Yiddish
Hebrew
אידיש
1 און משה איז אַרױפֿגעגאַנגען פֿון די פּלױנען פֿון מוֹאָבֿ צום באַרג נבֿוֹ, אױפֿן שפּיץ פּסגָה װאָס אַקעגן יריחוֹ; און גאָט האָט אים געװיזן דאָס גאַנצע לאַנד גִלעָד ביז דָן; 2 און גאַנץ נפֿתּלי, און דאָס לאַנד אפֿרים און מנשה, און דאָס גאַנצע לאַנד יהודה ביז דעם הינטערשטן ים. 3 און דעם דָרום, און די [יַרדן]-געגנט, דעם טאָל פֿון יריחוֹ, דער שטאָט פֿון טײטלבײמער, ביז צוֹעַר. 4 און גאָט האָט צו אים געזאָגט: דאָס איז דאָס לאַנד װאָס איך האָב געשװאָרן צו אַבֿרהמען, צו יצחקן, און צו יעקבֿן, אַזױ צו זאָגן: צו דײַן זאָמען װעל איך עס געבן. איך האָב דיך געלאָזט זען מיט דײַנע אױגן, אָבער אַהין אַריבערקומען װעסטו ניט. 5 און משה דער קנעכט פֿון גאָט איז דאָרטן געשטאָרבן, אין לאַנד מוֹאָבֿ, לױט דעם מױל פֿון גאָט. 6 און מע האָט אים באַגראָבן אין טאָל, אין לאַנד מוֹאָבֿ, אַקעגן בית-פּעוֹר; און קײן מענטש װײס ניט זײַן קבֿר ביז אױף הײַנטיקן טאָג. 7 און משה איז געװען הונדערט און צװאַנציק יאָר אַלט, װען ער איז געשטאָרבן; זײַן אױג איז ניט געװען טונקל, און זײַן פֿרישקײט איז ניט אַװעק. 8 און די קינדער פֿון ישׂראל האָבן באַװײנט משהן אין די פּלױנען פֿון מוֹאָבֿ דרײַסיק טעג, ביז די טעג פֿון טרױערגעװײן נאָך משהן האָבן זיך געענדיקט. 9 און יהוֹשועַ דער זון פֿון נון איז געװען פֿול מיט דעם גײַסט פֿון חכמה, װײַל משה האָט אָנגעלענט אױף אים זײַנע הענט; און די קינדער פֿון ישׂראל האָבן זיך צוגעהערט צו אים, און האָבן געטאָן אַזױ װי גאָט האָט באַפֿױלן משהן. 10 און עס איז ניט אױפֿגעשטאַנען אין ישׂראל נאָך אַזאַ נבֿיא װי משה, װאָס גאָט האָט זיך דערקענט צו אים פּנים אֶל פּנים; 11 אין אַלע צײכנס און װוּנדער װאָס גאָט האָט אים געשיקט טאָן אין לאַנד מִצרַיִם, צו פּרעהן, און צו אַלע זײַנע קנעכט, און צו זײַן גאַנצן לאַנד; 12 און אין אַלדער שטאַרקער האַנט, און אין אַלדער גרױסער פֿאָרכטיקײט, װאָס משה האָט באַװיזן פֿאַר די אױגן פֿון גאַנץ ישׂראל.
