אידיש
1
און עס איז געװען, װי יָבֿין דער מלך פֿון חָצוֹר האָט דערהערט, אַזױ האָט ער געשיקט צו יוֹבֿבֿ דעם מלך פֿון מָדוֹן, און צו דעם מלך פֿון שִמרוֹן, און צו דעם מלך פֿון אַכשָף;
2
און צו די מלכים װאָס אין צפֿון, אין דעם געבערג, און אױפֿן פּלױן, אין דָרום פֿון כִּנרוֹת, און אין דער נידערונג, און אין די געגנטן פֿון דוֹר, אין מערבֿ;
3
צו דעם כּנַעֲני אין מזרח און אין מערבֿ, און צו דעם אֶמוֹרי, און דעם חִתּי, און דעם פּרִזי, און דעם יבֿוסי אין דעם געבערג, און דעם חִוִי אונטער חרמון אין לאַנד מִצפּה.
4
און זײ זײַנען אַרױסגעגאַנגען, זײ און אַלע זײערע מחנות מיט זײ, פֿיל פֿאָלק, אַזױ װי דער זאַמד װאָס אױפֿן ברעג פֿון ים אין פֿילקײט, און פֿערד און רײַטװעגן זײער פֿיל.
5
און אַלע די דאָזיקע מלכים האָבן זיך אײַנגעזאַמלט, און זײַנען געקומען, און האָבן אין אײנעם געלאַגערט בײַ די װאַסערן פֿון מֵרוֹם, מלחמה צו האַלטן מיט ישׂראל.
6
האָט גאָט געזאָגט צו יהוֹשוען: זאָלסט ניט מוֹרא האָבן פֿאַר זײ, װאָרום מאָרגן אַרום דער צײַט, גיב איך זײ אַלע איבער דערשלאָגענע פֿאַר ישׂראל. זײערע פֿערד זאָלסטו אױסרײַסן, און זײערע רײַטװעגן זאָלסטו פֿאַרברענען אין פֿײַער.
7
און יהוֹשועַ און דאָס גאַנצע מלחמה-פֿאָלק מיט אים זײַנען געקומען אױף זײ פּלוצים בײַ די װאַסערן פֿון מֵרוֹם, און זײ זײַנען אָנגעפֿאַלן אױף זײ.
8
און גאָט האָט זײ געגעבן אין דער האַנט פֿון ישׂראל, און זײ האָבן זײ געשלאָגן, און זײ נאָכגעיאָגט ביז גרױס-צידוֹן, און ביז מִשׂרפֿוֹת-מַיִם, און ביז דעם טאָל פֿון מִצפּה צו מזרח; און זײ האָבן זײ געשלאָגן ביז זײ ניט צו לאָזן אַן איבערבלײַב.
9
און יהוֹשועַ האָט צו זײ געטאָן אַזױ װי גאָט האָט אים אָנגעזאָגט; זײערע פֿערד האָט ער אױסגעריסן, און זײערע רײַטװעגן, האָט ער פֿאַרברענט אין פֿײַער.
10
און יהוֹשועַ האָט זיך אומגעקערט אין יענער צײַט, און האָט באַצװוּנגען חָצוֹר, און איר מלך האָט ער געשלאָגן מיטן שװערד; װאָרום חָצוֹר איז פֿריער געװען דאָס הױפּט פֿון אַלע די דאָזיקע קיניגרײַכן.
11
און זײ האָבן דערשלאָגן אַלע נפֿשות װאָס אין איר מיטן שאַרף פֿון שװערד – פֿאַרװיסט; עס איז ניט געבליבן קײן לעבעדיקער אָטעם; און חָצוֹר האָט ער פֿאַרברענט אין פֿײַער.
12
און אַלע שטעט פֿון די דאָזיקע מלכים, און אַלע זײערע מלכים, האָט יהוֹשועַ באַצװוּנגען, און זײ געשלאָגן מיטן שאַרף פֿון שװערד – זײ פֿאַרװיסט, אַזױ װי משה דער קנעכט פֿון גאָט האָט באַפֿױלן.
