אידיש
1
און עס װעט זײַן, אױב צוהערן װעסטו צוהערן צו דעם קָול פֿון יהוה דײַן גאָט, צו היטן צו טאָן אַלע זײַנע געבאָט װאָס איך געביט דיר הײַנט, װעט יהוה דײַן גאָט דיך שטעלן העכער איבער אַלע פֿעלקער פֿון דער ערד.
2
און אַלע די דאָזיקע ברכות װעלן קומען אױף דיר, און דיך דערגרײַכן, אַז דו װעסט צוהערן צו דעם קָול פֿון יהוה דײַן גאָט.
3
געבענטשט װעסטו זײַן אין שטאָט, און געבענטשט װעסטו זײַן אין פֿעלד.
4
געבענטשט די פֿרוכט פֿון דײַן לײַב, און די פֿרוכט פֿון דײַן ערד, און די פֿרוכט פֿון דײַן בהמה, די געבורט פֿון דײַנע רינדער, און די פֿרוכפּערונג פֿון דײַנע שאָף.
5
געבענטשט דײַן קאָרב, און דײַן טײגמולטער.
6
געבענטשט װעסטו זײַן בײַ דײַן אַרײַנגײן, און געבנעטשט װעסטו זײַן בײַ דײַן אַרױסגײן.
7
גאָט װעט געבן דײַנע פֿײַנט װאָס שטײען אױף אַקעגן דיר, געשלאָגענע פֿאַר דיר; אױף אײן װעג װעלן זײ אַרױסגײן אַקעגן דיר, און אױף זיבן װעגן װעלן זײ אַנטלױפֿן פֿאַר דיר.
8
גאָט װעט באַפֿעלן אַ ברכה בײַ דיר אין דײַנע שפּײַכלערס, און אין אַלץ צו װאָס דײַן האַנט נעמט זיך, און ער װעט דיך בענטשן אין דעם לאַנד װאָס יהוה דײַן גאָט גיט דיר.
9
גאָט װעט דיך אױפֿשטעלן פֿאַר אַ הײליקן פֿאָלק צו זיך, אַזױ װי ער האָט דיר געשװאָרן, אױב דו װעסט היטן די געבאָט פֿון יהוה דײַן גאָט, און װעסט גײן אין זײַנע װעגן.
10
און אַלע פֿעלקער פֿון דער ערד װעלן זען, אַז גאָטס נאָמען װערט גערופֿן אױף דיר, און זײ װעלן מוֹרא האָבן פֿאַר דיר.
11
און גאָט װעט דיר געבן אַ שֶפֿע פֿון גוטס אין דער פֿרוכט פֿון דײַן לײַב, און אין דער פֿרוכט פֿון דײַן בהמה, און אין דער פֿרוכט פֿון דײַן ערד, אױף דער ערד װאָס גאָט האָט געשװאָרן דײַנע עלטערן דיר צו געבן.
12
גאָט װעט דיר עפֿענען זײַן גוטן אוֹצר, דעם הימל, צו געבן דעם רעגן פֿון דײַן לאַנד אין זײַן צײַט, און צו בענטשן יעטװעדער טואונג פֿון דײַן האַנט; און װעסט אַנטלײַען פֿיל פֿעלקער, און דו אַלײן װעסט ניט לײַען.
13
און גאָט װעט דיך מאַכן פֿאַר דעם קאָפּ און ניט פֿאַר דעם עק, און װעסט רק זײַן אױבן, און ניט זײַן אונטן, אױב דו װעסט צוהערן צו די געבאָט פֿון יהוה דײַן גאָט, װאָס איך געביט דיר הײַנט צו היטן און צו טאָן,
14
און װעסט זיך ניט אָפּקערן פֿון אַלע װערטער װאָס איך געביט דיר הײַנט, רעכטס אָדער לינקס, כּדי צו גײן נאָך פֿרעמדע געטער, זײ צו דינען.
15
און עס װעט זײַן, אַז דו װעסט ניט צוהערן צו דעם קָול פֿון יהוה דײַן גאָט, צו היטן צו טאָן אַלע זײַנע געבאָט און זײַנע געזעצן װאָס איך געביט דיר הײַנט, װעלן קומען אױף דיר אַלע די דאָזיקע קללות, און װעלן דיך דערגרײַכן.
