אידיש
1
און עס איז געװען אין יענע טעג, װען קײן מלך איז ניט געװען אין ישׂראל, האָט אַ מאַן אַ לֵוִי געװױנט אין עק געבערג פֿון אפֿרים, און ער האָט זיך גענומען אַ קעפּסװײַב פֿון בֵית-לחם-יהודה.
2
און זײַן קעפּסװײַב איז אים געװאָרן אומטרײַ, און איז אַװעקגעגאַנגען פֿון אים צו איר פֿאָטערס הױז קײן בֵית-לחם-יהודה, און איז דאָרטן אָפּגעװען פֿיר חדשים צײַט.
3
איז אױפֿגעשטאַנען איר מאַן, און איז געגאַנגען נאָך איר, צו רעדן צו איר האַרצן, כּדי זי אומצוקערן; און מיט אים איז געװען זײַן יונג און אַ פּאָר אײזלען. און זי האָט אים אַרײַנגעבראַכט אין איר פֿאָטערס הױז; און װי דער פֿאָטער פֿון דער יונגער פֿרױ האָט אים דערזען, אַזױ האָט ער זיך געפֿרײט אַנטקעגן אים.
4
און זײַן שװער, דער פֿאָטער פֿון דער יונגער פֿרױ, האָט אים פֿאַרהאַלטן, און ער איז בײַ אים געזעסן דרײַ טעג; און זײ האָבן געגעסן און געטרונקען, און האָבן דאָרטן גענעכטיקט.
5
און עס איז געװען אױפֿן פֿירטן טאָג, האָבן זײ זיך געפֿעדערט אין דער פֿרי, און ער איז אױפֿגעשטאַנען צו גײן. האָט דער פֿאָטער פֿון דער יונגער פֿרױ געזאָגט צו זײַן אײדעם: לען אונטער דײַן האַרץ מיט אַ שטיקל ברױט, און דערנאָך װעט איר גײן.
6
האָבן זײ זיך געזעצט, און האָבן בײדע אין אײנעם געגעסן און געטרונקען, און דער פֿאָטער פֿון דער יונגער פֿרױ האָט געזאָגט צו דעם מאַן: באַװיליק, איך בעט דיך, און נעכטיק איבער, און לאָז װױלגײן דײַן האַרץ.
7
און דער מאַן איז אױפֿגעשטאַנען צו גײן, אָבער זײַן שװער איז צוגעשטאַנען צו אים, און ער האָט װידער דאָרטן גענעכטיקט.
8
און װי ער האָט זיך געפֿעדערט אין דער פֿרי אױפֿן פֿינפֿטן טאָג צו גײן, אַזױ האָט דער פֿאָטער פֿון דער יונגער פֿרױ געזאָגט: לען אונטער, איך בעט דיך, דײַן האַרץ, און פֿאַרװײַלט ביז דער טאָג נײַגט זיך; און זײ האָבן בײדע געגעסן.
9
און דער מאַן איז אױפֿגעשטאַנען צו גײן, ער און זײַן קעפּסװײַב און זײַן יונג; אָבער זײַן שװער, דער פֿאָטער פֿון דער יונגער פֿרױ, האָט צו אים געזאָגט: זע נאָר, דער טאָג פֿאַרגײט צום אָװנט; נעכטיקט איבער, איך בעט דיך; אָט זעצט זיך דער טאָג, נעכטיק דאָ, און לאָז װױלגײן דײַן האַרץ, און מאָרגן װעט איר זיך פֿעדערן אױףֿ אײַער װעג, און װעסט גײן צו דײַן געצעלט.
10
אָבער דער מאַן האָט ניט געװאָלט נעכטיקן, און ער איז אױפֿגעשטאַנען און איז אַװעק, און ער איז געקומען ביז אַקעגן יבֿוס – דאָס איז ירושלַים – און מיט אים אַ פּאָר געזאָטלטע אײזלען, און זײַן קעפּסװײַב מיט אים.
11
אַז זײ זײַנען געװען בײַ יבֿוס, איז דער טאָג שױן געװען זײער גענידערט, און דער יונג האָט געזאָגט צו זײַן האַר: קום, איך בעט דיך, און לאָמיר אײַנקערן אין דער דאָזיקער שטאָט פֿון דעם יבֿוסי, און נעכטיקן אין איר.
12
האָט זײַן האַר צו אים געזאָגט: מיר װעלן ניט אײַנקערן אין אַ שטאָט פֿון פֿרעמדע, װאָס איז ניט פֿון די קינדער פֿון ישׂראל; לאָמיר אַריבערגײן ביז גבֿעה.
13
און ער האָט געזאָגט צו זײַן יונג: קום, און לאָמיר גענענען צו אײנעם פֿון די ערטער, און מיר װעלן נעכטיקן אין גבֿעה אָדער אין רמה.
14
זײַנען זײ װײַטער געגאַנגען און זײַנען אַװעק; און די זון איז זײ אונטערגעגאַנגען בײַ גבֿעה װאָס געהערט צו בנימין.
15
און זײ האָבן פֿאַרקערט אַהין, כּדי אַרײַנצוגײן נעכטיקן אין גבֿעה. און ער איז אַרײַנגעגאַנגען, און האָט זיך געזעצט אין מאַרק פֿון שטאָט, אָבער קײן מענטש האָט זײ ניט אַרײַנגענומען אין הױז נעכטיקן.
16
ערשט אַן אַלטער מאַן קומט אָן פֿון זײַן אַרבעט אין פֿעלד, אין אָװנט; און דער מאַן איז געװען פֿון דעם געבערג פֿון אפֿרים, נאָר ער האָט זיך אױפֿגעהאַלטן אין גבֿעה; און די מענטשן פֿון דעם אָרט זײַנען געװען בנימינער.
