אידיש
1
און עס װעט זײַן, אַז דו װעסט קומען אין דעם לאַנד װאָס יהוה דײַן גאָט גיט דיר פֿאַר אַ נחלה, און װעסט עס אַרבן, און זיך באַזעצן דרינען,
2
זאָלסטו נעמען פֿונעם ערשטן פֿון יעטװעדער פֿרוכט פֿון דער ערד, װאָס דו װעסט אַרײַננעמען פֿון דײַן לאַנד װאָס יהוה דײַן גאָט גיט דיר, און זאָלסט אַרײַנטאָן אין אַ קאָרב, און גײן צו דעם אָרט װאָס יהוה דײַן גאָט װעט אױסדערװײלן צו מאַכן רוען זײַן נאָמען דאָרטן.
3
און זאָלסט קומען צו דעם כֹּהן װאָס װעט זײַן אין יענע טעג, און זאָגן צו אים: איך זאָג הײַנט פֿאַר יהוה דײַן גאָט, אַז איך בין געקומען אין דעם לאַנד װאָס גאָט האָט געשװאָרן אונדזערע עלטערן אונדז צו געבן.
4
און דער כֹּהן זאָל נעמען דעם קאָרב פֿון דײַן האַנט, און אים אַװעקשטעלן פֿאַר דעם מזבח פֿון יהוה דײַן גאָט.
5
און זאָלסט אױסרופֿן און זאָגן פֿאַר יהוה דײַן גאָט: אַ בלודנער אַרַמי איז געװען מײַן פֿאָטער, און ער האָט גענידערט קײן מִצרַיִם, און האָט זיך דאָרטן אױפֿגעהאַלטן מיט אַ הײַפֿל מענטשן, און ער איז דאָרטן געװאָרן אַ פֿאָלק, גרױס, מאַכטיק, און פֿיל.
6
און די מִצרים האָבן אונדז שלעכטס געטאָן, און האָבן אונדז געפּײַניקט, און אַרױפֿגעלײגט אױף אונדז שװערע אַרבעט.
7
און מיר האָבן געשריען צו יהוה דעם גאָט פֿון אונדזערע עלטערן, און גאָט האָט צוגעהערט אונדזער קָול, און געזען אונדזער פּײַן, און אונדזער מאַטערניש, און אונדזער געדריקטקײט.
8
און גאָט האָט אונדז אַרױסגעצױגן פֿון מִצרַיִם מיט אַ שטאַרקער האַנט, און מיט אַן אױסגעשטרעקטן אָרעם, און מיט גרױס פֿאָרכטיקײט, און מיט צײכנס און מיט װוּנדער.
9
און ער האָט אונדז געבראַכט צו דעם דאָזיקן אָרט, און אונדז געגעבן דאָס דאָזיקע לאַנד, אַ לאַנד װאָס פֿליסט מיט מילך און האָניק.
10
און אַצונד זע, איך האָב געבראַכט דאָס ערשטע פֿון דער פֿרוכט פֿון דער ערד װאָס דו, גאָט האָסט מיר געגעבן. און זאָלסט עס אַװעקלײגן פֿאַר יהוה דײַן גאָט, און זיך בוקן פֿאַר יהוה דײַן גאָט.
11
און זאָלסט זיך פֿרײען מיט אַלעם גוטן װאָס יהוה דײַן גאָט האָט געגעבן דיר און דײַן הױזגעזינט – דו, און דער לֵוִי, און דער פֿרעמדער װאָס צװישן דיר.
12
אַז דו װעסט ענדיקן מעשׂרן דעם גאַנצן מעשׂר פֿון דײַן תּבֿואה אין דעם דריטן יאָר, דעם יאָר פֿון מעשׂר, זאָלסטו עס געבן דעם לֵוִי, דעם פֿרעמדן, דעם יתום, און דער אַלמנה, כּדי זײ זאָלן עסן אין דײַנע טױערן, און זאַט זײַן.
13
און זאָלסט זאָגן פֿאַר יהוה דײַן גאָט: איך האָב אַרױסגעראַמט דאָס הײליקע פֿון הױז, און האָב עס אױך אַװעקגעגעבן דעם לֵוִי, און דעם פֿרעמדן, דעם יתום, און דער אַלמנה, אַזױ װי אַל דײַן געבאָט װאָס דו האָסט מיר געבאָטן; איך בין ניט אַװעקגעגאַנגען פֿון דײַנע געבאָט, און האָב ניט פֿאַרגעסן.
14
איך האָב ניט געגעסן אין מײַן אַבֿלות דערפֿון, און איך האָב ניט אַרױסגעטראָגן דערפֿון אומרײנערהײט, און ניט געגעבן דערפֿון פֿאַר אַ טױטן; איך האָב צוגעהערט צו דעם קָול פֿון יהוה מײַן גאָט; איך האָב געטאָן אַזױ װי אַלץ װאָס דו האָסט מיר באַפֿױלן.
15
לוג פֿון דײַן הײליקער װוינונג, פֿון הימל, און בענטש דײַן פֿאָלק ישׂראל, און די ערד װאָס דו האָסט אונדז געגעבן, אַזױ װי דו האָסט געשװאָרן אונדזערע עלטערן – אַ לאַנד װאָס פֿליסט מיט מילך און האָניק.
16
הײַנטיקן טאָג באַפֿעלט דיר יהוה דײַן גאָט צו טאָן די דאָזיקע חוקים און די געזעצן; און זאָלסט זײ אָפּהיטן און טאָן מיט דײַן גאַנצן האַרצן, און מיט דײַן גאַנצער זעל.
17
דו האָסט הײַנט אױסדערװײלט יהוה אים צו האָבן פֿאַר דײַן גאָט, און צו גײן אין זײַנע װעגן, און צו היטן זײַנע חוקים און זײַנע געבאָט און זײַנע געזעצן, און צוצוהערן צו זײַן קָול.
18
און גאָט האָט דיך הײַנט אױסדערװײלט אים צו זײַן פֿאַר אַן אײגן פֿאָלק, אַזױ װי ער האָט דיר צוגעזאָגט, און צו היטן אַלע זײַנע געבאָט;
19
און דיך צו שטעלן העכער איבער אַלע פֿעלקער װאָס ער האָט געמאַכט, פֿאַר אַ לױב, און פֿאַר אַ נאָמען, און פֿאַר אַ שײנקײט, און כּדי זאָלסט זײַן אַ הײליק פֿאָלק צו יהוה דײַן גאָט, אַזױ װי ער האָט גערעדט.