אידיש
1
און משה און די עלטסטע פֿון ישׂראל האָבן באַפֿױלן דעם פֿאָלק, אַזױ צו זאָגן: היט אַלע געבאָט װאָס איך געביט אײַך הײַנט.
2
און עס װעט זײַן, אין דעם טאָג װאָס איר װעט אַריבערגײן דעם יַרדן צו דעם לאַנד װאָס יהוה דײַן גאָט גיט דיר, זאָלסטו דיר אױפֿשטעלן גרויסע שטײנער, און זײ באַקאַלכן מיט קאַלך.
3
און זאָלסט אױפֿשרײַבן אױף זײ אַלע װערטער פֿון דער דאָזיקער תּוֹרה, אַז דו װעסט אַריבערגײן; כּדי זאָלסט קומען אין דעם לאַנד װאָס יהוה דײַן גאָט גיט דיר, אַ לאַנד װאָס פֿליסט מיט מילך און האָניק, אַזױ װי יהוה דער גאָט פֿון דײַנע עלטערן האָט דיר צוגעזאָגט.
4
און עס װעט זײַן, װי איר גײט אַריבער דעם יַרדן, זאָלט איר אױפֿשטעלן די דאָזיקע שטײנער װאָס איך באַפֿעל אײַך הײַנט, אױף דעם באַרג עֵיבֿל, און זאָלסט זײ באַקאַלכן מיט קאַלך.
5
און זאָלסט דאָרטן בױען אַ מזבח צו יהוה דײַן גאָט, אַ מזבח פֿון שטײנער; זאָלסט ניט אױפֿהײבן אױף זײ אַן אײַזן.
6
פֿון גאַנצע שטײנער זאָלסטו בױען דעם מזבח פֿון יהוה דײַן גאָט; און זאָלסט אױפֿברענגען אױף אים בראַנדאָפּפֿער צו גאָט דײַן האַר.
7
און זאָלסט שלאַכטן פֿרידאָפּפֿער און עסן דאָרטן, און זיך פֿרײען פֿאַר יהוה דײַן גאָט.
8
און זאָלסט אױפֿשרײַבן אױף די שטײנער אַלע װערטער פֿון דער דאָזיקער תּוֹרה זײער קלאָר.
9
און משה און די כֹּהנים פֿון שבֿט לֵוִי האָבן גערעדט צו גאַנץ ישׂראל, אַזױ צו זאָגן: זײַ שטיל און הער, ישׂראל: הײַנטיקן טאָג ביסטו געװאָרן פֿאַר אַ פֿאָלק צו יהוה דײַן גאָט.
10
דרום זאָלסטו צוהערן צו דעם קָול פֿון יהוה דײַן גאָט, און טאָן זײַנע געבאָט און זײַנע געזעצן װאָס איך געביט דיר הײַנט.
11
און משה האָט באַפֿױלן דעם פֿאָלק אין יענעם טאָג, אַזױ צו זאָגן:
12
די דאָזיקע זאָלן שטײן אױפֿן באַרג גרִזים צו בענטשן דאָס פֿאָלק, װען איר גײט אַריבער דעם יַרדן: שמעון, און לֵוִי, און יהודה, און יִשׂשָׂכָר, און יוֹסף, און בנימין.
13
און די דאָזיקע זאָלן שטײן אױפֿן באַרג עֵיבֿל פֿאַר דער קללה: ראובֿן, גָד, און אָשר, און זבֿולון, דָן, און נפֿתּלי.
14
און די לוִיִים זאָלן אױסרופֿן און זאָגן צו אַלע מענער פֿון ישׂראל אױף אַ הױכן קָול:
15
פֿאַרשאָלטן דער מאַן, װאָס װעט מאַכן אַ געשניצט אָדער געגאָסן בילד, אַן אומװערדיקײט צו גאָט, דאָס װערק פֿון אַ מײַנסטערס הענט, און אױפֿשטעלן אין פֿאַרבאָרגעניש! און דאָס גאַנצע פֿאָלק זאָל זיך אָפּרופֿן און זאָגן: אָמן!
16
פֿאַרשאָלטן דער װאָס איז מבֿזה זײַן פֿאָטער אָדער זײַן מוטער! און דאָס גאַנצע פֿאָלק זאָל זאָגן: אָמן!
17
פֿאַרשאָלטן דער װאָס פֿאַררוקט דעם גרענעץ פֿון זײַן חבֿר! און דאָס גאַנצע פֿאָלק זאָל זאָגן: אָמן!
18
פֿאַרשאָלטן דער װאָס פֿאַרפֿירט אַ בלינדן אין װעג! און דאָס גאַנצע פֿאָלק זאָל זאָגן: אָמן!
19
פֿאַרשאָלטן דער װאָס פֿאַרדרײט דעם משפּט פֿון אַ פֿרעמדן, אַ יתום, און אַן אַלמנה! און דאָס גאַנצע פֿאָלק זאָל זאָגן: אָמן!
20
פֿאַרשאָלטן דער װאָס ליגט מיט זײַן פֿאָטערס װײַב, װאָרום ער האָט אַנטפּלעקט זײַן פֿאָטערס צודעק! און דאָס גאַנצע פֿאָלק זאָל זאָגן: אָמן!
21
פֿאַרשאָלטן דער װאָס ליגט מיט װאָסער עס איז בהמה! און דאָס גאַנצע פֿאָלק זאָל זאָגן: אָמן!
22
פֿאַרשאָלטן דער װאָס ליגט מיט זײַן שװעסטער, זײַן פֿאָטערס טאָכטער, אָדער זײַן מוטערס טאָכטער! און דאָס גאַנצע פֿאָלק זאָל זאָגן: אָמן!
23
פֿאַרשאָלטן דער װאָס ליגט מיט זײַן שװיגער! און דאָס גאַנצע פֿאָלק זאָל זאָגן: אָמן!
24
פֿאַרשאָלטן דער װאָס שלאָגט זײַן חבֿר אין פֿאַרבאָרגעניש! און דאָס גאַנצע פֿאָלק זאָל זאָגן: אָמן!
25
פֿאַרשאָלטן דער װאָס נעמט שוֹחד צו דערשלאָגן אַ נפֿש, אומשולדיק בלוט! און דאָס גאַנצע פֿאָלק זאָל זאָגן: אָמן!
26
פֿאַרשאָלטן דער װאָס װעט ניט מקיים זײַן די װערטער פֿון דער דאָזיקער תּוֹרה, זײ צו טאָן! און דאָס גאַנצע פֿאָלק זאָל זאָגן: אָמן!