אידיש
1
אַז צװישן מענטשן װעט זײַן אַ קריג, און זײ װעלן גענענען צום משפּט, און מע װעט זײ משפּטן, און גערעכט מאַכן דעם גערעכטן, און שולדיק מאַכן דעם שולדיקן,
2
איז, אױב דעם שולדיקן קומט שלאָגן, זאָל דער ריכטער אים לאָזן אַנידערלײגן און שלאָגן פֿאַר זײַן געזיכט, װעדליק זײַן שולד, מיט אַ צאָל.
3
פֿערציק שלעג זאָל מען אים געבן, ניט מער; טאָמער שלאָגט מען אים מער װי דאָס, צו פֿיל שלעג, װעט דײַן ברודער געשענדט װערן פֿאַר דײַנע אױגן.
4
זאָלסט ניט פֿאַרבינדן אַן אָקס דאָס מױל װען ער דרעשט.
5
אַז ברידער װעלן װױנען אין אײנעם, און אײנער פֿון זײ װעט שטאַרבן, און קײן קינד האָט ער ניט, זאָל דעם געשטאָרבענעמס װײַב ניט װערן אַ פֿרעמדן מאַנס פֿון דרױסן; איר שװאָגער זאָל קומען צו איר, און זי נעמען פֿאַר אַ װײַב צו אים, און זי באַשװעגערן.
6
און עס זאָל זײַן: דער ערשטלינג װאָס זי װעט געבערן, זאָל זײַן אױפֿן נאָמען פֿון זײַן געשטאָרבענעם ברודער, כּדי זײַן נאָמען זאָל ניט אױסגעמעקט װערן פֿון ישׂראל.
7
און אױב דער מאַן װעט ניט װעלן נעמען זײַן שװעגערין, זאָל זײַן שװעגערין אַרױפֿגײן אין טױער צו די עלטסטע, און זאָגן: מײַן שװאָגער װיל ניט אױפֿשטעלן זײַן ברודער אַ נאָמען אין ישׂראל; ער װיל מיך ניט באַשװעגערן.
8
און די עלטסטע פֿון זײַן שטאָט זאָלן אים רופֿן, און רעדן צו אים. און אַז ער װעט זיך שטעלן און זאָגן: איך װיל זי ניט נעמען,
9
זאָל זײַן שװעגערין גענענען צו אים פֿאַר די אױגן פֿון די עלטסטע, און אַראָפּציען זײַן שוך פֿון זײַן פֿוס, און אַ שפּײַ טאָן אין זײַן פּנים, און אױסרופֿן און זאָגן: אַזױ זאָל געטאָן װערן צו דעם מאַן װאָס װיל ניט בױען זײַן ברודערס הױז.
10
און זײַן נאָמען זאָל גערופֿן װערן אין ישׂראל: דאָס הױז פֿון דעם װאָס מיטן אַראָפּגעצױגענעם שוך.
11
אַז צװײ מענער װעלן זיך ראַנגלען צװישן זיך, אײנער מיטן אַנדערן, און אײנעמס װײַב װעט גענענען אַרױסצוראַטעװען איר מאַן פֿון זײַן שלעגערס האַנט, און זי װעט אױסשטרעקן איר האַנט, און אים אָננעמען פֿאַר די ענגע ערטער,
12
זאָלסטו אָפּהאַקן איר האַנט; דײַן אױג זאָל זיך ניט דערבאַרימען.
13
זאָלסט ניט האָבן אין דײַן בײַטל צװײערלײ װאָגשטײענר, אַ גרעסערן און אַ קלענערן.
14
זאָלסט ניט האָבן אין דײַן הױז צװײערלײ אֵיפֿהס, אַ גרעסערע און אַ קלענערע.
15
אַ פֿול און ריכטיק געװיכט זאָל זײַן בײַ דיר; אַ פֿולע און ריכטיקע אֵיפֿה זאָל זײַן בײַ דיר; כּדי דײַנע טעג זאָלן זיך לענגערן אױף דער ערד װאָס יהוה דײַן גאָט גיט דיר.
16
װאָרום אַן אומװערדיקײט בײַ יהוה דײַן גאָט איז איטלעכער װאָס טוט דאָס – איטלעכער װאָס טוט אַן עװלה.
17
געדענק װאָס עַמָלֵק האָט דיר געטאָן אונטערװעגנס, װען איר זײַט אַרױסגעגאַנגען פֿון מִצרַיִם;
18
װי ער האָט דיך געטראָפֿן אונטערװעגנס, און האָט געשלאָגן דײַנע הינטערשטע, אַלע אָפּגעשלאַפֿטע הינטער דיר, בעת דו ביסט געװען פֿאַרשמאַכט און מיד; און ער האָט ניט מוֹרא געהאַט פֿאַר גאָט.
19
דרום זאָל זײַן, אַז יהוה דײַן גאָט באַרוט דיך פֿון אַלע דײַנע פֿײַנט פֿון רונד אַרום, אין דעם לאַנד װאָס יהוה דײַן גאָט גיט דיר פֿאַר אַ נחלה, עס צו אַרבן, זאָלסטו אױסמעקן דעם זֵכר פֿון עַמָלֵק פֿון אונטערן הימל; זאָלסטו ניט פֿאַרגעסן.