16
פֿאַרשאָלטן װעסטו זײַן אין שטאָט, און פֿאַרשאָלטן װעסטו זײַן אין פֿעלד.
17
פֿאַרשאָלטן דײַן קאָרב, און דײַן טײגמולטער.
18
פֿאַרשאָלטן די פֿרוכט פֿון דײַן לײַב, און די פֿרוכט פֿון דײַן ערד, די געבורט פֿון דײַנע רינדער, און די פֿרוכפּערונג פֿון דײַנע שאָף.
19
פֿאַרשאָלטן װעסטו זײַן בײַ דײַן אַרײַנגײן, און פֿאַרשאָלטן װעסטו זײַן בײַ דײַן אַרױסגײן.
20
גאָט װעט אָנשיקן אױף דיר אַ קללה, אַ מהומה, און אַן אָנגעשרײַ, אױף יעטװעדער אונטערנעם פֿון דײַן האַנט װאָס דו װעסט טאָן, ביז דו װעסט פֿאַרטיליקט װערן, און ביז דו װעסט גיך אונטערגײן פֿון װעגן דײַנע שלעכטע מעשׂים, װאָס דו האָסט מיך פֿאַרלאָזן.
21
גאָט װעט באַהעפֿטן אָן דיר די פּעסט, ביז ער װעט דיך פֿאַרלענדן פֿון דער ערד װאָס דו גײסט אַהין, זי צו אַרבן.
22
גאָט װעט דיך פּלאָגן מיט דער, און מיט קדחת, און מיט היץ, און מיט ברענונג, און מיט טריקעניש, און מיט קאָרנבראַנד, און מיט װעלקעניש; און זײ װעלן דיך נאָכיאָגן ביז דו װעסט אונטערגײן.
23
און דער הימל װאָס איבער דײַן קאָפּ װעט זײַן קופּער, און די ערד װאָס אונטער דיר אײַזן.
24
גאָט װעט מאַכן דעם רעגן פֿון דײַן לאַנד שטױב און ערד; עס װעט נידערן אױף דיר פֿון הימל, ביז דו װעסט פֿאַרטיליקט װערן.
25
גאָט װעט דיך געבן אַ געשלאָגענעם פֿאַר דײַנע פֿײַנט; אױף אײן װעג װעסטו אַרױסגײן אַקעגן זײ, און אױף זיבן װעגן װעסטו אַנטלױפֿן פֿאַר זײ, און װעסט זײַן צו שױדער בײַ אַלע קיניגרײַכן פֿון דער ערד.
26
און דײַנע טױטע לײַבער װעלן זײַן צו שפּײַז פֿאַר יעטװעדער פֿױגל פֿון הימל, און פֿאַר דער חיה פֿון דער ערד, און קײנער װעט ניט אַװעקטרײַבן.
27
גאָט װעט דיך פּלאָגן מיט דעם אױסשלאָג פֿון מִצרַיִם, און מיט בלאָטערן, און מיט קרעץ, און מיט בײַסעניש, אַז דו װעסט ניט קענען געהײלט װערן.
28
גאָט װעט דיך פּלאָגן מיט משוגעת, און מיט בלינדקײט, און מיט צעדולטקײט פֿון האַרצן.
29
און װעסט טאַפּן אין מיטן טאָג אַזױ װי אַ בלינדער טאַפּט אין דער פֿינצטער, און װעסט ניט באַגליקן אין דײַנע װעגן, און װעסט רק זײַן באַרױבט און באַגזלט אַלע טעג, און קײַנער װעט ניט העלפֿן.
30
אַ װײַב װעסטו פֿאַרקנַסן, און אַן אַנדערער װעט מיט איר זײַן; אַ הױז װעסטו בױען, און װעסט ניט װוֹינען דערין; אַ װײַנגאָרטן װעסטו פֿלאַנצן, און װעסט אים ניט אָנהײבן.
