Yiddish
Hebrew
אידיש
1 און דאָס זײַנען די מלכים פֿון לאַנד װאָס די קינדער פֿון ישׂראל האָבן געשלאָגן, און געאַרבט זײער לאַנד אױף יענער זײַט יַרדן, צו זונאױפֿגאַנג, פֿון טאָל אַרנוֹן ביז באַרג חרמון, און דעם גאַנצן פּלױן צו מזרח: 2 סיחון דער מלך פֿון אֶמוֹרי װאָס איז געזעסן אין חֶשבוֹן, װאָס האָט געװעלטיקט פֿון עַרוֹעֵר װאָס בײַם ברעג טאָל אַרנוֹן און אין מיטן טאָל, און איבער האַלב גִלעָד, און ביז דעם טײַך יַבוֹק, דעם געמאַרק פֿון די קינדער פֿון עַמוֹן, 3 און איבער דעם פּלױן ביזן ים כִּנרוֹת, צו מזרח, און ביז דעם ים פֿון פּלױן, דעם יַם-הַמֶלַח, צו מזרח, אױפֿן װעג צו בית-ישימוֹת; און אין דָרום, אונטער די אַראָפּגאַנגען פֿון פּסגָה. 4 און דער געמאַרק פֿון עוֹג דעם מלך פֿון בשָן, פֿון דעם רעשט פֿון די רפֿאים, װאָס איז געזעסן אין עַשתָּרוֹת, און אין אֶדרֶעִי, 5 און האָט געװעלטיקט איבער באַרג חרמון, און איבער סַלכָה, און איבער גאַנץ בשָן, ביז דעם געמאַרק פֿון דעם גשורי, און דעם מַעֲכָתי, און איבער האַלב גִלעָד, – דעם געמאַרק פֿון סיחון דעם מלך פֿון חֶשבוֹן. 6 משה דער קנעכט פֿון גאָט, און די קינדער פֿון ישׂראל, האָבן זײ געשלאָגן, און משה דער קנעכט פֿון גאָט האָט עס געגעבן פֿאַר אַן אַרב צו די ראובֿנים, און צו די גָדים, און צום האַלבן שבֿט מנשה. 7 און דאָס זײַנען די מלכים פֿון לאַנד װאָס יהוֹשועַ און די קינדער פֿון ישׂראל האָבן געשלאָגן אױף דער זײַט יַרדן צו מערבֿ, פֿון בעַל-גָד אין טאָל פֿון לבֿנוֹן, און ביז דעם גלאַטן באַרג װאָס גײט אַרױף צו שֵׂעִיר; און יהוֹשועַ האָט עס געגעבן די שבֿטים פֿון ישׂראל פֿאַר אַן אַרב לױט זײערע אײַנטײלונגען; 8 אין דעם געבערג, און אין דער נידערונג, און אין דעם פּלױן, און אױף די אַראָפּגאַנגען, און אין מדבר, און אין דעם דָרום; דער חִתּי, דער אֶמוֹרי, און דער כּנַעֲני, דער פּרִזי, דער חִוִי, און דער יבֿוסי.
9 דער מלך פֿון יריחו, אײנער; דער מלך פֿון עַי װאָס לעבן בית-אֵל, אײנער; 10 דער מלך פֿון ירושָלַיִם, אײנער; דער מלך פֿון חֶבֿרוֹן, אײנער; 11 דער מלך פֿון יַרמות, אײנער; דער מלך פֿון לָכיש, אײנער; 12 דער מלך פֿון עֶגלוֹן, אײנער; דער מלך פֿון גֶזֶר, אײנער; 13 דער מלך פֿון דבֿיר, אײנער; דער מלך פֿון גֶדֶר, אײנער; 14 דער מלך פֿון חָרמָה, אײנער; דער מלך פֿון עַרָד, אײנער; 15 דער מלך פֿון לִבֿנָה, אײנער; דער מלך פֿון עַדולָם, אײנער; 16 דער מלך פֿון מַקֵדָה, אײנער; דער מלך פֿון בית-אֵל, אײנער; 17 דער מלך פֿון תַּפּוחַ, אײנער; דער מלך פֿון חֵפֿר, אײנער; 18 דער מלך פֿון אַפֿק, אײנער; דער מלך איבערן שָרוֹן, אײנער; 19 דער מלך פֿון מָדוֹן, אײנער; דער מלך פֿון חָצוֹר, אײנער; 20 דער מלך פֿון שִמרוֹן-מרוֹן, אײנער; דער מלך פֿון אַכשָף, אײנער; 21 דער מלך פֿון תַּעֲנָך, אײנער; דער מלך פֿון מגִדוֹ, אײנער; 22 דער מלך פֿון קֶדֶש, אײנער; דער מלך פֿון יָקנְעָם אין כַּרמֶל, אײנער; 23 דער מלך פֿון דוֹר, אין דער געגנט פֿון דוֹר, אײנער; דער מלך פֿון גוֹיִם אין גִלגָל, אײנער; 24 דער מלך פֿון תִּרצָה, אײנער; אַלע מלכים, אײן און דרײַסיק.
