Yiddish
Hebrew
אידיש
1 און עס װעט זײַן, אַז עס װעלן קומען אױף דיר אַלע די דאָזיקע זאַכן, די ברכה און די קללה, װאָס איך האָב געלײגט פֿאַר דיר, און װעסט דיר נעמען צום האַרצן, צװישן די אַלע פֿעלקער װאָס יהוה דײַן גאָט האָט דיך אַהין פֿאַרשטױסן, 2 און װעסט זיך אומקערן צו יהוה דײַן גאָט, און װעסט צוהערן צו זײַן קָול, אַזױ װי אַלץ װאָס איך באַפֿעל דיר הײַנט, דו און דײַנע קינדער, מיט דײַן גאַנצן האַרצן, און מיט דײַן גאַנצער זעל, 3 װעט יהוה דײַן גאָט אומקערן דײַן געפֿאַנגענשאַפֿט, און ער װעט דיך דערבאַרימען, און װעט צוריק דיך אײַנזאַמלען פֿון אַלע אומות װאָס יהוה דײַן גאָט האָט דיך אַהין צעשפּרײט. 4 אַז דײַנע פֿאַרשטױסענע זאָלן זײַן אין עק הימל, װעט דיך יהוה דײַן גאָט פֿון דאָרטן אײַנזאַמלען, און װעט פֿון דאָרטן דיך נעמען. 5 און יהוה דײַן גאָט װעט דיך ברענגען אין דעם לאַנד װאָס דײַנע עלטערן האָבן געאַרבט, און װעסט עס אַרבן, און ער װעט דיך באַגיטיקן, און דיך מערן מײן פֿון דײַנע עלטערן. 6 און יהוה דײַן גאָט װעט באַשנײַדן דײַן האַרץ, און דאָס האַרץ פֿון דײַנע קינדער, ליב צו האָבן יהוה דײַן גאָט מיט דײַן גאַנצן האַרצן, און מיט דײַן גאַנצער זעל, כּדי זאָלסט לעבן. 7 און יהוה דײַן גאָט װעט געבן אַלע די דאָזיקע קללות אױף דײַנע פֿײַנט, און אױף דײַנע שָׂונאים װאָס האָבן דיך געיאָגט. 8 און דו װעסט זיך אומקערן, און צוהערן צו דעם קָול פֿון גאָט, און טאָן אַלע זײַנע געבאָט װאָס איך געביט דיר הײַנט. 9 און יהוה דײַן גאָט װעט דיר געבן אַ שֶפֿע אין יעטװעדער טוּונג פֿון דײַן האַנט, אין דער פֿרוכט פֿון דײַן לײַב, אין דער פֿרוכט פֿון דײַן בהמה, און אין דער פֿרוכט פֿון דײַן ערד צום גוטן; װאָרום גאָט װעט זיך װידער פֿרײען מיט דיר צום גוטן, אַזױ װי ער האָט זיך געפֿרײט מיט דײַנע עלטערן; 10 אַז דו װעסט צוהערן צו דעם קָול פֿון יהוה דײַן גאָט, צו היטן זײַנע געבאָט און זײַנע געזעצן װאָס שטײען געשריבן אין דעם דאָזיקן בוך פֿון דער תּוֹרה; אַז דו װעסט זיך אומקערן צו יהוה דײַן גאָט מיט דײַן גאַנצן האַרצן, און מיט דײַן גאַנצער זעל.
