אידיש
1
און גאָט האָט געזאָגט צו יהוֹשוען: זאָלסט ניט מוֹרא האָבן און ניט אַנגסטן; נעם מיט דיר דאָס גאַנצע מלחמה-פֿאָלק, און שטײ אױף, גײ אַרױף אױף עַי; זע, איך האָב געגעבן אין דײַן האַנט דעם מלך פֿון עַי, און זײַן פֿאָלק, און זײַן שטאָט, און זײַן לאַנד.
2
און זאָלסט טאָן צו עַי און צו איר מלך, אַזױ װי דו האָסט געטאָן צו יריחו און צו איר מלך; נאָר איר זאַקרױב און אירע בהמות זאָלט איר רױבן פֿאַר אײַך. שטעל דיר לױערער אױף דער שטאָט פֿון הינטער איר.
3
איז אױפֿגעשטאַנען יהוֹשועַ, און דאָס גאַנצע מלחמה-פֿאָלק, אַרױפֿצוגײן אױף עַי; און יהוֹשועַ האָט אױסגעװײלט דרײַסיק טױזנט מאַן העלדישע גיבוֹרים, און האָט זײ אַװעקגעשיקט בײַ נאַכט.
4
און ער האָט זײ באַפֿױלן, אַזױ צו זאָגן: זעט, איר זאָלט לױערן אױף דער שטאָט פֿון הינטער דער שטאָט; איר זאָלט זיך ניט דערװײַטערן זײער פֿון דער שטאָט, און זײַט אַלע אָנגעברײט.
5
און איך און דאָס גאַנצע פֿאָלק װאָס מיט מיר װעלן גענענען צו דער שטאָט; און עס װעט זײַן, אַז זײ װעלן אַרױסגײן אַקעגן אונדז, אַזױ װי צוערשט, װעלן מיר אַנטלױפֿן פֿאַר זײ.
6
און זײ װעלן אַרױסגײן נאָך אונדז, ביז מיר װעלן זײ אַװעקציען פֿון דער שטאָט, װאָרום זײ װעלן זאָגן: זײ אַנטלױפֿן פֿאַר אונדז אַזױ װי צוערשט; און מיר װעלן אַנטלױפֿן פֿאַר זײ.
7
און איר װעט אױפֿשטײן פֿון דער לױער, און װעט פֿאַרנעמען די שטאָט, און יהוה אײַער גאָט װעט זי געבן אין אײַער האַנט.
8
און עס װעט זײַן, װי איר פֿאַרכאַפּט די שטאָט, זאָלט איר אָנצינדן די שטאָט אין פֿײַער; אַזױ װי דאָס װאָרט פֿון גאָט זאָלט איר טאָן; זעט, איך האָב אײַך באַפֿױלן.
9
און יהוֹשועַ האָט זײ געשיקט, און זײ זײַנען אַװעקגעגאַנגען צו דעם לױעראָרט, און זײַנען געזעסן צװישן בית-אֵל און צװישן עַי, אין מערבֿ פֿון עַי. און יהוֹשועַ האָט גענעכטיקט יענע נאַכט צװישן דעם פֿאָלק.
10
און יהוֹשועַ האָט זיך געפֿעדערט אין דער פֿרי, און האָט איבערגעצײלט דאָס פֿאָלק, און ער און די עלטסטע פֿון פֿאָלק זײַנען אַרױפֿגעגאַנגען פֿאַרױס פֿאַרן פֿאָלק אױף עַי.
11
און דאָס גאַנצע מלחמה-פֿאָלק װאָס מיט אים איז אַרױפֿגעגאַנגען, און זײ האָבן גענענט, און זײַנען געקומען אַקעגן דער שטאָט, און האָבן געלאַגערט אין צפֿון פֿון עַי; און דער טאָל איז געװען צװישן אים און צװישן עַי.
12
און ער האָט גענומען אַרום פֿינף טױזנט מאַן, און האָט זײ געשטעלט פֿאַר לױערער צװישן בית-אֵל און צװישן עַי, אין מערבֿ פֿון עַי.
13
אַזױ האָבן זײ אױסגעשטעלט דאָס פֿאָלק, די גאַנצע מחנה װאָס אין צפֿון פֿון דער שטאָט, און זײער הינטער-חיל אין מערבֿ פֿון דער שטאָט. און יהוֹשועַ איז געגאַנגען אין יענער נאַכט אין מיטן טאָל.
