אידיש
1
און משה איז געגאַנגען, און האָט גערעדט די דאָזיקע װערטער צו גאַנץ ישׂראל.
2
און ער האָט צו זײ געזאָגט: אַ מאַן פֿון הונדערט און צװאַנציק יאָר בין איך הײַנט; איך קען ניט מער אַרױסגײן און אַרײַנגײן; און גאָט האָט צו מיר געזאָגט: װעסט ניט אַריבערגײן דעם דאָזיקן יַרדן.
3
יהוה דײַן גאָט, ער גײט אַריבער דיר פֿאַרױס; ער װעט פֿאַרטיליקן די דאָזיקע פֿעלקער פֿון פֿאַר דיר, און װעסט זײ ירשען; יהוֹשועַ, ער גײט אַריבער דיר פֿאַרױס, אַזױ װי גאָט האָט גערעדט.
4
און גאָט װעט טאָן צו זײ אַזױ װי ער האָט געטאָן צו סיחון און צו עוֹג, די מלכים פֿון אֶמוֹרי, און צו זײער לאַנד, װאָס ער האָט זײ פֿאַרטיליקט.
5
און גאָט װעט זײ איבערגעבן צו אײַך, און איר װעט טאָן צו זײ אַזױ װי אַלדאָס געבאָט װאָס איך האָב אײַך געבאָטן.
6
זײַט שטאַרק און פֿעסט, איר זאָלט ניט מוֹרא האָבן און זיך ניט שרעקן פֿאַר זײ, װאָרום יהוה דײַן גאָט, ער איז דער װאָס גײט מיט דיר; ער װעט דיך ניט אָפּלאָזן און דיך ניט פֿאַרלאָזן.
7
און משה האָט גערופֿן יהוֹשוען, און ער האָט צו אים געזאָגט פֿאַר די אױגן פֿון גאַנץ ישׂראל: זײַ שטאַרק און פֿעסט, װאָרום דו װעסט קומען מיט דעם דאָזיקן פֿאָלק אין דעם לאַנד װאָס גאָט האָט געשװאָרן זײערע עלטערן זײ צו געבן, און דו װעסט עס זײ מאַכן אַרבן.
8
און גאָט, ער איז דער װאָס גײט דיר פֿאַרױס; ער װעט זײַן מיט דיר, ער װעט דיך ניט אָפּלאָזן און דיך ניט פֿאַרלאָזן; זאָלסט ניט מוֹרא האָבן און ניט אַנגסטן.
9
און משה האָט אױפֿגעשריבן די דאָזיקע תּוֹרה, און האָט זי געגעבן צו די כֹּהנים, די קינדער פֿון לֵוִי, װאָס טראָגן דעם אָרון פֿון גאָטס בונד, און צו אַלע עלטסטע פֿון ישׂראל.
10
און משה האָט זײ באַפֿױלן, אַזױ צו זאָגן: צום סָוף פֿון אַלע זיבן יאָר, אין דער צײַט פֿון דעם יאָר פֿון שמיטה, אין דעם יָום-טובֿ פֿון סוכּות,
11
װען גאַנץ ישׂראל קומט זיך װײַזן פֿאַר יהוה דײַן גאָט, אין דעם אָרט װאָס ער װעט אױסדערװײלן, זאָלסטו לײענען די דאָזיקע תּוֹרה פֿאַר גאַנץ ישׂראל אין זײערע אױערן.
12
זאַמל אײַן דאָס פֿאָלק, די מענער און די װײַבער און די קלײנע קינדער, און דײַן פֿרעמדן װאָס אין דײַנע טױערן, כּדי זײ זאָלן הערן, און כּדי זײ זאָלן לערנען, און מוֹרא האָבן פֿאַר יהוה אײַער גאָט, און היטן צו טאָן אַלע װערטער פֿון דער דאָזיקער תּוֹרה;
13
און זײערע קינדער װאָס האָבן ניט געװוּסט, זאָלן הערן, און לערנען מוֹרא צו האָבן פֿאַר יהוה אײַער גאָט אַלע טעג װאָס איר לעבט אױף דער ערד װאָס איר גײט אַריבער דעם יַרדן אַהין, זי צו אַרבן.
14
און גאָט האָט געזאָגט צו משהן: זע, דײַנע טעג גענענען צום שטאַרבן, רוף יהוֹשוען, און שטעלט אײַך אין אוֹהל-מוֹעד, און איך װעל אים באַפֿעלן. זײַנען געגאַנגען משה און יהוֹשועַ, און האָבן זיך געשטעלט אין אוֹהל-מוֹעד.
15
און גאָט האָט זיך באַװיזן אין געצעלט אין אַ װאָלקנזײַל, און דער װאָלקנזײַל איז געשטאַנען בײַם אײַנגאַנג פֿון געצעלט.
16
און גאָט האָט געזאָגט צו משהן: זע, דו לײגסט זיך מיט דײַנע עלטערן, און דאָס דאָזיקע פֿאָלק װעט אױפֿשטײן און זיך אָפּקערן נאָך די געטער פֿון די פֿרעמדע פֿון דעם לאַנד װאָס ער קומט אַהין צװישן זײ, און ער װעט מיך פֿאַרלאָזן, און פֿאַרשטערן מײַן בונד װאָס איך האָב געשלאָסן מיט אים.
