אידיש
1
און די קינדער פֿון ישׂראל האָבן געפֿעלשט אַ פֿעלשונג אין דעם חרם, און עָכָן דער זון פֿון כַּרמי דעם זון פֿון זַבֿדי, דעם זון פֿון זֶרַחן, פֿון שבֿט יהודה, האָט גענומען פֿון דעם חרם, און דער צאָרן פֿון גאָט האָט געגרימט אױף די קינדער פֿון ישׂראל.
2
און יהוֹשועַ האָט געשיקט מענטשן פֿון יריחו קײן עַי װאָס לעבן בית-אָוֶן, אין מזרח פֿון בית-אֵל, און ער האָט זײ אָנגעזאָגט, אַזױ צו זאָגן: גײט אַרױף, און קוקט אױס דאָס לאַנד. זײַנען די מענטשן אַרױפֿגעגאַנגען, און האָבן אױסגעקוקט עַי.
3
און זײ האָבן זיך אומגעקערט צו יהוֹשוען, און האָבן צו אים געזאָגט: זאָל ניט אַרױפֿגײן דאָס גאַנצע פֿאָלק; אַרום צװײ טױזנט מאַן, אָדער אַרום דרײַ טױזנט מאַן, זאָלן אַרױפֿגײן און שלאָגן עַי. דאַרפֿסט ניט מיען אַהין דאָס גאַנצע פֿאָלק, װאָרום זײ זײַנען װינציק.
4
זײַנען אַרױפֿגעגאַנגען אַהין פֿון פֿאָלק אַרום דרײַ טױזנט מאַן; אָבער זײ זײַנען אַנטלאָפֿן פֿאַר די מענטשן פֿון עַי.
5
און די מענטשן פֿון עַי האָבן פֿון זײ געשלאָגן אַרום זעקס און דרײַסיק מאַן, און זײ האָבן זײ נאָכגעיאָגט פֿון פֿאַרן טױער ביז שבֿרים, און האָבן זײ געשלאָגן בײַם אַראָפּגאַנג; און דאָס האַרץ פֿון פֿאָלק איז צעגאַנגען, און איז געװאָרן אַזױ װי װאַסער.
6
האָט יהוֹשועַ צעריסן זײַנע קלײדער, און איז געפֿאַלן אױף זײַן פּנים צו דער ערד פֿאַר דעם אָרון פֿון גאָט ביזן אָװנט, ער און די עלטסטע פֿון ישׂראל; און זײ האָבן אַרױפֿגעלײגט ערד אױף זײער קאָפּ.
7
און יהוֹשועַ האָט געזאָגט: װײ, גאָט דו האַר, נאָך װאָס האָסטו גאָר אַריבערגעבראַכט דאָס דאָזיקע פֿאָלק איבערן יַרדן, אונדז צו געבן אין דער האַנט פֿון אֶמוֹרי, כּדי אונדז אונטערצוברענגען? הלװאַי װאָלטן מיר באַשטאַנען און געבליבן אױף יענער זײַט יַרדן!
8
איך בעט דיך, גאָט, װאָס קען איך זאָגן, נאָכדעם אַז ישׂראל האָט געמוזט קערן דעם נאַקן פֿאַר זײַנע פֿײַנט?
9
װאָרום דער כּנַעֲני און אַלע באַװוינער פֿון לאַנד װעלן דערהערן, און װעלן אונדז אַרומרינגלען, און פֿאַרשנײַדן אונדזער נאָמען פֿון דער ערד; און װאָס װעסטו טאָן פֿאַר דײַן גרױסן נאָמען?
10
האָט גאָט געזאָגט צו יהוֹשוען: שטײ דיר אױף; נאָך װאָס דען פֿאַלסטו אױף דײַן פּנים?
11
געזינדיקט האָט ישׂראל, און זײ האָבן אױך איבערגעטרעטן מײַן בונד װאָס איך האָב זײ באַפֿױלן, און זײ האָבן אי גענומען פֿון חרם, אי געגנבֿעט, אי פֿאַרלײקנט, אי אַרײַנגעטאָן אין זײערע זאַכן.
12
דרום קענען די קינדער פֿון ישׂראל ניט באַשטײן פֿאַר זײערע פֿײַנט; דעם נאַקן קערן זײ פֿאַר זײערע פֿײַנט, װײַל זײ זײַנען געװאָרן צו חרם; איך װעל מער ניט זײַן מיט אײַך, אױב איר װעט ניט פֿאַרטיליקן דעם חרם פֿון צװישן אײַך.
13
שטײ אױף, און הײליק דאָס פֿאָלק, און זאָלסט זאָגן: הײליקט אײַך אױף מאָרגן, װאָרום אַזױ האָט געזאָגט יהוה דער גאָט פֿון ישׂראל: חרם איז צװישן דיר, ישׂראל; װעסט ניט קענען באַשטײן פֿאַר דײַנע פֿײַנט, ביז איר װעט אָפּטאָן דעם חרם פֿון צװישן אײַך.