31
דײַן אָקס װעט געשאָכטן װערן פֿאַר דײַנע אױגן, און װעסט פֿון אים ניט עסן; דײַן אײזל װעט אַװעקגעגזלט װערן פֿון פֿאַר דײַן פּנים, און װעט דיר ניט אומגעקערט װערן; דײַנע שאָף װעלן אַװעקגעגעבן װערן צו דײַנע פֿײַנט, און װעסט ניט האָבן װער זאָל העלפֿן.
32
דײַנע זין און דײַנע טעכטער װעלן אַװעקגעגעבן װערן צו אַן אַנדער פֿאָלק, און דײַנע אױגן װעלן זען, און אױסגײן נאָך זײ אַ גאַנצן טאָג, און דײַן האַנט װעט זײַן אָן מאַכט.
33
די פֿרוכט פֿון דײַן ערד, און דײַן גאַנצע מי, װעט אױפֿעסן אַ פֿאָלק װאָס דו קענסט ניט, און װעסט רק זײַן באַרױבט און געדריקט אַלע טעג.
34
און װעסט װערן משוגע פֿון דער זעונג פֿון דײַנע אױגן װאָס דו װעסט זען.
35
גאָט װעט דיך פּלאָגן מיט אַ בײזן אױסשלאָג אױף די קני און אױף די שענקלען, אַז דו װעסט ניט קענען געהײלט װערן; פֿון דײַן פֿוסטריט ביז דײַן שפּיץ קאָפּ.
36
גאָט װעט אַװעקפֿירן דיך, און דײַן מלך װאָס דו װעסט אױפֿשטעלן איבער דיר, צו אַ פֿאָלק װאָס דו און דײַנע עלטערן האָבן ניט געקענט; און װעסט דאָרטן דינען פֿרעמדע געטער, האָלץ און שטײן.
37
און װעסט זײַן פֿאַר אַ שרעק, פֿאַר אַ שפּריכװאָרט, און פֿאַר אַ שפּאָט, צװישן אַלע פֿעלקער װאָס גאָט װעט דיך אַהין אַװעקפֿירן.
38
פֿיל זריעה װעסטו אַרױסטראָגן אין פֿעלד, און װינציק װעסטו אײַנזאַמלען, װאָרום דער הײשעריק װעט עס פֿאַרצערן.
39
װײַנגערטנער װעסטו פֿלאַנצן און באַאַרבעטן, אָבער װײַן װעסטו ניט טרינקען און ניט אַרײַננעמען, װאָרום דער װאָרעם װעט עס אױפֿעסן.
40
אײלבערטבײמער װעסטו האָבן אין דײַן גאַנצן געמאַרק, אָבער מיט אײל װעסטו זיך ניט זאַלבן, װאָרום דײַנע אײלבערטן װעלן אַראָפּפֿאַלן.
41
זין און טעכטער װעסטו האָבן, אָבער זײ װעלן ניט בלײַבן בײַ דיר, װאָרום זײ װעלן אַװעקגײן אין געפֿאַנגענשאַפֿט.
42
אַלע דײַנע בײמער און די פֿרוכט פֿון דײַן ערד װעט ירשען דער גריל.
43
דער פֿרעמדער װאָס צװישן דיר װעט שטײַגן העכער און העכער איבער דיר, און דו װעסט נידערן אַראָפּ און אַראָפּ.
44
ער װעט דיר אַנטלײַען, און דו װעסט אים ניט אַנטלײַען; ער װעט זײַן דער קאָפּ, און דו װעסט זײַן דער עק.
45
און אַלע די דאָזיקע קללות װעלן קומען אױף דיר, און װעלן דיך נאָכיאָגן און דיך דערגרײַכן, ביז דו װעסט פֿאַרטיליקט װערן, װײַל דו האָסט ניט צוגעהערט צו דעם קָול פֿון יהוה דײַן גאָט, צו היטן זײַנע געבאָט און זײַנע געזעצן װאָס ער האָט דיר געבאָטן.
46
און זײ װעלן זײַן פֿאַר אַ צײכן און פֿאַר אַ װוּנדער אױף דיר און אױף דײַן זאָמען ביז אײביק.
