אידיש
1
און יהושוע האָט אײַנגעזאַמלט אַלע שבֿטים פֿון ישׂראל קײן שכם, און ער האָט גערופֿן די עלטסטע פֿון ישׂראל, און זײערע הױפּטלײַט, און זײערע ריכטער, און זײערע אױפֿזעער; און זײ האָבן זיך געשטעלט פֿאַר גאָט.
2
און יהושוע האָט געזאָגט צום גאַנצן פֿאָלק: אַזױ האָט געזאָגט יהוה דער גאָט פֿון ישׂראל: אױף יענער זײַט טײַך זײַנען געזעסן אײַערע עלטערן פֿון אײביק אָן, תּרח דער פֿאָטער פֿון אבֿרהמען, און דער פֿאָטער פֿון נחורן; און זײ האָבן געדינט פֿרעמדע געטער.
3
און איך האָב גענומען אײַער פֿאָטער אבֿרהמען פֿון יענער זײַט טײַך, און האָב אים דורכגעפֿירט דורך גאַנץ לאַנד כּנען; און איך האָב געמערט זײַן זאָמען, און אים געגעבן יצחקן.
4
און איך האָב געגעבן צו יצחקן יעקבֿן און עשׂון; און איך האָב געגעבן עשׂון דעם באַרג שׂאיר אים צו אַרבן; און יעקבֿ און זײַנע קינדער האָבן גענידערט קײן מצרים.
5
און איך האָב געשיקט משהן און אהרנען, און האָב געפּלאָגט מצרים, לױט װאָס איך האָב געטאָן צװישן זײ, און דערנאָך האָב איך אײַך אַרױסגעצױגן.
6
און איך האָב אַרױסגעצױגן אײַערע עלטערן פֿון מצרים, און איר זײַט געקומען צום ים, און די מצרים האָבן נאָכגעיאָגט אײַערע עלטערן מיט רײַטװעגן און מיט רײַטער ביזן ים-סוף.
7
און זײ האָבן געשריִען צו גאָט, און ער האָט געמאַכט אַ פֿיצטערניש צװישן אײַך און צװישן די מצרים, און געבראַכט אױף זײ דעם ים, און זײ צוגעדעקט; און אײַערע אױגן האָבן געזען װאָס איך האָב געטאָן מיט מצרים. און איר זײַט געבליבן אין מדבר פֿיל טעג.
8
און איך האָב אײַך געבראַכט אין לאַנד פֿון דעם אמורי װאָס זיצט אױף יענער זײַט ירדן, און זײ האָבן מלחמה געהאַלטן מיט אײַך, און איך האָב זײ געגעבן אין אײַער האַנט, און איר האָט געאַרבט זײער לאַנד, און איך האָב זײ פֿאַרטיליקט פֿון פֿאַר אײַך.
9
איז אױפֿגעשטאַנען בלק דער זון פֿון צפּורן, דער מלך פֿון מואבֿ, און האָט מלחמה געהאַלטן אַקעגן ישׂראל; און ער האָט געשיקט און גערופֿן בלעם דעם זון פֿון בעורן, אײַך צו שילטן.
10
אָבער איך האָב ניט געװאָלט צוהערן צו בלעמען, און בענטשן האָט ער אײַך געבענטשט; און איך האָב אײַך מציל געװען פֿון זײַן האַנט.
11
און איר זײַט אַריבערגעגאַנגען דעם ירדן, און איר זײַט געקומען צו יריחו, און עס האָבן מלחמה געהאַלטן אַקעגן אײַך די מענער פֿון יריחו, דער אמורי, און דער פּרזי, און דער כּנעני, און דער חוי, און דער גרגשי, דער חוי, און דער יבֿוסי; און איך האָב זײ געגעבן אין אײַער האַנט.
12
און איך האָב געשיקט אײַך פֿאַרױס די האָרנבין, און זי האָט זײ פֿאַרטריבן פֿון פֿאַר אײַך, די צװײ מלכים פֿון אמורי; ניט מיט דײַן שװערד, און ניט מיט דײַן בױגן.
13
און איך האָב אײַך געגעבן אַ לאַנד װאָס דו האָסט זיך דערױף ניט געמיט, און שטעט װאָס איר האָט ניט געבױט, און איר האָט זיך אין זײ באַזעצט; װײַנגערטנער און אײלבערטגערטנער װאָס איר האָט ניט געפֿלאַנצט, עסט איר.
14
און אַצונד, האָט מורא פֿאַר יהוה, און דינט אים מיט גאַנצקײט און מיט אמת; און טוט אָפּ די געטער װאָס אײַערע עלטערן האָבן געדינט, אױף יענער זײַט טײַך, און אין מצרים, און דינט יהוה.
15
און אױב עס איז שלעכט אין אײַערע אױגן צו דינען יהוה, װײלט אײַך אױס הײַנט װעמען איר װילט דינען, ענטװעדער די געטער װאָס אײַערע עלטערן האָבן געדינט אױף יענער זײַט טײַך, אָדער די געטער פֿון דעם אמורי, װאָס איר זיצט אין זײער לאַנד; און איך און מײַן הױזגעזינט װעלן דינען יהוה.
