אידיש
1
און עס איז געװען אין פֿיל טעג אַרום, נאָכדעם אַז גאָט האָט באַרוט ישׂראל פֿון אַלע זײערע פֿײַנט פֿון רונד אַרום, און יהושוע איז געװאָרן אַלט און באַטאָגט,
2
האָט יהושוע גערופֿן גאַנץ ישׂראל, זײערע עלטסטע, און זײערע הױפּטלײַט, און זײערע ריכטער, און זײערע אױפֿזעער, און האָט צו זײ געזאָגט: איך בין אַלט און באַטאָגט.
3
און איר האָט געזען אַלץ װאָס יהוה אײַער גאָט האָט געטאָן צו אַלע די דאָזיקע פֿעלקער פֿון אײַערטװעגן; װאָרום יהוה אײַער גאָט איז דער װאָס האָט מלחמה געהאַלטן פֿאַר אײַך.
4
זעט, איך האָב אײַך אױסגעװאָרפֿן די דאָזיקע געבליבענע פֿעלקער פֿאַר אַ נחלה לױט אײַערע שבֿטים; פֿון ירדן, מיט אַלע פֿעלקער װאָס איך האָב פֿאַרשניטן, און ביזן ים-הגדול צו זון-אונטערגאַנג.
5
און יהוה אײַער גאָט, ער װעט זײ אַרױסשטױסן פֿון פֿאַר אײַך, און װעט זײ פֿאַרטרײַבן פֿון אײַער אָנגעזיכט, און איר װעט אַרבן זײער לאַנד, אַזױ װי יהוה אײַער גאָט האָט אײַך צוגעזאָגט.
6
דרום זאָלט איר זײַן זײער שטאַרק צו היטן און צו טאָן אַלץ װאָס שטײט געשריבן אין בוך פֿון תּורת-משה, זיך ניט אָפּצוקערן דערפֿון רעכטס אָדער לינקס,
7
ניט צו קומען צװישן די דאָזיקע פֿעלקער, די דאָזיקע װאָס זײַנען געבליבן בײַ אײַך. און דעם נאָמען פֿון זײערע געטער זאָלט איר ניט דערמאָנען, און ניט לאָזן שװערן בײַ זײ און זײ ניט דינען, און זיך ניט בוקן צו זײ.
8
נאָר בלױז אָן יהוה אײַער גאָט זאָלט איר אײַך באַהעפֿטן, אַזױ װי איר האָט געטאָן ביז הײַנטיקן טאָג,
9
װאָס דערפֿאַר האָט יהוה פֿאַרטריבן פֿון פֿאַר אײַך גרױסע און מאַכטיקע פֿעלקער; און איר - קײנער איז ניט באַשטאַנען פֿאַר אײַך ביז הײַנטיקן טאָג.
10
אײן מאַן פֿון אײַך האָט געיאָגט טױזנט; װאָרום יהוה אײַער גאָט איז דער װאָס האָט מלחמה געהאַלטן פֿאַר אײַך, אַזױ װי ער האָט אײַך צוגעזאָגט.
11
דרום זאָלט איר זײער היטן אײַער זעל, ליב צו האָבן יהוה אײַער גאָט.
12
װאָרום אױב אָפּקערן װעט איר אײַך אָפּקערן, און איר װעט אײַך באַהעפֿטן אָן דעם רעשט פֿון די דאָזיקע פֿעלקער, די דאָזיקע װאָס זײַנען געבליבן בײַ אײַך, און איר װעט זיך מתחתּן זײַן מיט זײ, און איר װעט קומען צװישן זײ, און זײ צװישן אײַך,
13
װיסן זאָלט איר װיסן זײַן, אַז יהוה אײַער גאָט װעט מער ניט פֿאַרטרײַבן די דאָזיקע פֿעלקער פֿון פֿאַר אײַך, און זײ װעלן אײַך זײַן פֿאַר אַ נעץ און פֿאַר אַ שטרױכלונג, און פֿאַר אַ רוט אין אײַערע זײַטן, און פֿאַר שטעכערס אין אײַערע אױגן, ביז איר װעט אונטערגײן פֿון דער דאָזיקער גוטער ערד װאָס יהוה אײַער גאָט האָט אײַך געגעבן.
14
און אָט גײ איך די טעג אױף דעם װעג פֿון דער גאַנצער ערד; דרום זאָלט איר װיסן מיט אײַער גאַנצן האַרצן, און מיט אײַער גאַנצער זעל, אַז ניט אַן אײנציק װאָרט איז אָפּגעפֿאַלן פֿון די אַלע גוטע צוזאָגן װאָס יהוה אײַער גאָט האָט צוגעזאָגט װעגן אײַך; אַלע זײַנען אײַך אָנגעקומען; ניט אַן אײנציק װאָרט דערפֿון איז אָפּגעפֿאַלן.
15
און עס װעט זײַן, אַזױ װי אײַך איז אָנגעקומען אַלדער גוטער צוזאָג װאָס יהוה אײַער גאָט האָט אײַך צוגעזאָגט, אַזױ װעט יהוה ברענגען אױף אײַך אַלדעם שלעכטן אָנזאָג, ביז ער װעט אײַך פֿאַרטיליקן פֿון דער דאָזיקער גוטער ערד װאָס יהוה אײַער גאָט האָט אײַך געגעבן.
16
אַז איר װעט איבערטרעטן דעם בונד פֿון יהוה אײַער גאָט, װאָס ער האָט אײַך באַפֿױלן, און איר װעט גײן און דינען פֿרעמדע געטער, און זיך בוקן צו זײ, װעט גרימען דער צאָרן פֿון יהוה אױף אײַך, און איר װעט גיך אונטערגײן פֿון דעם גוטן לאַנד װאָס ער האָט אײַך געגעבן.