14
דרום זאָלט איר גענענען אין דער פֿרי לױט אײַערע שבֿטים, און עס װעט זײַן, דער שבֿט װאָס גאָט װעט אים פֿאַרנעמען, זאָל גענענען לױט די משפּחות, און די משפּחה װאָס גאָט װעט זי פֿאַרנעמען, זאָל גענענען לױט די הײַזער, און דאָס הױז װאָס גאָט װעט עס פֿאַרנעמען, זאָל גענענען לױט די מענער.
15
און עס װעט זײַן, דער װאָס װעט פֿאַרנומען װערן מיטן חרם, זאָל פֿאַרברענט װערן אין פֿײַער, ער און אַלץ װאָס געהערט צו אים; װײַל ער האָט איבערגעטרעטן דעם בונד פֿון גאָט, און װײַל ער האָט געטאָן אַ נבֿלה אין ישׂראל.
16
האָט יהוֹשועַ זיך געפֿעדערט אין דער פֿרי, און געמאַכט גענענען ישׂראל לױט זײַנע שבֿטים; איז פֿאַרנומען געװאָרן שבֿט יהודה.
17
האָט ער געמאַכט גענענען די משפּחה פֿון יהודה, און ער האָט פֿאַרנומען די משפּחה פֿון די זַרחים. האָט ער געמאַכט גענענען די משפּחה פֿון די זַרחים לױט די מענער, און זַבֿדי איז פֿאַרנומען געװאָרן.
18
האָט ער געמאַכט גענענען זײַן הױז לױט די מענער, און עָכָן דער זון פֿון כַּרמי דעם זון פֿון זַבֿדי, דעם זון פֿון זֶרַחן, פֿון שבֿט יהודה, איז פֿאַרנומען געװאָרן.
19
האָט יהוֹשועַ געזאָגט צו עָכָנען: מײַן זון, טו, איך בעט דיך, כּבֿוד צו יהוה דעם גאָט פֿון ישׂראל, און זײַ זיך מוֹדה פֿאַר אים, און זאָג מיר, איך בעט דיך, װאָס דו האָסט געטאָן; זאָלסט ניט פֿאַרהױלן פֿון מיר.
20
האָט עָכָן געענטפֿערט יהוֹשוען, און האָט געזאָגט: אמת, איך האָב געזינדיקט צו יהוה דעם גאָט פֿון ישׂראל, און אַזױ און אַזױ האָב איך געטאָן.
21
איך האָב געזען אין דעם רױב אַ גוטן מאַנטל פֿון שִנעָר, און צװײ הונדערט שֶקל זילבער, און אַ צונג גאָלד װאָס איר װאָג איז פֿופֿציק שֶקל; האָב איך זײ געגלוסט, און האָב זײ צוגענומען, און אָן זײַנען זײ באַהאַלטן אין דער ערד אין מיטן פֿון מײַן געצעלט, און דאָס זילבער איז אונטער דעם.
22
האָט יהוֹשועַ געשיקט שלוחים, און זײ זײַנען אַװעקגעלאָפֿן צום געצעלט; ערשט עס איז באַהאַלטן אין זײַן געצעלט, און דאָס זילבער איז אונטער דעם.
23
האָבן זײ זײ אַרױסגענומען פֿון מיטן געצעלט, און געבראַכט צו יהוֹשוען, און צו אַלע קינדער פֿון ישׂראל, און זײ האָבן זײ אַװעקגעלײגט פֿאַר גאָט.
24
און יהוֹשועַ און גאַנץ ישׂראל מיט אים האָבן גענומען עָכָן דעם זון פֿון זֶרַחן, און דאָס זילבער, און דעם מאַנטל, און די צונג גאָלד, און זײַנע זין, און זײַנע טעכטער, און זײַנע אָקסן, און זײַנע אײזלען, און זײַנע שאָף, און זײַן געצעלט, און אַלץ װאָס האָט געהערט צו אים, און זײ האָבן זײ אַרױפֿגעבראַכט צום טאָל עָכוֹר.
25
און יהוֹשועַ האָט געזאָגט: װאָס האָסטו אונדז פֿאַראומגליקט? פֿאַראומגליקן זאָל דיך גאָט הײַנטיקן טאָג. און גאַנץ ישׂראל האָבן אים פֿאַרשטײנט מיט שטײנער; און זײ האָבן זײ פֿאַרברענט אין פֿײַער, און זײ פֿאַרװאָרפֿן מיט שטײנער.
26
און זײ האָבן אױפֿגעשטעלט איבער אים אַ גרױסן הױפֿן שטײנער װאָס שטײט ביז אױף הײַנטיקן טאָג; און גאָט האָט זיך אָפּגעקערט פֿון זײַן גרימצאָרן. דרום רופֿט מען יענעם אָרט דער טאָל עָכוֹר ביז אױף הײַנטיקן טאָג.