עברית
1 וְאֵ֣לֶּה מַלְכֵ֣י הָאָ֗רֶץ אֲשֶׁ֨ר הִכּ֤וּ בְנֵֽי־יִשְׂרָאֵל֙ וַיִּֽרְשׁ֣וּ אֶת־אַרְצָ֔ם בְּעֵ֥בֶר הַיַּרְדֵּ֖ן מִזְרְחָ֣ה הַשָּׁ֑מֶשׁ מִנַּ֤חַל אַרְנוֹן֙ עַד־הַ֣ר חֶרְמ֔וֹן וְכָל־הָעֲרָבָ֖ה מִזְרָֽחָה׃ 2 סִיחוֹן֙ מֶ֣לֶךְ הָאֱמֹרִ֔י הַיּוֹשֵׁ֖ב בְּחֶשְׁבּ֑וֹן מֹשֵׁ֡ל מֵעֲרוֹעֵ֡ר אֲשֶׁר֩ עַל־שְׂפַת־נַ֨חַל אַרְנ֜וֹן וְת֤וֹךְ הַנַּ֙חַל֙ וַחֲצִ֣י הַגִּלְעָ֔ד וְעַד֙ יַבֹּ֣ק הַנַּ֔חַל גְּב֖וּל בְּנֵ֥י עַמּֽוֹן׃ 3 וְהָעֲרָבָה֩ עַד־יָ֨ם כִּנְר֜וֹת מִזְרָ֗חָה וְ֠עַד יָ֣ם הָעֲרָבָ֤ה יָם־הַמֶּ֙לַח֙ מִזְרָ֔חָה דֶּ֖רֶךְ בֵּ֣ית הַיְשִׁמ֑וֹת וּמִ֨תֵּימָ֔ן תַּ֖חַת אַשְׁדּ֥וֹת הַפִּסְגָּֽה׃ 4 וּגְב֗וּל ע֚וֹג מֶ֣לֶךְ הַבָּשָׁ֔ן מִיֶּ֖תֶר הָרְפָאִ֑ים הַיּוֹשֵׁ֥ב בְּעַשְׁתָּר֖וֹת וּבְאֶדְרֶֽעִי׃ 5 וּ֠מֹשֵׁל בְּהַ֨ר חֶרְמ֤וֹן וּבְסַלְכָה֙ וּבְכָל־הַבָּשָׁ֔ן עַד־גְּב֥וּל הַגְּשׁוּרִ֖י וְהַמַּעֲכָתִ֑י וַחֲצִי֙ הַגִּלְעָ֔ד גְּב֖וּל סִיח֥וֹן מֶֽלֶךְ־חֶשְׁבּֽוֹן׃ 6 מֹשֶׁ֧ה עֶֽבֶד־יְהוָ֛ה וּבְנֵ֥י יִשְׂרָאֵ֖ל הִכּ֑וּם וַֽ֠יִּתְּנָהּ מֹשֶׁ֨ה עֶֽבֶד־יְהוָ֜ה יְרֻשָּׁ֗ה לָרֻֽאוּבֵנִי֙ וְלַגָּדִ֔י וְלַחֲצִ֖י שֵׁ֥בֶט הַֽמְנַשֶּֽׁה׃   ס 7 וְאֵ֣לֶּה מַלְכֵ֣י הָאָ֡רֶץ אֲשֶׁר֩ הִכָּ֨ה יְהוֹשֻׁ֜עַ וּבְנֵ֣י יִשְׂרָאֵ֗ל בְּעֵ֤בֶר הַיַּרְדֵּן֙ יָ֔מָּה מִבַּ֤עַל גָּד֙ בְּבִקְעַ֣ת הַלְּבָנ֔וֹן וְעַד־הָהָ֥ר הֶחָלָ֖ק