13
אָבער אַלע שטעט װאָס זײַנען געשטאַנען אױף זײערע בערגלעך, זײ האָט ישׂראל ניט פֿאַרברענט; בלויז חָצוֹר אַלײן האָט יהוֹשועַ פֿאַרברענט.
14
און דעם גאַנצן זאַקרױב פֿון די דאָזיקע שטעט, און די בהמות, האָבן די קינדער פֿון ישׂראל גערױבט פֿאַר זיך; נאָר אַלע מענטשן האָבן זײ געשלאָגן מיטן שאַרף פֿון שװערד ביז זײ האָבן זײ פֿאַרטיליקט; זײ האָבן ניט איבערגעלאָזט קײן לעבעדיקן אָטעם.
15
אַזױ װי גאָט האָט באַפֿױלן זײַן קנעכט משהן, אַזױ האָט משה באַפֿױלן יהוֹשוען, און אַזױ האָט יהוֹשועַ געטאָן. ער האָט ניט אױסגעלאָזט אַ זאַך פֿון אַלץ װאָס גאָט האָט באַפֿױלן משהן.
16
און יהוֹשועַ האָט אײַנגענומען דאָס דאָזיקע גאַנצע לאַנד, דאָס געבערג, און דעם גאַנצן דָרום, און דאָס גאַנצע לאַנד גוֹשֶן, און די נידערונג, און דעם פּלױן, און דאָס געבערג פֿון ישׂראל, און זײַן נידערונג,
17
פֿון דעם גלאַטן באַרג װאָס גײט אַרױף צו שֵׂעִיר, און ביז בעַל-גָד אין טאָל פֿון לבֿנוֹן, אונטער באַרג חרמון; און אַלע זײערע מלכים האָט ער באַצװוּנגען, און זײ געשלאָגן און זײ געטײט.
18
פֿיל טעג האָט יהוֹשועַ געפֿירט מלחמה מיט אַלע די דאָזיקע מלכים.
19
ניט געװען אַ שטאָט װאָס האָט געמאַכט שלום מיט די קינדער פֿון ישׂראל, אַחוץ דער חִוִי, די באַװוינער פֿון גִבֿעוֹן; אַלץ האָבן זײ אײַנגענועמן מיט מלחמה.
20
װאָרום עס איז געװען פֿון גאָט, צו שטאַרקן זײער האַרץ אױף מלחמה מיט ישׂראל, אַז מע זאָל זײ פֿאַרװיסטן, כּדי זײ זאָל ניט זײַן קײן לײַטזעליקײט, נײַערט אַז מע זאָל זײ פֿאַרטיליקן, אַזױ װי גאָט האָט באַפֿױלן משהן.
21
און יהוֹשועַ איז געקומען אין יענער צײַט, און האָט פֿאַרשניטן די עַנָקים פֿון דעם געבערג, פֿון חבֿרון, פֿון דבֿיר, פֿון עַנָבֿ, און פֿון גאַנצן געבערג פֿון יהודה, און פֿון גאַנצן געבערג פֿון ישׂראל; מיט זײערע שטעט האָט זײ יהוֹשועַ פֿאַרװיסט.
22
עס זײַנען ניט איבערגעבליבן קײן עַנָקים אין לאַנד פֿון די קינדער פֿון ישׂראל; נאָר אין עַזָה, אין גַת, און אין אַשדוֹד, זײַנען זײ געבליבן.
23
און יהוֹשועַ האָט אײַנגענומען דאָס גאַנצע לאַנד, אַזױ װי אַלץ װאָס גאָט האָט גערעדט צו משהן; און יהוֹשועַ האָט עס געגעבן פֿאַר אַ נחלה צו ישׂראל לױט זײערע אײַנטײלונגען נאָך זײערע שבֿטים. און דאָס לאַנד איז געװען רויִק פֿון מלחמה.