47
דערפֿאַר װאָס דו האָסט ניט געדינט יהוה דײַן גאָט מיט שׂמחה, און מיט אַ פֿרײלעכן האַרצן, אין אַ שֶפֿע פֿון אַלץ,
48
װעסטו דינען דײַן פֿײַנט, װאָס גאָט װעט אים אָנשיקן אױף דיר, אין הונגער, און אין דאָרשטיקײט, און אין נאַקעטקײט, און אין מינערונג פֿון אַלץ; און ער װעט אַרױטאָן אַן אײַזערנעם יאָך אױף דײַן האַלדז, ביז ער װעט דיך פֿאַרטיליקן.
49
גאָט װעט אָנטראָגן אױף דיר אַ פֿאָלק פֿון דער װײַטן, פֿון עק ערד, אַזױ װי עס קומט צו שװעבן אַן אָדלער, אַ פֿאָלק װאָס דו װעסט ניט פֿאַרשטײן זײַן לשון;
50
אַ פֿאָלק מיט אַ פֿאַרשײַטן פּנים, װאָס װעט ניט שױנען דעם פּנים פֿון אַ זקן, און אַ יונגן װעט ער ניט לײַטזעליקן.
51
און ער װעט אױפֿעסן די פֿרוכט פֿון דײַן בהמה, און די פֿרוכט פֿון דײַן ערד, ביז דו װעסט פֿאַרטיליקט װערן; װאָס װעט דיר ניט איבערלאָזן קײן תּבֿואה, קײן װײַן, און קײן אײל, קײן געבורט פֿון דײַנע רינדער, און קײן פֿרוכטפּערונג פֿון דײַנע שאַף, ביז ער װעט דיך אונטערברענגען.
52
און ער װעט דיך באַלעגערן אין אַלע דײַנע טױערן, ביז עס װעלן נידערן דײַנע הױכע און פֿעסטע מױערן, װאָס דו האָסט זיך אױף זײ פֿאַרזיכערט, אין דײַן גאַנצן לאַנד; יאָ, ער װעט דיך באַלעגערן אין אַלע דײַנע טױערן, אין דײַן גאַנצן לאַנד װאָס יהוה דײַן גאָט האָט דיר געגעבן.
53
און װעסט עסן די פֿרוכט פֿון דײַן לײַב, דאָס פֿלײש פֿון דײַנע זין און דײַנע טעכטער װאָס יהוה דײַן גאָט האָט דיר געגעבן, אין דער באַלעגערונג, און אין דער דריקונג װאָס דײַן פֿײַנט װעט דיך דריקן.
54
דער אײדעלער מענטש צװישן דיר און דער זײער פֿאַרצערטלטער, זײַן אױג װעט זײַן שלעכט צו זײַן ברודער, און צו דער װײַב פֿון זײַן בוזעם, און צו די איבעריקע קינדער װאָס ער װעט איבערלאָזן,
55
צו געבן אײנעם פֿון זײ פֿון דעם פֿלײש פֿון זײַנע קינדער װאָס ער װעט עסן, װײַל גאָרנישט װעט אים זײַן געבליבן אין דער באַלעגערונג, און אין דער דריקונג װאָס דײַן פֿײַנט װעט דיך דריקן אין אַלע דײַנע טױערן.
56
די אײדעלע צװישן דיר און די פֿאַרצערטלטע, װאָס האָט קײן מאָל ניט געפּרוּװט שטעלן איר פֿוסטריט אױף דער ערד, פֿון פֿאַרצערטלטקײט און פֿון אײדלקײט, איר אױג װעט זײַן שלעכט צו דעם מאַן פֿון איר בוזעם, און צו איר זון, און צו איר טאָכטער,
57
און צו איר נאָכגעבורט װאָס קומט אַרױס פֿון צװישן אירע פֿיס, און צו אירע קינדער װאָס זי װעט געבערן, װאָרום זי װעט זײ אױפֿעסן אין פֿאַרבאָרגעניש, אין מינערונג פֿון אַלץ, אין דער באַלעגערונג, און אין דער דריקונג װאָס דײַן פֿײַנט װעט דיך דריקן אין דײַנע טױערן.