הָעֹלֶ֣ה שֵׂעִ֑ירָה וַיִּתְּנָ֨הּ יְהוֹשֻׁ֜עַ לְשִׁבְטֵ֧י יִשְׂרָאֵ֛ל יְרֻשָּׁ֖ה כְּמַחְלְקֹתָֽם׃ 8 בָּהָ֣ר וּבַשְּׁפֵלָ֗ה וּבָֽעֲרָבָה֙ וּבָ֣אֲשֵׁד֔וֹת וּבַמִּדְבָּ֖ר וּבַנֶּ֑גֶב הַֽחִתִּי֙ הָֽאֱמֹרִ֔י וְהַֽכְּנַעֲנִי֙ הַפְּרִזִּ֔י הַחִוִּ֖י וְהַיְבוּסִֽי׃   פ
9 מֶ֥לֶךְ יְרִיח֖וֹ אֶחָ֑ד מֶ֧לֶךְ הָעַ֛י אֲשֶׁר־מִצַּ֥ד בֵּֽית־אֵ֖ל אֶחָֽד׃ 10 מֶ֤לֶךְ יְרוּשָׁלִַ֙ם֙ אֶחָ֔ד מֶ֥לֶךְ חֶבְר֖וֹן אֶחָֽד׃ 11 מֶ֤לֶךְ יַרְמוּת֙ אֶחָ֔ד מֶ֥לֶךְ לָכִ֖ישׁ אֶחָֽד׃ 12 מֶ֤לֶךְ עֶגְלוֹן֙ אֶחָ֔ד מֶ֥לֶךְ גֶּ֖זֶר אֶחָֽד׃ 13 מֶ֤לֶךְ דְּבִר֙ אֶחָ֔ד מֶ֥לֶךְ גֶּ֖דֶר אֶחָֽד׃ 14 מֶ֤לֶךְ חָרְמָה֙ אֶחָ֔ד מֶ֥לֶךְ עֲרָ֖ד אֶחָֽד׃ 15 מֶ֤לֶךְ לִבְנָה֙ אֶחָ֔ד מֶ֥לֶךְ עֲדֻלָּ֖ם אֶחָֽד׃ 16 מֶ֤לֶךְ מַקֵּדָה֙ אֶחָ֔ד מֶ֥לֶךְ בֵּֽית־אֵ֖ל אֶחָֽד׃ 17 מֶ֤לֶךְ תַּפּ֙וּחַ֙ אֶחָ֔ד מֶ֥לֶךְ חֵ֖פֶר אֶחָֽד׃ 18 מֶ֤לֶךְ אֲפֵק֙ אֶחָ֔ד מֶ֥לֶךְ לַשָּׁר֖וֹן אֶחָֽד׃ 19 מֶ֤לֶךְ מָדוֹן֙ אֶחָ֔ד מֶ֥לֶךְ חָצ֖וֹר אֶחָֽד׃ 20 מֶ֣לֶךְ שִׁמְר֤וֹן מְראוֹן֙ אֶחָ֔ד מֶ֥לֶךְ אַכְשָׁ֖ף אֶחָֽד׃ 21 מֶ֤לֶךְ תַּעְנַךְ֙ אֶחָ֔ד מֶ֥לֶךְ מְגִדּ֖וֹ אֶחָֽד׃ 22 מֶ֤לֶךְ קֶ֙דֶשׁ֙ אֶחָ֔ד מֶֽלֶךְ־יָקְנֳעָ֥ם לַכַּרְמֶ֖ל אֶחָֽד׃ 23 מֶ֥לֶךְ דּ֛וֹר לְנָפַ֥ת דּ֖וֹר אֶחָ֑ד מֶֽלֶךְ־גּוֹיִ֥ם לְגִלְגָּ֖ל אֶחָֽד׃ 24 מֶ֥לֶךְ תִּרְצָ֖ה אֶחָ֑ד כָּל־מְלָכִ֖ים שְׁלֹשִׁ֥ים וְאֶחָֽד׃   פ