אידיש
1
און אַ מלאך פֿון גאָט איז אַרױפֿגעגאַנגען פֿון גִלגל קײן בוכים, און ער האָט געזאָגט: איך האָב אײַך אַרױפֿגעבראַכט פֿון מצרים, און האָב אײַך געבראַכט אין דעם לאַנד װאָס איך האָב צוגעשװאָרן אײַערע עלטערן; און איך האָב געזאָגט: איך װעל ניט פֿאַרשטערן מײַן בונד מיט אײַך אױףֿ אײביק;
2
נאָר איר זאָלט ניט שליסן אַ בונד די באַװױנער פֿון דעם דאָזיקן לאַנד; זײערע מזבחות זאָלט איר צעברעכן. אָבער איר האָט ניט צוגעהערט צו מײַן קָול. װאָס האָט איר דאָ געטאָן?
3
דרום, אױך זאָג איך: איך װעל זײ ניט פֿאַרטרײַבן פֿון פֿאַר אײַך, און זײ װעלן אײַך זײַן פֿאַר נעצן, און זײערע געטער װעלן אײַך זײַן פֿאַר אַ שטרױכלונג.
4
און עס איז געװען, װי דער מלאך פֿון גאָט האָט גערעדט די דאָזיקע װערטער צו אַלע קינדער פֿון ישׂראל, אַזױ האָט דאָס פֿאָלק אױפֿגעהױבן זײער קָול, און זײ האָבן געװײנט;
5
דרום האָט מען גערופֿן דעם נאָמען פֿון יענעם אָרט בוכים. און זײ האָבן דאָרטן געשלאַכט צו גאָט.
6
און אַז יהושוע האָט פֿאַנאַנדערגעשיקט דאָס פֿאָלק, און די קינדער פֿון ישׂראל זײַנען געגאַנגען איטלעכער צו זײַן נחלה, צו אַרבן דאָס לאַנד,
7
האָט דאָס פֿאָלק געדינט גאָט אַלע טעג פֿון יהושוען, און אַלע זקנים, װאָס האָבן מאריך-ימים געװען נאָך יהושוען, װאָס האָבן געזען אַלדי גרױסע טוּונג פֿון גאָט װאָס ער האָט געטאָן פֿאַר ישׂראל.
8
און יהושוע דער זון פֿון נון, דער קנעכט פֿון גאָט, איז געשטאָרבן צו הונדערט מיט צען יאָר.
9
און מע האָט אים באַגראָבן אין דעם געמאַרק פֿון זײַן נחלה, אין תּמנת-חֶרס, אין דעם געבערג פֿון אפֿרים אין צפֿון פֿון באַרג געש.
10
און אױך יענער גאַנצער דור איז אײַנגעזאַמלט געװאָרן צו זײַנע עלטערן, און אַן אַנדער דור איז אױפֿגעשטאַנען נאָך זײ, װאָס האָבן ניט געקענט גאָט, און ניט די טואונג װאָס ער האָט געטאָן פֿאַר ישׂראל.
11
און די קינדער פֿון ישׂראל האָבן געטאָן װאָס איז שלעכט אין די אױגן פֿון גאָט, און זײ האָבן געדינט די בַעַל-געטער.
12
און זײ האָבן פֿאַרלאָזן יהוה דעם גאָט פֿון זײערע עלטערן, װאָס האָט זײ אַרױסגעצױגען פֿון לאַנד מצרים, און זײ זײַנען געגאַנגען נאָך פֿרעמדע געטער, פֿון די געטער פֿון די פֿעלקער װאָס רונד אַרום זײ, און זײ האָבן זיך צו זײ געבוקט, און האָבן דערצערנט גאָט.
13
און זײ האָבן פֿאַרלאָזן יהוה, און געדינט צו בַעַל און צו די עשתָּרות.
14
האָט דער צאָרן פֿון גאָט געגרימט אױףֿ ישׂראל, און ער האָט זײ געגעבן אין דער האַנט פֿון רױבער װאָס האָבן זײ באַרױבט, און ער האָט זײ איבערגעענטפֿערט אין דער האַנט פֿון זײערע פֿײַנט פֿון רונד אַרום, און זײ האָבן מער ניט געקענט באַשטײן פֿאַר זײערע פֿײַנט.
15
אומעטום אַװוּ זײ זײַנען אַרױסגעגאַנגען, איז די האַנט פֿון גאָט געװען אַקעגן זײ צום בײזן, אַזױ װי גאָט האָט גערעדט, און אַזױ װי גאָט זײ האָט געשװאָרן; און זי האָט זײער צוגעדריקט.
16
האָט גאָט אױפֿגעשטעלט שופֿטים, און זײ געהאָלפֿן פֿון זײערע רױבער.
17
אָבער אױך צו זײערע שופֿטים האָבן זײ ניט צוגעהערט, װאָרום זײ זײַנען געװען פֿאַרפֿירט נאָך פֿרעמדע געטער, און האָבן זיך צו זײ געבוקט; זײ האָבן זיך גיך אָפּגעקערט פֿון דעם װעג װאָס זײערע עלטערן זײַנען געגאַנגען, צוצוהערן די געבאָט פֿון גאָט; זײ האָבן אַזױ ניט געטאָן.
18
און אַז גאָט האָט זײ אױפֿגעשטעלט שופֿטים, אַזױ פֿלעגט גאָט זײַן מיט דעם שופֿט, און פֿלעגט זײ העלפֿן פֿון דער האַנט פֿון זײערע פֿײַנט אַלע טעג פֿון דעם שופֿט, װײַל גאָט פֿלעגט חרטה האָבן איבער זײער געשרײ פֿון װעגן זײערע צװינגער און זײערע דריקער.
19
אָבער עס איז געװען, װי דער שופֿט איז געשטאָרבן, אַזױ פֿלעגן זײ װידער פֿאַרדאָרבן װערן, נאָך מער פֿון זײערע עלטערן, צו גײן נאָך פֿרעמדע געטער, זײ צו דינען און זיך צו בוקען צו זײ. זײ האָבן ניט אָפּגעלאָזט פֿון זײערע מעשׂים און פֿון זײער אײַנגעשפּאַרטן װעג.
20
און דער צאָרן פֿון גאָט האָט געגרימט אױףֿ ישׂראל, און ער האָט געזאָגט: װײַל דאָס דאָזיקע פֿאָלק האָט איבערגעטרעטן מײַן בונד װאָס איך האָב באַפֿױלן זײערע עלטערן, און זײ האָבן ניט צוגעהערט צו מײַן קָול,
21
װעל איך אױך ניט מער פֿאַרטרײַבן פֿון פֿאַר זײ קײנעם פֿון די פֿעלקער װאָס יהושוע האָט איבערגעלאָזט, װען ער איז געשטאָרבן.
22
כּדי צו פּרוּװן מיט זײ ישׂראל, אױב זײ װעלן היטן די װעגן פֿון גאָט צו גײן אין זײ, אַזױ װי זײערע עלטערן האָבן געהיט, אָדער ניט.
23
און גאָט האָט געלאָזט די דאָזיקע פֿעלקער, זײ ניט צו פֿאַרטרײַבן אױףֿ גיך; און ער האָט זײ ניט געגעבן אין דער האַנט פֿון יהושוען.