אידיש
1
און יהוֹשועַ איז געװאָרן אַלט און באַטאָגט; און גאָט האָט צו אים געזאָגט: דו ביסט אַלט און באַטאָגט, און פֿון לאַנד איז נאָך געבליבן זײער פֿיל אײַנצונעמען.
2
דאָס איז דאָס לאַנד װאָס איז נאָך געבליבן: אַלע געגנטן פֿון די פּלִשתּים, און דער גאַנצער גשורי,
3
פֿון דעם שיחוֹר װאָס פֿאַר מִצרַיִם, און ביז דעם געמאַרק פֿון עֶקרוֹן צו צפֿון, װאָס װערט גערעכנט צום כּנַעֲני; די פֿינף פֿירשטן פֿון די פּלִשתּים, דער עַזָהער, און דער אַשדוֹדער, דער אַשקלוֹנער, דער גַתער, און דער עֶקרוֹנער; און די עַוִים
4
אין דָרום; דאָס גאַנצע לאַנד פֿון כּנַעֲני, און מעָרָה װאָס געהערט צו די צידוֹנים, ביז אַפֿק, בזי דעם געמאַרק פֿון אֶמוֹרי;
5
און דאָס לאַנד פֿון גִבֿלי, און דער גאַנצער לבֿנוֹן צו זונאױפֿגאַנג, פֿון בעַל-גָד אונטער באַרג חרמון, ביז מע קומט קײן חַמָת;
6
אַלע באַװוינער פֿון דעם געבערג, פֿון לבֿנוֹן ביז מִשׂרפֿוֹת-מַיִם, אַלע צידוֹנים. איך װעל זײ פֿאַרטרײַבן פֿון פֿאַר די קינדער פֿון ישׂראל; נאָר װאַרף דו עס אױס צו ישׂראל פֿאַר אַ נחלה, אַזױ װי איך האָב דיר באַפֿױלן.
7
און אַצונד צעטײל דאָס דאָזיקע לאַנד פֿאַר אַ נחלה צו די נײַן שבֿטים, און דעם האַלבן שבֿט מנשה.
8
מיט אים האָבן די ראובֿנים און די גָדים געקריגן זײער נחלה, װאָס משה האָט זײ געגעבן, אױף יענער זײַט יַרדן צו מזרח אַזױ װי משה דער קנעכט פֿון גאָט האָט זײ געגעבן:
9
פֿון עַרוֹעֵר װאָס בײַם ברעג טאָל אַרנוֹן, און די שטאָט װאָס אין מיטן טאָל, און דאָס גאַנצע פֿלאַכלאַנד, מֵידבֿאָ ביז דיבֿוֹן;
10
און אַלע שטעט פֿון סיחון דעם מלך פֿון אֶמוֹרי, װאָס האָט געקיניגט אין חֶשבוֹן, ביז דעם געמאַרק פֿון די קינדער פֿון עַמוֹן;
11
און גִלעָד, און דעם געמאַרק פֿון דעם גשורי, און דעם מַעֲכָתי, און גאַנץ באַרג חרמון, און גאַנץ בשָן ביז סַלכָה;
12
דאָס גאַנצע קיניגרײַך פֿון עוֹגן אין בשָן, װאָס האָט געקיניגט אין עַשתָּרוֹת און אין אֶדרֶעִי – ער איז איבערגעבליבן פֿון דעם רעשט פֿון די רפֿאים – װאָרום משה האָט זײ געשלאָגן, און האָט זײ פֿאַרטריבן.
13
אָבער די קינדער פֿון ישׂראל האָבן ניט פֿאַרטריבן דעם גשורי און דעם מַעֲכָתי; און גשור און מַעֲכָת זײַנען געבליבן זיצן צװישן ישׂראל ביז אױף הײַנטיקן טאָג.
14
נאָר דעם שבֿט לֵוִי האָט ער ניט געגעבן קײן נחלה; די פֿײַעראָפּפֿער פֿון יהוה דעם גאָט פֿון ישׂראל, דאָס איז זײַן נחלה, אַזױ װי ער האָט צו אים גערעדט.
15
און משה האָט געגעבן דעם שבֿט פֿון די קינדער פֿון ראובֿן לױט זײערע משפּחות.