14
און עס איז געװען, װי דער מלך פֿון עַי האָט דערזען, אַזױ האָבן די מענטשן פֿון דער שטאָט זיך געאײַלט, און זײ האָבן זיך געפֿעדערט, און זײַנען אַרױסגעגאַנגען אַקעגן ישׂראל אױף מלחמה, ער און זײַן גאַנץ פֿאָלק, אין דער אָפּגערעדטער צײַט, פֿאַר דעם פּלױן, און ער האָט ניט געװוּסט אַז לױערער זײַנען אױף אים פֿון הינטער דער שטאָט.
15
און יהוֹשועַ און גאַנץ ישׂראל האָבן זיך געמאַכט װי געשלאָגן פֿאַר זײ, און זײַנען אַנטלאָפֿן אױפֿן װעג פֿון מדבר.
16
און דאָס גאַנצע פֿאָלק װאָס אין עַי איז צונױפֿגערופֿן געװאָרן, זײ נאָכצוּיאָגן; און זײ האָבן נאָכגעיאָגט יהוֹשוען, און זײַנען אַװעקגעצױגן געװאָרן פֿון דער שטאָט.
17
און עס איז ניט געבליבן אַ מענטש אין עַי און אין בית-אֵל, װאָס איז ניט אַרױסגעגאַנגען נאָך ישׂראל; און זײ האָבן געלאָזט די שטאָט אָפֿן, און נאָכגעיאָגט ישׂראל.
18
האָט גאָט געזאָגט צו יהוֹשוען: שטרעק אױס דעם שפּיז װאָס אין דײַן האַנט אַקעגן דער שטאָט עַי, װאָרום אין דײַן האַנט װעל איך זי געבן. און יהוֹשועַ האָט אױסגעשטרעקט דעם שפּיז װאָס אין זײַן האַנט אַקעגן דער שטאָט.
19
און די לױערער זײַנען אױפֿגעשטאַנען אױף גיך פֿון זײער אָרט, און זײ זײַנען געלאָפֿן װי ער האָט אױסגעשטרעקט זײַן האַנט, און זײַנען אַרײַן אין דער שטאָט, און האָבן זי באַצװוּנגען; און זײ האָבן געאײַלט און האָבן אָנגעצונדן די שטאָט אין פֿײַער.
20
און די מענטשן פֿון עַי האָבן זיך אומגעקערט הינטער זיך, און דערזען, ערשט דער רױך פֿון דער שטאָט איז אַרױף צום הימל, און זײ האָבן ניט געהאַט אין זיך כּוח צו לױפֿן אַהין אָדער אַהער. און דאָס פֿאָלק װאָס איז אַנטלאָפֿן צום מדבר, האָט זיך אומגעקערט אױף די נאָכיאָגער.
21
און װי יהוֹשועַ און גאַנץ ישׂראל האָבן געזען אַז די לױערער האָבן באַצװוּנגען די שטאָט, און אַז דער רױך פֿון דער שטאָט איז אױפֿגעגאַנגען, אַזױ האָבן זײ זיך אומגעקערט, און האָבן געשלאָגן די מענטשן פֿון עַי.
22
און יענע זײַנען אַרױסגעגאַנגען פֿון דער שטאָט אַקעגן זײ, אַזױ אַז זײ זײַנען געװען אין מיטן פֿון ישׂראל, די אױף דער זײַט, און די אױף יענער זײַט. און זײ האָבן זײ געשלאָגן ביז זײ ניט איבערצולאָזן אַ געבליבענעם אָדער אַנטרונענעם.
23
און דעם מלך פֿון עַי האָבן זײ געכאַפּט אַ לעבעדיקן, און אים געבראַכט צו יהוֹשוען.
24
און עס איז געװען, אַז די ישׂראל האָבן געענדיקט אױסהרגען אַלע באַװוינער פֿון עַי, אױפֿן פֿעלד אין דעם מדבר װאָס זײ האָבן זײ נאָכגעיאָגט אין אים, און זײ זײַנען אַלע געפֿאַלן דורכן שאַרף פֿון שװערד ביז זײ זײַנען פֿאַרלענדט געװאָרן, האָבן גאַנץ ישׂראל זיך אומגעקערט קײן עַי, און האָבן זי געשלאָגן מיטן שאַרף פֿון שװערד.
