אידיש
1
און נאָך אבֿימלכן איז אױפֿגעשטאַנען צו העלפֿן ישׂראל תּולע דער זון פֿון פּואה דעם זון פֿון דודון, אַ מאַן פֿון ישׂשׂכר; און ער איז געזעסן אין שמיר אין דעם געבערג פֿון אפֿרים.
2
און ער האָט געמשפּט ישׂראל דרײַ און צװאַנציק יאָר. און ער איז געשטאָרבן, און איז באַגראָבן געװאָרן אין שמיר.
3
און נאָך אים איז אױפֿגעשטאַנען יאיר דער גלעדער; און ער האָט געמשפּט ישׂראל צװײ און צװאַנציק יאָר.
4
און ער האָט געהאַט דרײַסיק זין װאָס זײַנען געריטן אױףֿ דרײַסיק יונגע אײזלען, און זײ האָבן געהאַט דרײַסיק שטעט; מע רופֿט זײ חוות-יאיר ביז אױףֿ הײַנטיקן טאָג; די װאָס אין לאַנד גלעד.
5
און יאיר איז געשטאָרבן, און איז באַגראָבן געװאָרן אין קמון.
6
און די קינדער פֿון ישׂראל האָבן װידער געטאָן װאָס איז שלעכט אין די אױגן פֿון גאָט, און זײ האָבן געדינט די בַעַל-געטער, און די עשתָּרות, און די געטער פֿון ארם, און די געטער פֿון צידון, און די געטער פֿון מואבֿ, און די געטער פֿון די קינדער פֿון עמון, און די געטער פֿון די פּלִשתּים, און זײ האָבן פֿאַרלאָזן יהוה, און האָבן אים ניט געדינט.
7
און דער צאָרן פֿון גאָט האָט געגרימט אױףֿ ישׂראל, און ער האָט זײ איבערגעענטפֿערט אין דער האַנט פֿון די פּלִשתּים, און אין דער האַנט פֿון די קינדער פֿון עמון.
8
און זײ האָבן געפּלאָגט און געדריקט די קינדער פֿון ישׂראל אין יענעם יאָר; אַכצן יאָר [אַזױ], אַלע קינדער פֿון ישׂראל װאָס אױףֿ יענער זײַט ירדן, אין לאַנד פֿון אֶמורי װאָס אין גלעד.
9
און די קינדער פֿון עמון זײַנען אַריבערגעגאַנגען דעם ירדן מלחמה צו האַלטן אױך אױףֿ יהודה, און אױףֿ בנימין, און אױפֿן הױז פֿון אפֿרים, און ישׂראלן האָט זײער צוגעדריקט.
10
און די קינדער פֿון ישׂראל האָבן געשריען צו גאָט, אַזױ צו זאָגן: מיר האָבן געזינדיקט צו דיר, װאָס מיר האָבן פֿאַרלאָזן אונדזער גאָט און געדינט די בַעַל-געטער.
11
האָט גאָט געזאָגט צו די קינדער פֿון ישׂראל: האָב איך אײַך ניט [געהאָלפֿן] פֿון מצרים, און פֿון אֶמורי, און פֿון די קינדער פֿון עמון, און פֿון די פּלִשתּים?
12
אױך די צידונים, און עמלק, און מעון, האָבן אײַך געדריקט, און איר האָט געשריען צו מיר, און איך האָב אײַך געהאָלפֿן פֿון זײער האַנט.
13
אָבער איר האָט מיך פֿאַרלאָזן, און איר האָט געדינט פֿרעמדע געטער. דרום װעל איך אײַך מער ניט העלפֿן.
14
גײט און שרײַט צו די געטער װאָס איר האָט זײ אױסדערװײלט; זאָלן זײ אײַך העלפֿן אין דער צײַט פֿון אײַער נױט.
15
האָבן די קינדער פֿון ישׂראל געזאָגט צו גאָט: מיר האָבן געזינדיקט; טו דו צו אונדז אַזױ װי אַלץ װאָס איז גוט אין דײַנע אױגן, נאָר זײַ אונדז פֿאָרט מציל הײַנטיקן טאָג.
16
און זײ האָבן אָפּגעטאָן די פֿרעמדע געטער פֿון צװישן זיך, און האָבן געדינט יהוה; און זײַן זעל איז באַקלעמט געװען פֿון װעגן דער מאַטערניש פֿון ישׂראל.
17
און די קינדער פֿון עמון האָבן זיך אײַנגעזאַמלט, און האָבן געלאַגערט אין גלעד; און די קינדער פֿון ישׂראל האָבן זיך אױפֿגעקליבן און האָבן געלאַגערט אין מִצפּה.
18
האָט געזאָגט דאָס פֿאָלק, די האַרן פֿון גלעד, אײנער צום אַנדערן: װער איז דער מאַן װאָס װיל אָנהײבן מלחמה האַלטן אַקעגן די קינדער פֿון עמון? ער זאָל װערן פֿאַר אַ הױפּט איבער אַלע באַװױנער פֿון גלעד.