16
און זײער געמאַרק איז געװען פֿון עַרוֹעֵר װאָס בײַם ברעג טאָל אַרנוֹן, און די שטאָט װאָס אין מיטן טאָל, און דאָס גאַנצע פֿלאַכלאַנד ביז מֵידבֿאָ;
17
חֶשבוֹן און אַלע אירע שטעט װאָס אױפֿן פֿלאַכלאַנד, דיבֿוֹן, און במוֹת-בעַל,
18
און בית-בעַל-מְעוֹן; און יַהצָה, און קדֵמוֹת, און מֵיפֿעַת;
19
און קִריָתַיִם, און שִׂבֿמָה, און צֶרֶת-שַחַר אױפֿן טאָלבאַרג;
20
און בית-פּעוֹר, און די אַראָפּגאַנגען פֿון פּסגָה, און בית-ישימוֹת;
21
און אַלע שטעט פֿון דעם פֿלאַכלאַנד, און דאָס גאַנצע קיניגרײַך פֿון סיחון דעם מלך פֿון אֶמוֹרי, װאָס האָט געקיניגט אין חֶשבוֹן, װאָס משה האָט אים געשלאָגן מיט די הױפּטלײַט פֿון מִדיָן, אַוִי, און רֶקֶם, און צור, און חור, און רֶבֿע, די פֿירשטן פֿון סיחונען, באַװוינער פֿון לאַנד.
22
אױך בלעָם דעם זון פֿון בעוֹרן, דעם װאָרזאָגער, האָבן די קינדער פֿון ישׂראל געהרגעט מיטן שװערד צװישן זײערע דערשלאָגענע.
23
און דער געמאַרק פֿון די קינדער פֿון ראובֿן איז געװען דער יַרדן מיטן ברעג. דאָס איז די נחלה פֿון די קינדער פֿון ראובֿן לױט זײערע משפּחות, די שטעט מיט זײערע דערפֿער.
24
און משה האָט געגעבן דעם שבֿט גָד, די קינדער פֿון גָד, לױט זײערע משפּחות.
25
און זײער געמאַרק איז געװען יַעְזֵר, און אַלע שטעט פֿון גִלעָד, און אַ העלפֿט לאַנד פֿון די קינדער פֿון עַמוֹן, ביז עַרוֹעֵר װאָס פֿאַר רַבה;
26
און פֿון חֶשבוֹן ביז רָמַת-מִצפּה, און בטוֹנים, און פֿון מַחנַיִם ביז דעם געמאַרק פֿון לִדבֿר;
27
און אין טאָל, בית-הָרָם, און בית-נִמרָה, און סוכּוֹת, און צָפֿוֹן, דער רעשט פֿון דעם קיניגרײַך פֿון סיחון דעם מלך פֿון חֶשבוֹן, דער יַרדן מיטן ברעג, ביז עק ים כִּנֶרֶת, אױף יענער זײַט יַרדן צו מזרח.
28
דאָס איז די נחלה פֿון די קינדער פֿון גָד לױט זײערע משפּחות, די שטעט מיט זײערע דערפֿער.
29
און משה האָט געגעבן צום האַלבן שבֿט מנשה; און עס איז געװען פֿאַר דעם האַלבן שבֿט פֿון די קינדער פֿון מנשה לױט זײערע משפּחות.
30
און זײער געמאַרק איז געװען פֿון מַחנַיִם, גאַנץ בשָן, דאָס גאַנצע קיניגרײַך פֿון עוֹג דעם מלך פֿון בשָן, און אַלע ״דערפֿער פֿון יָאיר״ װאָס אין בשָן, זעכציק שטעט;
31
און האַלב גִלעָד, און עַשתָּרוֹת, און אֶדרֶעִי, די שטעט פֿון דעם קיניגרײַך פֿון עוֹגן אין בשָן, זײַנען געװען פֿאַר די קינדער פֿון מָכיר דעם זון פֿון מנשהן – פֿאַר אַ העלפֿט פֿון די קינדער פֿון מָכיר, לױט זײערע משפּחות.
32
דאָס איז װאָס משה האָט געמאַכט אַרבן אין די פּלױנען פֿון מוֹאָבֿ, פֿון יענער זײַט יַרדן, בײַ יריחו, צו מזרח.
33
אָבער דעם שבֿט לֵוִי האָט משה ניט געגעבן קײן נחלה; יהוה דער גאָט פֿון ישׂראל, ער איז זײַן נחלה, אַזױ װי ער האָט צו זײ גערעדט.