עברית
1 וַיַּ֨עַל מֹשֶׁ֜ה מֵֽעַרְבֹ֤ת מוֹאָב֙ אֶל־הַ֣ר נְב֔וֹ רֹ֚אשׁ הַפִּסְגָּ֔ה אֲשֶׁ֖ר עַל־פְּנֵ֣י יְרֵח֑וֹ וַיַּרְאֵ֨הוּ יְהוָ֧ה אֶת־כָּל־הָאָ֛רֶץ אֶת־הַגִּלְעָ֖ד עַד־דָּֽן׃ 2 וְאֵת֙ כָּל־נַפְתָּלִ֔י וְאֶת־אֶ֥רֶץ אֶפְרַ֖יִם וּמְנַשֶּׁ֑ה וְאֵת֙ כָּל־אֶ֣רֶץ יְהוּדָ֔ה עַ֖ד הַיָּ֥ם הָאַחֲרֽוֹן׃ 3 וְאֶת־הַנֶּ֗גֶב וְֽאֶת־הַכִּכָּ֞ר בִּקְעַ֧ת יְרֵח֛וֹ עִ֥יר הַתְּמָרִ֖ים עַד־צֹֽעַר׃ 4 וַיֹּ֨אמֶר יְהוָ֜ה אֵלָ֗יו זֹ֤את הָאָ֙רֶץ֙ אֲשֶׁ֣ר נִ֠שְׁבַּעְתִּי לְאַבְרָהָ֨ם לְיִצְחָ֤ק וּֽלְיַעֲקֹב֙ לֵאמֹ֔ר לְזַרְעֲךָ֖ אֶתְּנֶ֑נָּה הֶרְאִיתִ֣יךָ בְעֵינֶ֔יךָ וְשָׁ֖מָּה לֹ֥א תַעֲבֹֽר׃ 5 וַיָּ֨מָת שָׁ֜ם מֹשֶׁ֧ה עֶֽבֶד־יְהוָ֛ה בְּאֶ֥רֶץ מוֹאָ֖ב עַל־פִּ֥י יְהוָֽה׃ 6 וַיִּקְבֹּ֨ר אֹת֤וֹ בַגַּיְ֙ בְּאֶ֣רֶץ מוֹאָ֔ב מ֖וּל בֵּ֣ית פְּע֑וֹר וְלֹֽא־יָדַ֥ע אִישׁ֙ אֶת־קְבֻ֣רָת֔וֹ עַ֖ד הַיּ֥וֹם הַזֶּֽה׃ 7 וּמֹשֶׁ֗ה בֶּן־מֵאָ֧ה וְעֶשְׂרִ֛ים שָׁנָ֖ה בְּמֹת֑וֹ לֹֽא־כָהֲתָ֥ה עֵינ֖וֹ וְלֹא־נָ֥ס לֵחֹֽה׃ 8 וַיִּבְכּוּ֩ בְנֵ֨י יִשְׂרָאֵ֧ל אֶת־מֹשֶׁ֛ה בְּעַֽרְבֹ֥ת מוֹאָ֖ב שְׁלֹשִׁ֣ים י֑וֹם וַֽיִּתְּמ֔וּ יְמֵ֥י בְכִ֖י אֵ֥בֶל מֹשֶֽׁה׃ 9 וִֽיהוֹשֻׁ֣עַ בִּן־נ֗וּן מָלֵא֙ ר֣וּחַ חָכְמָ֔ה כִּֽי־סָמַ֥ךְ מֹשֶׁ֛ה אֶת־יָדָ֖יו עָלָ֑יו וַיִּשְׁמְע֨וּ אֵלָ֤יו בְּנֵֽי־יִשְׂרָאֵל֙ וַֽיַּעֲשׂ֔וּ כַּאֲשֶׁ֛ר צִוָּ֥ה יְהוָ֖ה אֶת־מֹשֶֽׁה׃ 10 וְלֹֽא־קָ֨ם נָבִ֥יא ע֛וֹד בְּיִשְׂרָאֵ֖ל כְּמֹשֶׁ֑ה אֲשֶׁר֙ יְדָע֣וֹ יְהוָ֔ה פָּנִ֖ים אֶל־פָּנִֽים׃ 11 לְכָל־הָ֨אֹת֜וֹת וְהַמּוֹפְתִ֗ים אֲשֶׁ֤ר שְׁלָחוֹ֙ יְהוָ֔ה לַעֲשׂ֖וֹת בְּאֶ֣רֶץ מִצְרָ֑יִם לְפַרְעֹ֥ה וּלְכָל־עֲבָדָ֖יו וּלְכָל־אַרְצֽוֹ׃ 12 וּלְכֹל֙ הַיָּ֣ד הַחֲזָקָ֔ה וּלְכֹ֖ל הַמּוֹרָ֣א הַגָּד֑וֹל אֲשֶׁר֙ עָשָׂ֣ה מֹשֶׁ֔ה לְעֵינֵ֖י כָּל־יִשְׂרָאֵֽל׃