11 װאָרום דאָס דאָזיקע געבאָט װאָס איך געביט דיר הײַנט, דאָס איז ניט פֿאַרהױלן פֿון דיר, און דאָס איז ניט צו װײַט. 12 ניט אױפֿן הימל איז דאָס, אַז דו זאָלסט זאָגן: װער װעט אונדז אַרױפֿגײן אױפֿן הימל און עס נעמען פֿאַר אונדז, און עס אונדז לאָזן הערן, כּדי מיר זאָלן עס טאָן? 13 און ניט פֿון יענער זײַט ים איז דאָס, אַז דו זאָלסט זאָגן: װער װעט אונדז אַריבערגײן אױף יענער זײַט ים, און עס נעמען פֿאַר אונדז, און דאָס אונדז לאָזן הערן, כּדי מיר זאָלן עס טאָן? 14 נײַערט זײער נאָנט איז דאָס װאָרט צו דיר, אין דײַן מױל, און אין דײַן האַרצן, עס צו טאָן. 15 זע, איך האָב הײַנט געלײגט פֿאַר דיר לעבן און גוטס, און טױט און שלעכטס, 16 װאָס איך באַפֿעל דיר הײַנט ליב צו האָבן יהוה דײַן גאָט, צו גײן אין זײַנע װעגן, און צו היטן זײַנע געבאָט און זײַנע חוקים און זײַנע געזעצן, כּדי זאָלסט לעבן און זיך מערן, און יהוה דײַן גאָט זאָל דיך בענטשן אין דעם לאַנד װאָס דו קומסט אַהין, עס צו אַרבן. 17 אָבער אַז דײַן האַרץ װעט זיך אָפּקערן, און װעסט ניט צוהערן, און װעסט אַראָפּגעפֿירט װערן, און װעסט זיך בוקן צו פֿרעמדע געטער, און זײ דינען, 18 זאָג איך אײַך הײַנט אָן, אַז אונטערגײן װעט איר אונטערגײן; איר װעט ניט מַאֲריך-יָמים זײַן אױף דער ערד װאָס דו גײסט אַריבער דעם יַרדן צו קומען אַהין, זי צו ארבן. 19 איך מאַך הײַנט עדות אַקעגן אײַך הימל און ערד: לעבן און טױט האָב איך געלײגט פֿאַר אײַך, אַ ברכה און אַ קללה, דרום זאָלסטו אױסװײלן דאָס לעבן, כּדי זאָלסט לעבן, דו און דײַן זאָמען; 20 ליב צו האָבן יהוה דײַן גאָט, צוצוהערן צו זײַן קָול, און זיך צו באַהעפֿטן אָן אים, װאָרום דאָס איז דײַן לעבן און דײַן אַריכת-יָמים; כּדי צו זיצן אױף דער ערד װאָס גאָט האָט געשװאָרן צו דײַנע עלטערן, צו אַבֿרהמען, צו יצחקן, און צו יעקבֿן, זײ צו געבן.