17
און װי ער האָט אױפֿגעהױבן זײַנע אױגן, און האָט דערזען דעם מאַן דעם דורכגײער אױפֿן מאַרק פֿון שטאָט, אַזױ האָט דער אַלטער מאַן געזאָגט: װוּהין גײסטו? און פֿון װאַנען קומסטו?
18
האָט ער צו אים געזאָגט: מיר גײען אַריבער פֿון בֵית-לחם-יהודה צום עק געבערג פֿון אפֿרים. איך בין פֿון דאָרטן, און איך בין געגאַנגען קײן בֵית-לחם-יהודה, און צו גאָטס הױז גײ איך, און קײן מענטש נעמט מיך ניט אַרײַן אין הױז.
19
און פֿאַראַן אי שטרױ אי פֿוטער פֿאַר אונדזערע אײזלען, און פֿאַראַן אױך ברױט און װײַן פֿאַר מיר, און פֿאַר דײַן דינסט, און פֿאַר דעם יונג װאָס מיט דײַנע קנעכט; עס פֿעלט ניט קײן זאַך.
20
האָט דער אַלטער מאַן געזאָגט: פֿריד צו דיר! אַלע דײַנע באַדערפֿענישן זאָלן נאָר זײַן אױףֿ מיר; נאָר אױפֿן מאַרק זאָלסטו ניט נעכטיקן.
21
און ער האָט אים געבראַכט אין זײַן הױז, און האָט פֿאַרמישט פֿוטער פֿאַר די אײזלען; און זײ האָבן געװאַשן זײערע פֿיס, און האָבן געגעסן און געטרונקען.
22
זײ טוען אַזױ װױל זײער האַרץ, ערשט די מענטשן פֿון שטאָט, מענטשן נידערטרעכטיקע יונגען, האָבן אַרומגערינגלט דאָס הױז, קלאַפּנדיק אױףֿ דער טיר, און זײ האָבן געזאָגט צו דעם אַלטן מאַן דעם בעל-הבית, אַזױ צו זאָגן: ברענג אַרױס דעם מאַן װאָס איז געקומען אין דײַן הױז, כּדי מיר זאָלן אים דערקענען.
23
איז אַרױסגעגאַנגען צו זײ דער מאַן דער בעל-הבית, און האָט צו זײ געזאָגט: ניט, ברידער! איר זאָלט ניט טאָן קײן בײז, איך בעט אײַך, נאָך דעם אַז דער דאָזיקער מאַן איז געקומען אין מײַן הױז; איר זאָלט ניט טאָן די דאָזיקע נבָֿלה.
24
אָט איז מײַן טאָכטער די יונגפֿרױ, און זײַן קעפּסװײַב; לאָמיך, איך בעט אײַך, זײ אַרױסברענגען, און פּײַניקט זײ, און טוט צו זײ װאָס איז גוט אין אײַערע אױגן, נאָר דעם דאָזיקן מאַן זאָלט איר ניט טאָן די דאָזיקע שענדלעכע זאַך.
25
אָבער די מענטשן האָבן ניט געװאָלט צוהערן צו אים. האָט דער מאַן אָנגענומען זײַן קעפּסװײַב, און אַרױסגעבראַכט צו זײ דערױסן; און זײ האָבן זי דערקענט, און האָבן זי געמאַטערט אַ גאַנצע נאַכט ביז באַגינען, און זי אַװעקגעלאָזט װען דער פֿרימאָרגן איז אױפֿגעגאַנגען.
26
און די פֿרױ איז געקומען אין אָנהײב באַגינען, און איז אַנידערגעפֿאַלן און געלעגן אין אײַנגאַנג פֿון דעם מאַנס הױז װאָס איר האַר איז דאָרטן געװען, ביז עס איז געװאָרן ליכטיק.
27
און איר האַר איז אױפֿגעשטאַנען אין דער פֿרי, און האָט געעפֿענט די טירן פֿון הױז, און איז אַרױס צו גײן אױףֿ זײַן װעג, ערשט די פֿרױ, זײַן קעפּסװײַב, ליגט אַנידערגעפֿאַלן אין אײַנגאַנג פֿון הױז מיט אירע הענט אױפֿן שװעל.
28
האָט ער צו איר געזאָגט: שטײ אױףֿ, און לאָמיר גײן; אָבער קײנער ענטפֿערט ניט. האָט ער זי אַרױפֿגענומען אױפֿן אײזל; און דער מאַן איז אױפֿגעשטאַנען, און איז אַװעק צו זײַן הײם.
29
און ער איז געקומען אין זײַן הױז, און האָט גענומען דעם שלאַכטמעסער, און האָט אָנגענומען זײַן קעפּסװײַב, און האָט זי צעשניטן אױףֿ אירע גלידער, אין צװעלףֿ שטיקער, און האָט זי פֿאַנאַנדערגעשיקט אין גאַנצן געמאַרק פֿון ישׂראל.
30
און עס איז געװען, איטלעכער װאָס האָט עס געזען, האָט געזאָגט: אַזױ-װאָס איז ניט געשען און ניט געזען געװאָרן פֿון דעם טאָג װאָס די קינדער פֿון ישׂראל זײַנען אַרױפֿגעגאַנגען פֿון לאַנד מצרים ביז אױףֿ הײַנטיקן טאָג. באַטראַכט אײַך װעגן דעם, האַלט אַן עצה, און רעדט!