Yiddish
Hebrew
אידיש
1 און דער גוֹרל פֿון די קינדער פֿון יוֹסף איז אַרױסגעגאַנגען פֿון יַרדן בײַ יריחו, צו די װאַסערן פֿון יריחו, קײן מזרח, אַרױפֿגײענדיק פֿון יריחו צום מדבר איבער דעם געבערג, צו בית-אֵל. 2 און ער איז אַרױסגעגאַנגען פֿון בית-אֵל-לוז, און איז אַריבער צום געמאַרק פֿון דעם אַרכּי, עַטָרוֹת. 3 און ער האָט אַראָפּגענידערט צו מערבֿ, צום געמאַרק פֿון דעם יַפֿלֵטי, ביז דעם געמאַרק פֿון דער אונטערשטער בית-חוֹרוֹן, און ביז גֶזֶר; און זײַן אױסלאָז איז געװען בײַם ים. 4 און די קינדער פֿון יוֹסף, מנשה און אפֿרים, האָבן געקריגן זײער נחלה. 5 און דאָס איז געװען דער געמאַרק פֿון די קינדער פֿון אפֿרים לױט זײערע משפּחות: דער געמאַרק פֿון זײער נחלה צו מזרח איז געװען עַטרוֹת-אַדָר, ביז דער אױבערשטער בית-חוֹרוֹן. 6 און דער געמאַרק איז אַרױסגעגאַנגען צו מערבֿ, מיט מִכמתָת פֿון צפֿון, און דער געמאַרק האָט זיך אױסגעדרײט צו מזרח, צו תַּאֲנַת-שילוֹ, און איז עס פֿאַרבײַגעגאַנגען פֿון מזרח, צו יָנוֹחַ. 7 און ער האָט אַראָפּגענידערט פֿון יָנוֹחַ קײן עַטָרוֹת, און קײן נַעֲרָה, און האָט זיך אָנגעשטױסן אָן יריחו, און זיך אױסגעלאָזט בײַם יַרדן. 8 פֿון תַּפּוחַ איז דער געמאַרק געגאַנגען צו מערבֿ, צום טײַך קָנָה, און זײַן אױסלאָז איז געװען בײַם ים. דאָס איז די נחלה פֿון דעם שבֿט פֿון די קינדער פֿון אפֿרים לױט זײערע משפּחות; 9 דערצו די שטעט װאָס זײַנען אָפּגעשײדט געװאָרן פֿאַר די קינדער פֿון אפֿרים אין מיטן פֿון דער נחלה פֿון די קינדער פֿון מנשה, אַלע שטעט מיט זײערע דערפֿער. 10 און זײ האָבן ניט פֿאַרטריבן דעם כּנַעֲני װאָס איז געזעסן אין גֶזֶר; און דער כּנַעֲני איז געבליבן זיצן צװישן אפֿרים ביז אױף הײַנטיקן טאָג, און איז געװאָרן צום צינזקנעכט.
עברית
1 וַיֵּצֵ֨א הַגּוֹרָ֜ל לִבְנֵ֤י יוֹסֵף֙ מִיַּרְדֵּ֣ן יְרִיח֔וֹ לְמֵ֥י יְרִיח֖וֹ מִזְרָ֑חָה הַמִּדְבָּ֗ר עֹלֶ֧ה מִירִיח֛וֹ בָּהָ֖ר בֵּֽית־אֵֽל׃ 2 וְיָצָ֥א מִבֵּֽית־אֵ֖ל ל֑וּזָה וְעָבַ֛ר אֶל־גְּב֥וּל הָאַרְכִּ֖י עֲטָרֽוֹת׃ 3 וְיָֽרַד־יָ֜מָּה אֶל־גְּב֣וּל הַיַּפְלֵטִ֗י עַ֣ד גְּב֧וּל בֵּית־חוֹרֹ֛ן תַּחְתּ֖וֹן וְעַד־גָּ֑זֶר וְהָי֥וּ תצאתו יָֽמָּה׃ 4 וַיִּנְחֲל֥וּ בְנֵי־יוֹסֵ֖ף מְנַשֶּׁ֥ה וְאֶפְרָֽיִם׃ 5 וַיְהִ֛י גְּב֥וּל בְּנֵֽי־אֶפְרַ֖יִם לְמִשְׁפְּחֹתָ֑ם וַיְהִ֞י גְּב֤וּל נַחֲלָתָם֙ מִזְרָ֔חָה עַטְר֣וֹת אַדָּ֔ר עַד־בֵּ֥ית חוֹרֹ֖ן עֶלְיֽוֹן׃ 6 וְיָצָ֨א הַגְּב֜וּל הַיָּ֗מָּה הַֽמִּכְמְתָת֙ מִצָּפ֔וֹן וְנָסַ֧ב הַגְּב֛וּל מִזְרָ֖חָה תַּאֲנַ֣ת שִׁלֹ֑ה וְעָבַ֣ר אוֹת֔וֹ מִמִּזְרַ֖ח יָנֽוֹחָה׃ 7 וְיָרַ֥ד מִיָּנ֖וֹחָה עֲטָר֣וֹת וְנַעֲרָ֑תָה וּפָגַע֙ בִּֽירִיח֔וֹ וְיָצָ֖א הַיַּרְדֵּֽן׃ 8 מִתַּפּ֜וּחַ יֵלֵ֨ךְ הַגְּב֥וּל יָ֙מָּה֙ נַ֣חַל קָנָ֔ה וְהָי֥וּ תֹצְאֹתָ֖יו הַיָּ֑מָּה זֹ֗את נַחֲלַ֛ת מַטֵּ֥ה בְנֵי־אֶפְרַ֖יִם לְמִשְׁפְּחֹתָֽם׃ 9 וְהֶעָרִ֗ים הַמִּבְדָּלוֹת֙ לִבְנֵ֣י אֶפְרַ֔יִם בְּת֖וֹךְ נַחֲלַ֣ת בְּנֵֽי־מְנַשֶּׁ֑ה כָּֽל־הֶעָרִ֖ים וְחַצְרֵיהֶֽן׃ 10 וְלֹ֣א הוֹרִ֔ישׁוּ אֶת־הַֽכְּנַעֲנִ֖י הַיּוֹשֵׁ֣ב בְּגָ֑זֶר וַיֵּ֨שֶׁב הַֽכְּנַעֲנִ֜י בְּקֶ֤רֶב אֶפְרַ֙יִם֙ עַד־הַיּ֣וֹם הַזֶּ֔ה וַיְהִ֖י לְמַס־עֹבֵֽד׃   פ