16
האָט געענטפֿערט דאָס פֿאָלק און האָט געזאָגט: חלילה אונדז צו פֿאַרלאָזן יהוה, כּדי צו דינען פֿרעמדע געטער!
17
װאָרום יהוה אונדזער גאָט איז דער װאָס האָט אױפֿגעבראַכט אונדז און אונדזערע עלטערן פֿון לאַנד מצרים, פֿון דעם הױז פֿון קנעכטשאַפֿט, און װאָס האָט געטאָן פֿאַר אונדזערע אױגן די דאָזיקע גרױסע צײכנס, און האָט אונדז אָפּגעהיט אױף דעם גאַנצן װעג װאָס מיר זײַנען געגאַנגען אױף אים, און צװישן אַלע פֿעלקער װאָס מיר זײַנען דורכגעגאַנגען דורך זײ.
18
און יהוה האָט פֿאַרטריבן פֿון פֿאַר אונדז אַלע פֿעלקער און דעם אמורי, דעם באַװױנער פֿון לאַנד; דרום װעלן מיר אױך דינען יהוה, װאָרום ער איז אונדזער גאָט.
19
האָט יהושוע געזאָגט צום פֿאָלק: איר װעט ניט קענען דינען יהוה, װאָרום אַ הײליקער גאָט איז ער, אַ צערנדיקער גאָט איז ער; ער װעט ניט פֿאַרגעבן אײַער פֿאַרברעך און אײַערע זינד.
20
אױב איר װעט פֿאַרלאָזן יהוה, און װעט דינען פֿרעמדע געטער, װעט ער זיך קערן און װעט אײַך שלעכטס טאָן, און װעט אײַך פֿאַרלענדן, נאָכדעם װי ער האָט אײַך גוטס געטאָן.
21
האָט דאָס פֿאָלק געזאָגט צו יהושוען: נײן, נײַערט יהוה װעלן מיר דינען.
22
האָט יהושוע געזאָגט צום פֿאָלק: איר זײַט עדות קעגן אײַך אַלײן. אַז איר האָט אײַך אױסדערװײלט יהוה, אים צו דינען. - און זײ האָבן געזאָגט: עדות! -
23
און אַצונד טוט אָפּ די פֿרעמדע געטער װאָס צװישן אײַך, און נײגט אײַער האַרץ צו יהוה דעם גאָט פֿון ישׂראל.
24
האָט דאָס פֿאָלק געזאָגט צו יהושוען: יהוה אונדזער גאָט װעלן מיר דינען, און צו זײַן קול װעלן מיר צוהערן.
25
און יהושוע האָט געשלאָסן אַ בונד מיטן פֿאָלק אין יענעם טאָג, און ער האָט זײ געמאַכט חוקים און געזעצן אין שכם.
26
און יהושוע האָט אױפֿגעשריבן די דאָזיקע װערטער אין בוך פֿון גאָטס תּורה; און ער האָט גענומען אַ גרױסן שטײן, און האָט אים דאָרטן אױפֿגעשטעלט אונטער דעם אײכנבױם װאָס בײַם הײליקטום פֿון גאָט.
27
און יהושוע האָט געזאָגט צום גאַנצן פֿאָלק: אָט דער דאָזיקער שטײן זאָל זײַן פֿאַר אַן עדות אַקעגן אונדז, װאָרום ער האָט געהערט אַלע װערטער פֿון יהוה, װאָס ער האָט מיט אונדז גערעדט; און ער װעט זײַן פֿאַר אַן עדות אַקעגן אײַך, טאָמער װעט איר לײקענען אָן אײַער גאָט.
28
און יהושוע האָט פֿאַנאַנדערגעשיקט דאָס פֿאָלק, איטלעכן צו זײַן נחלה.
29
און עס איז געװען נאָך די דאָזיקע געשעענישן, איז געשטאָרבן יהושוע דער זון פֿון נון, דער קנעכט פֿון גאָט, צו הונדערט מיט צען יאָר.
30
און מע האָט אים באַגראָבן אין דעם געמאַרק פֿון זײַן נחלה, אין תּמנת-סרח װאָס אין דעם געבערג פֿון אפֿרים, אין צפֿון פֿון באַרג געש.
31
און ישׂראל האָט געדינט גאָט אַלע טעג פֿון יהושוען, און אַלע טעג פֿון די זקנים װאָס האָבן מאריך-ימים געװען נאָך יהושוען, און װאָס האָבן געװוּסט אַלדי טוּונג פֿון גאָט, װאָס ער האָט געטאָן פֿאַר ישׂראל.
32
און די בײנער פֿון יוספֿן, װאָס די קינדער פֿון ישׂראל האָבן אױפֿגעבראַכט פֿון מצרים, האָבן זײ באַגראָבן אין שכם, אױף דעם שטיק פֿעלד װאָס יעקבֿ האָט געקױפֿט פֿון די זין פֿון חמור, דעם פֿאָטער פֿון שכמען, פֿאַר הונדערט קשׂיטה; און עס איז געװאָרן די קינדער פֿון יוסף פֿאַר אַ נחלה.
33
און אלעזר דער זון פֿון אהרנען איז געשטאָרבן, און מע האָט אים באַגראָבן אױף דעם בערגל פֿון זײַן זון פּינחסן, װאָס איז אים געגעבן געװאָרן אין דעם געבערג פֿון אפֿרים.