אידיש
1
און דאָס איז װאָס די קינדער פֿון ישׂראל האָבן געאַרבט אין לאַנד כּנַעַן, װאָס אֶלעָזָר דער כֹּהן, און יהוֹשועַ דער זון פֿון נון, און די הופּטלײַט פֿון די פֿאָטערהײַזער פֿון די שבֿטים פֿון די קינדער פֿון ישׂראל, האָבן זײ געמאַכט אַרבן,
2
לױט דעם גוֹרל פֿון זײער נחלה, אַזױ װי גאָט האָט באַפֿױלן דורך משהן, פֿאַר די נײַן שבֿטים און דעם האַלבן שבֿט. –
3
װאָרום די נחלה פֿון די צװײ שבֿטים און דעם האַלבן שבֿט האָט משה געגעבן פֿון יענער זײַט יַרדן; נאָר די לוִיִים האָט ער ניט געגעבן קײן נחלה צװישן זײ.
4
װײַל די קינדער פֿון יוֹסף זײַנען געװען צװײ שבֿטים, מנשה און אפֿרים; און די לוִיִים האָט מען ניט געגעבן קײן חלק אין לאַנד, נאָר שטעט צום װוינען מיט זײערע פֿרײַע פּלעצער פֿאַר זײערע פֿי און פֿאַר זײער האָב. –
5
אַזױ װי גאָט האָט באַפֿױלן משהן, אַזױ האָבן די קינדער פֿון ישׂראל געטאָן; און זײ האָבן צעטײלט דאָס לאַנד.
6
און די קינדער פֿון יהודה האָבן גענענט צו יהוֹשוען אין גִלגָל, און כָּלֵבֿ דער זון פֿון יפֿונֶהן, דער קנִזי, האָט צו אים געזאָגט: דו װײסט דאָס װאָרט װאָס גאָט האָט גערעדט צו משה דעם געטלעכן מאַן װעגן מיר און װעגן דיר אין קָדֵש-ברנֵעַ.
7
פֿערציק יאָר אַלט בין איך געװען, װען משה דער קנעכט פֿון גאָט האָט מיך געשיקט פֿון קָדֵש-ברנֵעַ אױסצוקוקן דאָס לאַנד, און איך האָב אים געבראַכט אַן ענטפֿער אַזױ װי אין מײַן האַרצן.
8
און מײַנע ברידער, װאָס זײַנען אַרױפֿגעגאַנגען מיט מיר, האָבן געמאַכט צעגײן דאָס האַרץ פֿון פֿאָלק, אָבער איך בין געגאַנגען געטרײַ נאָך יהוה מײַן גאָט.
9
און משה האָט געשװאָרן אין יענעם טאָג, אַזױ צו זאָגן: אױב דאָס לאַנד װאָס דײַן פֿוס האָט דערױף געטרעטן, װעט ניט זײַן פֿאַר אַ נחלה צו דיר און צו דײַנע קינדער אױף אײביק! װײַל דו ביסט געגאַנגען געטרײַ נאָך יהוה מײַן גאָט.
10
און אַצונד זע, גאָט האָט מיך געלאָזט לעבן, אַזױ װי ער האָט גערעדט; שױן פֿינף און פֿערציק יאָר פֿון זינט גאָט האָט גערעדט דאָס דאָזיקע װאָרט צו משהן, װען ישׂראל איז געגאַנגען אין מדבר; און אַצונד אָט בין איך הײַנט אַ מאַן פֿון פֿינף און אַכציק יאָר.
11
איך בין נאָך הײַנט אַזױ שטאַרק, װי אין דעם טאָג װאָס משה האָט מיך געשיקט; אַזױ װי מײַן כּוח דענצמאָל, אַזױ איז מײַן כּוח אַצונד פֿאַר מלחמה, און פֿאַר אַרױסגײן און אַרײַנגײן.
12
דרום גיב מיר אַצונד דעם דאָזיקן באַרג װאָס גאָט האָט צוגעזאָגט אין יענעם טאָג; װאָרום דו האָסט געהערט אין יענעם טאָג, אַז דאָרטן זײַנען דאָ עַנָקים, און גרױסע באַפֿעסטיקטע שטעט; אפֿשר װעט גאָט זײַן מיט מיר, און איך װעל זײ פֿאַרטרײַבן, אַזױ װי גאָט האָט גערעדט.
13
האָט אים יהוֹשועַ געבענטשט, און ער האָט געגעבן חבֿרוֹן צו כָּלֵבֿ דעם זון פֿון יפֿונֶהן פֿאַר אַ נחלה.
14
דרום איז חבֿרון געװאָרן כָּלֵבֿ דעם זון פֿון יפֿונֶהן, דעם קנִזי, פֿאַר אַ נחלה ביז אױף הײַנטיקן טאָג; װײַל ער איז געגאַנגען געטרײַ נאָך יהוה דעם גאָט פֿון ישׂראל.
15
און דער נאָמען פֿון חבֿרון איז פֿריער געװען די שטאָט פֿון אַרבע; ער איז געװען דער גרעסטער מענטש צװישן די עַנָקים. און דאָס לאַנד איז געװען רויִק פֿון מלחמה.