אידיש
1
און גאָט האָט גערעדט צו יהוֹשוען, אַזױ צו זאָגן: רעד צו די קינדער פֿון ישׂראל, אַזױ צו זאָגן:
2
מאַכט אײַך די שטעט פֿון אַנטרינונג װאָס איך האָב אײַך אָנגעזאָגט דורך משהן,
3
אױף צו אַנטלױפֿן אַהין, פֿאַר דעם טױטשלעגער װאָס דערשלאָגט אַ נפֿש דורך אַ פֿאַרזע, אָן אַ כּיװן; און זײ זאָלן אײַך זײַן פֿאַר אַנטרינונג פֿון דעם בלוטמאָנער.
4
און ער זאָל אַנטלױפֿן אין אײנער פֿון די דאָזיקע שטעט, און זיך שטעלן אין אײַנגאַנג פֿון שטאָטטױער, און רעדן אין די אױערן פֿון די עלטסטע פֿון יענער שטאָט זײַנע װערטער, און זײ זאָלן אים אַרײַננעמען צו זיך אין דער שטאָט, און אים געבן אַן אָרט, און ער זאָל זיצן בײַ זײ.
5
און אַז דער בלוטמאָנער װעט אים נאָכיאָגן, זאָלן זײ ניט איבערענטפֿערן דעם טױטשלעגער אין זײַן האַנט, װאָרום אָן אַ כּיװן האָט ער דערשלאָגן זײַן חבֿר, און ער איז אים ניט געװען אַ שׂוֹנא פֿון נעכטן-אײערנעכטן.
6
און ער זאָל זיצן אין יענער שטאָט, ביז ער שטעלט זיך פֿאַר דער עדה צום משפּט, ביז דעם טױט פֿון דעם כֹּהן-גָדול װאָס װעט זײַן אין יענע טעג; דענצמאָל מעג דער טױטשלעגער זיך אומקערן, און קומען אין זײַן שטאָט, און אין זײַן הױז – אין דער שטאָט װאָס ער איז פֿון דאָרטן אַנטלאָפֿן.
7
האָבן זײ געהײליקט קֶדֶש אין גָליל, אין דעם געבערג פֿון נפֿתּלי, און שכֶם אין דעם געבערג פֿון אפֿרים, און קִריַת-אַרבע – דאָס איז חֶבֿרוֹן – אין דעם געבערג פֿון יהודה.
8
און פֿון יענער זײַט יַרדן, בײַ יריחו צו מזרח, האָבן זײ אָפּגעגעבן בֶצֶר אין מדבר אין דעם פֿלאַכלאַנד, פֿון שבֿט ראובֿן, און ראָמוֹת אין גִלעָד, פֿון שבֿט גָד, און גוֹלָן אין בשָן, פֿון שבֿט מנשה.
9
דאָס זײַנען געװען די באַשטימטע שטעט פֿאַר אַלע קינדער פֿון ישׂראל, און פֿאַר דעם פֿרעמדן װאָס האַלט זיך אױף צװישן זײ; אױף צו אַנטלױפֿן אַהין, פֿאַר איטלעכן װאָס דערשלאָגט אַ נפֿש דורך אַ פֿאַרזע; כּדי ער זאָל ניט שטאַרבן דורך דער האַנט פֿון דעם בלוטמאָנער, אײדער ער שטעלט זיך פֿאַר דער עדה.