58
אױב דו װעסט ניט היטן צו טאָן אַלע װערטער פֿון דער דאָזיקער תּוֹרה, װאָס שטײען געשריבן אין דעם דאָזיקן בוך, מוֹרא צו האָבן פֿאַר דעם דאָזיקן געאַכפּערטן און פֿאָרכטיקן נאָמען, פֿאַר יהוה דײַן גאָט,
59
װעט גאָט מאַכן װוּנדערלעך דײַנע פּלאָגן, און די פּלאָגן פֿון דײַנע קינדער – גרױסע און אָנגעהאַלטענע פּלאָגן, און בײזע און אָנגעהאַלטענע קרענק.
60
און ער װעט װידער ברענגען אױף דיר אַלע װײטאָקן פֿון מִצרַיִם, װאָס דו האָסט זיך געשראָקן פֿאַר זײ, און זײ װעלן זיך באַהעפֿטן אָן דיר.
61
אױך יעטװעדער קרענק און יעטװעדער פּלאָג װאָס שטײט ניט געשריבן אין דעם בוך פֿון דער דאָזיקער תּוֹרה, װעט זײ גאָט אַרױפֿברענגען אױף דיר ביז דו װעסט פֿאַרטיליקט װערן.
62
און איר װעט בלײַבן מיט אַ הײַפֿל מענטשן, אָנשטאָט װאָס איר זײַט געװען אַזױ װי די שטערן פֿון הימל אין פֿילקײט; װײַל דו האָסט ניט צוגעהערט צו דעם קָול פֿון יהוה דײַן גאָט.
63
און עס װעט זײַן, אַזױ װי גאָט האָט זיך געפֿרײט איבער אײַך, אײַך צו באַגיטיקן, און אײַך צו מערן, אַזױ װעט גאָט זיך פֿרײען איבער אײַך, אײַך אונטערצוברענגען און אײַך צו פֿאַרטילקן; און איר װעט אַװעקגעריסן װערן פֿון דער ערד װאָס דו קומסט אַהין, זי צו אַרבן.
64
און גאָט װעט דיך צעשפּרײטן צװישן אַלע אומות, פֿון עק ערד ביז עק ערד, און װעסט דאָרטן דינען פֿרעמדע געטער, װאָס דו און דײַנע עלטערן האָבן ניט געקענט, האָלץ און שטײן.
65
און צװישן די דאָזיקע פֿעלקער װעסטו קײן רו ניט האָבן, און קײן מנוחה װעט ניט זײַן פֿאַר דײַן פֿוסטריט; און גאָט װעט דיר געבן דאָרטן אַן אומרואיק האַרץ, און אױסגײעניש פֿון די אױגן, און פֿאַרשמאַכטונג פֿון דער זעל.
66
און דײַן לעבן װעט דיר הענגען אַנטקעגן, און װעסט אַנגסטן טאָג און נאַכט, און ניט זײַן זיכער מיט דײַן לעבן.
67
אין פֿרימאָרגן װעסטו זאָגן: הלװאַי װערט אָװנט! און אין אָװנט װעסטו זאָגן: הלװאַי װערט פֿרימאָרגן! פֿון װעגן דער אַנגסט פֿון דײַן האַרצן װאָס דו װעסט אַנגסטן, און פֿון װעגן דער זעאונג פֿון דײַנע אױגן װאָס דו װעסט זען.
68
און גאָט װעט דיך אומקערן אױף שיפֿן קײן מִצרַיִם, אױף דעם װעג װאָס איך האָב דיר געזאָגט, װעסט אים מער ניט אָנזען. און איר װעט זיך דאָרטן אָנבאָטן צו אײַערע פֿײַנט פֿאַר קנעכט און פֿאַר דינסטן, און קײן קױפֿער װעט ניט זײַן.
69
דאָס זײַנען די װערטער פֿון דעם בונד װאָס גאָט האָט באַפֿױלן משהן צו שליסן מיט די קינדער פֿון ישׂראל אין לאַנד מוֹאָבֿ, אַחוץ דעם בונד װאָס ער האָט געשלאָסן מיט זײ אין חוֹרֵבֿ.