ און זאָלסט ציען צום באַרג תָּבֿור, און נעמען מיט דיר צען טױזנט מאַן פֿון די קינדער פֿון נפֿתּלי און פֿון די קינדער פֿון זבֿולון.
7
און איך װעל אַריבערציען צו דיר, צום טײַך קישון, סיסרא דעם פֿירער פֿון יָבֿינס חיל, מיט זײַנע רײַטװעגן און זײַן מחנה, און איך װעל אים געבן אין דײַן האַנט.
8
האָט ברק צו איר געזאָגט: אױב דו װעסט גײן מיט מיר, װעל איך גײן, אױב אָבער דו װעסט ניט גײן מיט מיר, װעל איך ניט גײן.
9
האָט זי געזאָגט: גײן װעל איך גײן מיט דיר, אָבער ניט דײַנער װעט זײַן דער כּבֿוד אױףֿ דעם װעג װאָס דו גײסט, װאָרום אין דער האַנט פֿון אַ פֿרױ װעט גאָט איבערענטפֿערן סיסראן. און דבֿורה איז אױפֿגעשטאַנען און איז געגאַנגען מיט ברקן קײן קדש.
10
און ברק האָט צונױפֿגערופֿן זבֿולון און נפֿתּלי קײן קֶדש, און צען טױזנט מאַן זײַנען אַרױפֿגעגאַנגען הינטער אים, און דבֿורה איז אַרױפֿגעגאַנגען מיט אים.
11
און חֶבֿר דער קֵיני האָט זיך געהאַט אָפּגעשײדט פֿון קַין, פֿון די קינדער פֿון חובֿבֿ, משהס שװער, און האָט אױפֿגעשטעלט זײַן געצעלט ביז אֵלון-בצענַנים װאָס לעבן קֶדש.
12
האָט מען אָנגעזאָגט סיסראן אַז ברק דער זון פֿון אבֿינועמען איז אַרױפֿגעגאַנגען צום באַרג תּבֿור,
13
און סיסרא האָט אײַנגעזאַמלט אַלע זײַנע רײַטװעגן – נײַן הונדערט אײַזערנע רײַטװעגן, און דאָס גאַנצע פֿאָלק װאָס מיט אים, פֿון חרושת-גוים צום טײַך קישון.
14
און דבֿורה האָט געזאָגט צו ברקן: שטײ אױףֿ! װאָרום דאָס איז דער טאָג װאָס גאָט האָט געגעבן סיסראן אין דײַן האַנט; פֿאַר װאָר, גאָט איז אַרױסגעגאַנגען דיר פֿאַרױס. האָט ברק אַראָפּגענידערט פֿון באַרג תּבֿור, און צען טױזנט מאַן נאָך אים.
15
און גאָט האָט פֿאַרטומלט סיסראן און אַלע רײַטװעגן און דעם גאַנצן חיל מיטן שאַרףֿ פֿון שװערד פֿאַר ברקן; און סיסרא האָט אַראָפּגענידערט פֿון זײַן רײַטװאָגן, און איז אַנטלאָפֿן צו פֿוס.
16
און ברק האָט נאָכגעיאָגט די רײַטװעגן און דעם חיל ביז חרושת-גוים, און דער גאַנצער חיל פֿון סיסראן איז געפֿאַלן דורכן שאַרףֿ פֿון שװערד; ניט געבליבן צו מאָל אײנער.
17
און סיסרא איז געלאָפֿן צו פֿוס צום געצעלט פֿון יעל דער װײַב פֿון חֶבֿר דעם קֵיני; װאָרום שלום איז געװען צװישן יָבֿין דעם מלך פֿון חצור און צװישן דעם הױז פֿון חֶבֿר דעם קֵיני.
18
און יעל איז אַרױסגעקומען סיסראן אַנטקעגן, און האָט צו אים געזאָגט: קער אײַן, מײַן האַר, קער אײַן צו מיר; זאָלסט ניט מורא האָבן. האָט ער אײַנגעקערט צו איר אין געצעלט, און זי האָט אים צוגעדעקט מיט אַ דעקע.
19
האָט ער צו איר געזאָגט: גיב מיר, איך בעט דיך, טרינקען אַ ביסל װאַסער, װאָרום איך בין דאָרשטיק. האָט זי געעפֿנט דעם לאָגל מילך, און האָט אים געגעבן טרינקען, און האָט אים צוגעדעקט.
20
האָט ער געזאָגט: שטעל זיך אין אײַנגאַנג פֿון געצעלט, און עס װעט זײַן, אַז עמיצער װעט קומען, און װעט דיך פֿרעגן און זאָגן: איז דאָ פֿאַראַן אַ מאַן? זאָלסטו זאָגן: נײן.
21
האָט יעל די װײַב פֿון חֶבֿרן גענומען אַ געצעלטפֿלעקל, און אַרײַנגעטאָן דעם האַמער אין איר האַנט, און זי איז שטילערהײט צוגעגאַנגען צו אים, און האָט אַרײַנגעהאַקט דאָס פֿלעקל אין זײַן שלײףֿ, ביז עס איז אַרײַן אין דער ערד, און װי ער איז געשלאָפֿן, אַזױ האָט ער געחלשט און איז געשטאָרבן.
22
ערשט ברק יאָגט נאָך סיסראן; איז אים יעל אַרױסגעגאַנגען אַנטקעגן, און האָט צו אים געזאָגט: קום און איך װעל דיר װײַזן דעם מאַן װאָס דו זוכסט. איז ער אַרײַנגעגאַנגען צו איר, ערשט סיסרא ליגט טױט מיטן פֿלעקל אין זײַן שלײףֿ.
23
און גאָט האָט געמאַכט אונטערטעניק אין יענעם טאָג יָבֿין דעם מלך פֿון כּנַען פֿאַר די קינדער פֿון ישׂראל.
24
און די האַנט פֿון די קינדער פֿון ישׂראל איז געװאָרן אַלץ שװערער אױףֿ יָבֿין דעם מלך פֿון כּנַען, ביז װאַנען זײ האָבן פֿאַרשניטן יָבֿין דעם מלך פֿון כּנַען.