אידיש
1
און די מענער פֿון אפֿרים האָבן זיך אײַנגעזאַמלט, און זײ זײַנען אַריבער קײן צפֿון, און האָבן געזאָגט צו יפֿתּחן: פֿאַר װאָס ביסטו אַריבערגעגאַנגען מלחמה צו האַלטן מיט די קינדער פֿון עמון, און אונדז האָסטו ניט גערופֿן צו גײן מיט דיר? דײַן הױז װעלן מיר פֿאַרברענען איבער דיר אין פֿײַער.
2
האָט יפֿתּח צו זײ געזאָגט: אין גרױס שטרײַט בין איך געװען, איך און מײַן פֿאָלק, מיט די קינדער פֿון עמון, און איך האָב אײַך גערופֿן, און איר האָט מיך ניט געהאָלפֿן פֿון זײער האַנט.
3
האָב איך געזען אַז איר העלפֿט ניט, און איך האָב גענומען מײַן לעבן אין מײַן האַנט, און בין אַריבער צו די קינדער פֿון עמון, און גאָט האָט זײ געגעבן אין מײַן האַנט; און פֿאַר װאָס זײַט איר אַרױפֿגעקומען צו מיר הײַנטיקן טאָג מלחמה צו האַלטן מיט מיר?
4
און יפֿתּח האָט אײַנגעזאַמלט אַלע מענער פֿון גלעד, און האָט מלחמה געהאַלטן מיט אפֿרים, און די מענער פֿון גלעד האָבן געשלאָגן אפֿרים, װײַל זײ האָבן געזאָגט: אױסװוּרפֿן פֿון אפֿרים זײַט איר, גלעד, צװישן אפֿרים, צװישן מנשה.
5
און גלעד האָט פֿאַרכאַפּט די איבערפֿאָרן פֿון ירדן פֿאַר אפֿרים, און עס איז געװען, אַז אַן אַנטרונענער פֿון אפֿרים האָט געזאָגט: איך װיל אַריבערגײן, אַזױ האָבן די מענער פֿון גלעד צו אים געזאָגט: ביסטו אַן אפֿרימער? און אַז ער האָט געזאָגט: נײן,
6
האָבן זײ צו אים געזאָגט: זאָג אַקאָרשט שבולת, און אַז ער האָט געזאָגט סבולת, װײַל ער האָט ניט געקענט אַרױסרעדן ריכטיק, אַזױ האָבן זײ אים אָנגענומען און אים געשחטען בײַ די איבערפֿאָרן פֿון ירדן. און עס זײַנען געפֿאַלן אין יענער צײַט פֿון אפֿרים צװײ און פֿערציק טױזנט.
7
און יפֿתּח האָט געמשפּט ישׂראל זעקס יאָר, און יפֿתּח דער גלעדער איז געשטאָרבן, און איז באַגראָבן געװאָרן אין [אײנער פֿון] די שטעט פֿון גלעד.
8
און נאָך אים האָט געמשפּט ישׂראל אבֿצן פֿון בֵית-לחם.
9
און ער האָט געהאַט דרײַסיק זין, און דרײַסיק טעכטער האָט ער אױסגעגעבן, און דרײַסיק טעכטער האָט ער אַרײַנגענומען פֿאַר זײַנע זין פֿון דערױסן. און ער האָט געמשפּט ישׂראל זיבן יאָר.
10
און אבֿצן איז געשטאָרבן, און איז באַגראָבן געװאָרן אין בֵית-לחם.
11
און נאָך אים האָט געמשפּט ישׂראל אילון דער זבֿולונער. און ער האָט געמשפּט ישׂראל צען יאָר.
12
און אילון דער זבֿולונער איז געשטאָרבן, און איז באַגראָבן געװאָרן אין אילון אין לאַנד זבֿולון.
13
און נאָך אים האָט געמשפּט ישׂראל עבֿדון דער זון פֿון הללן פֿון פּרעתון.
14
און ער האָט געהאַט פֿערציק זין און דרײַסיק אײניקלעך, װאָס זײַנען געריטן אױףֿ זיבעציק יונגע אײזלען. און ער האָט געמשפּט ישׂראל אַכט יאָר.
15
און עבֿדון דער זון פֿון הללן פֿון פּרעתון איז געשטאָרבן, און איז באַגראָבן געװאָרן אין פּרעתון אין לאַנד אפֿרים, אױפֿן באַרג פֿון עמלק.