עברית
1 וְהָיָה֩ כִֽי־יָבֹ֨אוּ עָלֶ֜יךָ כָּל־הַדְּבָרִ֣ים הָאֵ֗לֶּה הַבְּרָכָה֙ וְהַקְּלָלָ֔ה אֲשֶׁ֥ר נָתַ֖תִּי לְפָנֶ֑יךָ וַהֲשֵׁבֹתָ֙ אֶל־לְבָבֶ֔ךָ בְּכָל־הַגּוֹיִ֔ם אֲשֶׁ֧ר הִדִּיחֲךָ֛ יְהוָ֥ה אֱלֹהֶ֖יךָ שָֽׁמָּה׃ 2 וְשַׁבְתָּ֞ עַד־יְהוָ֤ה אֱלֹהֶ֙יךָ֙ וְשָׁמַעְתָּ֣ בְקֹל֔וֹ כְּכֹ֛ל אֲשֶׁר־אָנֹכִ֥י מְצַוְּךָ֖ הַיּ֑וֹם אַתָּ֣ה וּבָנֶ֔יךָ בְּכָל־לְבָבְךָ֖ וּבְכָל־נַפְשֶֽׁךָ׃ 3 וְשָׁ֨ב יְהוָ֧ה אֱלֹהֶ֛יךָ אֶת־שְׁבוּתְךָ֖ וְרִחֲמֶ֑ךָ וְשָׁ֗ב וְקִבֶּצְךָ֙ מִכָּל־הָ֣עַמִּ֔ים אֲשֶׁ֧ר הֱפִֽיצְךָ֛ יְהוָ֥ה אֱלֹהֶ֖יךָ שָֽׁמָּה׃ 4 אִם־יִהְיֶ֥ה נִֽדַּחֲךָ֖ בִּקְצֵ֣ה הַשָּׁמָ֑יִם מִשָּׁ֗ם יְקַבֶּצְךָ֙ יְהוָ֣ה אֱלֹהֶ֔יךָ וּמִשָּׁ֖ם יִקָּחֶֽךָ׃ 5 וֶהֱבִֽיאֲךָ֞ יְהוָ֣ה אֱלֹהֶ֗יךָ אֶל־הָאָ֛רֶץ אֲשֶׁר־יָרְשׁ֥וּ אֲבֹתֶ֖יךָ וִֽירִשְׁתָּ֑הּ וְהֵיטִֽבְךָ֥ וְהִרְבְּךָ֖ מֵאֲבֹתֶֽיךָ׃ 6 וּמָ֨ל יְהוָ֧ה אֱלֹהֶ֛יךָ אֶת־לְבָבְךָ֖ וְאֶת־לְבַ֣ב זַרְעֶ֑ךָ לְאַהֲבָ֞ה אֶת־יְהוָ֧ה אֱלֹהֶ֛יךָ בְּכָל־לְבָבְךָ֥ וּבְכָל־נַפְשְׁךָ֖ לְמַ֥עַן חַיֶּֽיךָ׃ 7 וְנָתַן֙ יְהוָ֣ה אֱלֹהֶ֔יךָ אֵ֥ת כָּל־הָאָל֖וֹת הָאֵ֑לֶּה עַל־אֹיְבֶ֥יךָ וְעַל־שֹׂנְאֶ֖יךָ אֲשֶׁ֥ר רְדָפֽוּךָ׃ 8 וְאַתָּ֣ה תָשׁ֔וּב וְשָׁמַעְתָּ֖ בְּק֣וֹל יְהוָ֑ה וְעָשִׂ֙יתָ֙ אֶת־כָּל־מִצְוֺתָ֔יו אֲשֶׁ֛ר אָנֹכִ֥י מְצַוְּךָ֖ הַיּֽוֹם׃ 9 וְהוֹתִֽירְךָ֩ יְהוָ֨ה אֱלֹהֶ֜יךָ בְּכֹ֣ל מַעֲשֵׂ֣ה יָדֶ֗ךָ בִּפְרִ֨י בִטְנְךָ֜ וּבִפְרִ֧י בְהֶמְתְּךָ֛ וּבִפְרִ֥י אַדְמָתְךָ֖ לְטוֹבָ֑ה כִּ֣י יָשׁ֣וּב יְהוָ֗ה לָשׂ֤וּשׂ עָלֶ֙יךָ֙ לְט֔וֹב כַּאֲשֶׁר־שָׂ֖שׂ עַל־אֲבֹתֶֽיךָ׃ 10 כִּ֣י תִשְׁמַ֗ע בְּקוֹל֙ יְהוָ֣ה אֱלֹהֶ֔יךָ לִשְׁמֹ֤ר מִצְוֺתָיו֙ וְחֻקֹּתָ֔יו הַכְּתוּבָ֕ה בְּסֵ֥פֶר הַתּוֹרָ֖ה הַזֶּ֑ה כִּ֤י תָשׁוּב֙ אֶל־יְהוָ֣ה אֱלֹהֶ֔יךָ בְּכָל־לְבָבְךָ֖ וּבְכָל־נַפְשֶֽׁךָ׃   פ