17
און מײַן צאָרן װעט גרימען אױף אים אין יענעם טאָג, און איך װעל זײ פֿאַרלאָזן, און פֿאַרבאָרגן מײַן פּנים פֿון זײ, און ער װעט זײַן צום פֿאַרצערן, און אים װעלן טרעפֿן בײזן פֿיל און צרות, און ער װעט זאָגן אין יענעם טאָג: פֿאַר װאָר, װײַל מײַן גאָט איז ניט צװישן מיר, האָבן מיך געטראָפֿן די דאָזיקע בײזן.
18
און פֿאַרבאָרגן װעל איך פֿאַרבאָרגן מײַן פּנים אין יענעם טאָג, פֿאַר אַלעם בײזן װאָס ער האָט געטאָן, אַז ער האָט זיך געקערט צו פֿרעמדע געטער.
19
און אַצונד שרײַבט אײַך אױף דאָס דאָזיקע געזאַנג, און לערן עס אױס די קינדער פֿון ישׂראל; טו עס אַרײַן אין זײער מױל, כּדי דאָס דאָזיקע געזאַנג זאָל מיר זײַן צום עדות קעגן די קינדער פֿון ישׂראל.
20
אַז איך װעל אים ברענגען אױף דער ערד װאָס איך האָב צוגעשװאָרן זײערע עלטערן, װאָס פֿליסט מיט מילך און האָניק, און ער װעט עסן און װערן זאַט און פֿעט, און װעט זיך קערן צו פֿרעמדע געטער, און זײ װעלן זײ דינען, און װעלן מיך פֿאַראַכטן, און ער װעט פֿאַרשטערן מײַן בונד,
21
איז, אַז אים װעלן טרעפֿן בײזן פֿיל און צרות װעט דאָס דאָזיקע געזאַנג זיך אָפּרופֿן אים אין פּנים צום עדות װאָרום עס װעט ניט פֿאַרגעסן װערן פֿון דעם מױל פֿון זײַן זאָמען; װײַל איך װײס זײַן טֶבֿע, װי ער באַגײט זיך הײַנט, נאָך אײדער איך האָב אים געבראַכט אין דעם לאַנד װאָס איך האָב צוגעשװאָרן.
22
און משה האָט אױפֿגעשריבן דאָס דאָזיקע געזאַנג אין יענעם טאָג, און האָט עס אױסגעלערנט די קינדער פֿון ישׂראל.
23
און ער האָט באַפֿױלן יהוֹשועַ דעם זון פֿון נון, און האָט געזאָגט: זײַ שטאַרק און פֿעסט, װאָרום דו װעסט ברענגען די קינדער פֿון ישׂראל אין דעם לאַנד װאָס איך האָב זײ צוגעשװאָרן, און איך װעל זײַן מיט דיר.
24
און עס איז געװען, װי משה האָט געענדיקט אױפֿשרײַבן די װערטער פֿון דער דאָזיקער תּוֹרה אין אַ בוך, ביז זײער סָוף,
25
אַזױ האָט משה באַפֿױלן די לוִיִים װאָס טראָגן דעם אָרון פֿון גאָטס בונד, אַזױ צו זאָגן:
26
נעמט דאָס דאָזיקע בוך פֿון דער תּוֹרה, און איר זאָלט עס אַװעקלײגן בײַן זײַט פֿון דעם אָרון פֿון דעם בונד פֿון יהוה אײַער גאָט, און עס זאָל דאָרטן זײַן צום עדות קעגן דיר.
27
װאָרום איך קען דײַן װידערשפּעניקײט און דײַן האַרטן נאַקן; זע, הײַנט, אַז איך לעב נאָך מיט אײַך, זײַט איר געװען װידערשפּעניקער אַקעגן גאָט, און װי שױן נאָך מײַן טױט?
28
זאַמלט אײַן צו מיר אַלע עלטסטע פֿון אײַערע שבֿטים, און אײַערע אױפֿזעער, און איך װעל רעדן אין זײערע אױערן די דאָזיקע װערטער, און װעל מאַכן הימל און ערד עדות קעגן זײ.
29
װאָרום איך װײס, אַז פֿאַרדאָרבן װעט איר פֿאַרדאָרבן װערן נאָך מײַן טױט, און איר װעט זיך אָפּקערן פֿון דעם װעג װאָס איך האָב אײַך באַפֿױלן, און אײַך װעט געשען בײז אין סָוף פֿון די טעג, װײַל איר װעט טאָן װאָס איז שלעכט אין די אױגן פֿון גאָט, אים צו דערצערענען מיט דער טואונג פֿון אײַערע הענט.
30
און משה האָט גערעדט אין די אױערן פֿון דער גאַנצער אײַנזאַמלונג פֿון ישׂראל די װערטער פֿון דעם דאָזיקן געזאַנג ביז זײער סָוף.