25
און אַלע װאָס זײַנען געפֿאַלן אין יענעם טאָג, פֿון אַ מאַן ביז אַ פֿרױ, זײַנען געװען צװעלף טױזנט; אַלע מענטשן פֿון עַי.
26
און יהוֹשועַ האָט ניט צוריקגעצױגן זײַן האַנט װאָס ער האָט אױסגעשטרעקט מיטן שפּיז, ביז ער האָט פֿאַרװיסט אַלע באַװוינער פֿון עַי.
27
נאָר די בהמות און דעם זאַקרױב פֿון יענער שטאָט האָבן די ישׂראל גערױבט פֿאַר זיך, אַזױ װי דאָס װאָרט פֿון גאָט װאָס ער האָט באַפֿױלן יהוֹשוען.
28
און יהוֹשועַ האָט פֿאַרברענט עַי, און האָט זי געמאַכט פֿאַר אַן אײביקן חורבֿה-הױפֿן, אַ װיסטעניש ביז אױף הײַנטיקן טאָג.
29
און דעם מלך פֿון עַי האָט ער אױפֿגעהאַנגען אױף אַ בױם ביז אָװנטצײַט; און װי די זון איז אונטערגעגאַנגען, האָט יהוֹשועַ באַפֿױלן, און מע האָט אַראָפּגענומען זײַן טױטן לײַב פֿון דעם בױם, און אים אַװעקגעװאָרפֿן פֿאַר דעם אײַנגאַנג פֿון דעם שטאָטטױער, און מע האָט אױפֿגעשטעלט איבער אים אַ גרױסן הױפֿן שטײנער װאָס שטײט ביז אױף הײַנטיקן טאָג.
30
דענצמאָל האָט יהוֹשועַ געבױט אַ מזבח צו יהוה דעם גאָט פֿון ישׂראל אױפֿן באַרג עֵיבֿל,
31
אַזױ װי משה דער קנעכט פֿון גאָט האָט באַפֿױלן די קינדער פֿון ישׂראל, װי עס שטײט געשריבן אין בוך פֿון תּוֹרת-משה; אַ מזבח פֿון גאַנצע שטײנער, װאָס מע האָט אױף זײ ניט אױפֿגעהױבן אַן אײַזן. און זײ האָבן אױפֿגעבראַכט אױף אים בראַנדאָפּפֿער צו גאָט, און געשלאַכט פֿרידאָפּפֿער.
32
און ער האָט דאָרטן אױפֿגעשריבן אױף די שטײנער אַן איבערחזרונג פֿון תּוֹרת-משה, װאָס ער האָט געשריבן אין אָנגעזיכט פֿון די קינדער פֿון ישׂראל.
33
און גאַנץ ישׂראל, און זײערע עלטסטע און אױפֿזעער, און זײערע ריכטער, זײַנען געשטאַנען פֿון דער זײַט און פֿון יענער זײַט פֿון אָרון, פֿאַר די כֹּהנים פֿון שבֿט לֵוִי װאָס האָבן געטראָגן דעם אָרון פֿון גאָטס בונד – אַזױ דער פֿרעמדער װי דער אײַנגעבאָרענער, העלפֿט פֿון זײ אַקעגן באַרג גרִזים, און העלפֿט פֿון זײ אַקעגן באַרג עֵיבֿל, אַזױ װי משה דער קנעכט פֿון גאָט האָט פֿון פֿריער באַפֿױלן, צו בענטשן דאָס פֿאָלק ישׂראל.
34
און דערנאָך האָט ער געלײענט אַלע װערטער פֿון דער תּוֹרה, די ברכה און די קללה, אַזױ װי אַלץ װאָס שטײט געשריבן אין בוך פֿון דער תּוֹרה.
35
ניט געװען אַ װאָרט פֿון אַלץ װאָס משה האָט באַפֿױלן, װאָס יהוֹשועַ האָט ניט געלײענט פֿאַר דער גאַנצער אײַנזאַמלונג פֿון ישׂראל, און די װײַבער און די קלײנע קינדער, און דעם פֿרעמדן װאָס איז מיטגעגאַנגען צװישן זײ.