11 כִּ֚י הַמִּצְוָ֣ה הַזֹּ֔את אֲשֶׁ֛ר אָנֹכִ֥י מְצַוְּךָ֖ הַיּ֑וֹם לֹֽא־נִפְלֵ֥את הִוא֙ מִמְּךָ֔ וְלֹ֥א רְחֹקָ֖ה הִֽוא׃ 12 לֹ֥א בַשָּׁמַ֖יִם הִ֑וא לֵאמֹ֗ר מִ֣י יַעֲלֶה־לָּ֤נוּ הַשָּׁמַ֙יְמָה֙ וְיִקָּחֶ֣הָ לָּ֔נוּ וְיַשְׁמִעֵ֥נוּ אֹתָ֖הּ וְנַעֲשֶֽׂנָּה׃ 13 וְלֹֽא־מֵעֵ֥בֶר לַיָּ֖ם הִ֑וא לֵאמֹ֗ר מִ֣י יַעֲבָר־לָ֜נוּ אֶל־עֵ֤בֶר הַיָּם֙ וְיִקָּחֶ֣הָ לָּ֔נוּ וְיַשְׁמִעֵ֥נוּ אֹתָ֖הּ וְנַעֲשֶֽׂנָּה׃ 14 כִּֽי־קָר֥וֹב אֵלֶ֛יךָ הַדָּבָ֖ר מְאֹ֑ד בְּפִ֥יךָ וּבִֽלְבָבְךָ֖ לַעֲשֹׂתֽוֹ׃   ס 15 רְאֵ֨ה נָתַ֤תִּי לְפָנֶ֙יךָ֙ הַיּ֔וֹם אֶת־הַֽחַיִּ֖ים וְאֶת־הַטּ֑וֹב וְאֶת־הַמָּ֖וֶת וְאֶת־הָרָֽע׃ 16 אֲשֶׁ֨ר אָנֹכִ֣י מְצַוְּךָ֮ הַיּוֹם֒ לְאַהֲבָ֞ה אֶת־יְהוָ֤ה אֱלֹהֶ֙יךָ֙ לָלֶ֣כֶת בִּדְרָכָ֔יו וְלִשְׁמֹ֛ר מִצְוֺתָ֥יו וְחֻקֹּתָ֖יו וּמִשְׁפָּטָ֑יו וְחָיִ֣יתָ וְרָבִ֔יתָ וּבֵֽרַכְךָ֙ יְהוָ֣ה אֱלֹהֶ֔יךָ בָּאָ֕רֶץ אֲשֶׁר־אַתָּ֥ה בָא־שָׁ֖מָּה לְרִשְׁתָּֽהּ׃ 17 וְאִם־יִפְנֶ֥ה לְבָבְךָ֖ וְלֹ֣א תִשְׁמָ֑ע וְנִדַּחְתָּ֗ וְהִֽשְׁתַּחֲוִ֛יתָ לֵאלֹהִ֥ים אֲחֵרִ֖ים וַעֲבַדְתָּֽם׃ 18 הִגַּ֤דְתִּי לָכֶם֙ הַיּ֔וֹם כִּ֥י אָבֹ֖ד תֹּאבֵד֑וּן לֹא־תַאֲרִיכֻ֤ן יָמִים֙ עַל־הָ֣אֲדָמָ֔ה אֲשֶׁ֨ר אַתָּ֤ה עֹבֵר֙ אֶת־הַיַּרְדֵּ֔ן לָבֹ֥א שָׁ֖מָּה לְרִשְׁתָּֽהּ׃ 19 הַעִידֹ֨תִי בָכֶ֣ם הַיּוֹם֮ אֶת־הַשָּׁמַ֣יִם וְאֶת־הָאָרֶץ֒ הַחַיִּ֤ים וְהַמָּ֙וֶת֙ נָתַ֣תִּי לְפָנֶ֔יךָ הַבְּרָכָ֖ה וְהַקְּלָלָ֑ה וּבָֽחַרְתָּ֙ בַּֽחַיִּ֔ים לְמַ֥עַן תִּחְיֶ֖ה אַתָּ֥ה וְזַרְעֶֽךָ׃ 20 לְאַֽהֲבָה֙ אֶת־יְהוָ֣ה אֱלֹהֶ֔יךָ לִשְׁמֹ֥עַ בְּקֹל֖וֹ וּלְדָבְקָה־ב֑וֹ כִּ֣י ה֤וּא חַיֶּ֙יךָ֙ וְאֹ֣רֶךְ יָמֶ֔יךָ לָשֶׁ֣בֶת עַל־הָאֲדָמָ֗ה אֲשֶׁר֩ נִשְׁבַּ֨ע יְהוָ֧ה לַאֲבֹתֶ֛יךָ לְאַבְרָהָ֛ם לְיִצְחָ֥ק וּֽלְיַעֲקֹ֖ב לָתֵ֥ת לָהֶֽם׃   פ