אידיש
1
אַז אַ מאַן װעט נעמען אַ װײַב און זי באַמאַנען, איז, אױב זי װעט געפֿינען אַן אומחן אין זײַנע אױגן, װײַל ער האָט אױסגעפֿונען אין איר אַ מיאוסע זאַך, און ער װעט איר שרײַבן אַ גט, און געבן אין איר האַנט, און װעט זי אַװעקשיקן פֿון זײַן הױז,
2
און זי װעט אַװעק פֿון זײַן הױז, און גײן און װערן אַן אַנדער מאַנס,
3
און דער לעצטער מאַן װעט זי פֿײַנט קריגן, און װעט איר שרײַבן אַ גט, און געבן אין איר האַנט, און װעט זי אַװעקשיקן פֿון זײַן הױז, אָדער דער לעצטער מאַן װאָס האָט זי גענומען פֿאַר אַ װײַב צו אים, װעט שטאַרבן,
4
טאָר ניט איר ערשטער מאַן, װאָס האָט זי אַװעקגעשיקט, זי צוריקנעמען צו װערן פֿאַר אַ װײַב צו אים, נאָכדעם אַז זי איז פֿאַראומרײניקט געװאָרן; װאָרום אַן אומװערדיקײט איז דאָס פֿאַר גאָט; און זאָלסט ניט זינדיק מאַכן דאָס לאַנד װאָס יהוה דײַן גאָט גיט דיר פֿאַר אַ נחלה.
5
אַז אַ מאַן װעט נעמען אַ נײַע װײַב, זאָל ער ניט אַרױסגײן אין חיל, און אױף אים זאָל ניט אַרױפֿגעלײגט װערן קײן זאַך; פֿרײַ זאָל ער זײַן פֿאַר זײַן הײם אײן יאָר, און דערפֿרײען זײַן װײַב װאָס ער האָט גענומען.
6
מע זאָל ניט נעמען אין משכּון אַ האַנטמיל אָדער אַן אױבערשטן מילשטײן; װאָרום אַ נפֿש נעמט מען אין משכּון.
7
אַז עמיצער װעט געפֿונען װערן גנבֿענדיק אַ נפֿש פֿון זײַנע ברידער, פֿון די קינדער פֿון ישׂראל, און ער װעט באַלעבאַטעװען איבער אים, און װעט אים פֿאַרקױפֿן, זאָל שטאַרבן יענער גנבֿ. און זאָלסט אױסראַמען דאָס בײז פֿון צװישן דיר.
8
זײַ אָפּגעהיט מיט דער פּלאָג פֿון צרעת, צו היטן זײער און צו טאָן אַזױ װי אַלץ װאָס די כֹּהנים פֿון שבֿט לֵוִי װעלן אײַך לערנען; אַזױ װי איך האָב זײ באַפֿױלן, זאָלט איר היטן צו טאָן.
9
געדענקט װאָס יהוה דײַן גאָט האָט געטאָן צו מרימען אונטערװעגנס, װען איר זײַט אַרױסגעגאַנגען פֿון מִצרַיִם.
10
אַז דו װעסט אַנטלײַען דײַן חבֿר װאָסער עס איז הלװאה, זאָלסטו ניט אַרײַנגײן צו אים אין הױז צו נעמען זײַן משכּון.
11
דרױסן זאָלסטו שטײן, און דער מאַן װאָס דו אַנטלײַסט אים, זאָל דיר אַרױסטראָגן דעם משכּון דרױסן.
12
און אױב ער איז אַן אָרעמאן, זאָלסטו זיך ניט לײגן מיט זײַן משכּון.
13
אומקערן זאָלסטו אים אומקערן דעם משכּון, װי די זון גײט אונטער; כּדי ער זאָל זיך לײגן אין זײַן צודעק, און דיך בענטשן; און פֿון דיר װעט עס זײַן אַ גערעכטיקײט פֿאַר יהוה דײַן גאָט.
14
זאָלסט ניט דריקן אַן אָרעמען און נױטבאַדערפֿטיקן לױנאַרבעטער פֿון דײַנע ברידער, אָדער פֿון דײַן פֿרעמדן װאָס אין דײַן לאַנד, אין דײַנע טױערן.
15
אין דעם אײגענעם טאָג זאָלסטו אָפּגעבן זײַן לױן, און די זון זאָל ניט אונטערגײן דערױף; װאָרום ער איז אַן אָרעמאַן, און ער קוקט אױס דערױף; כּדי ער זאָל ניט רופֿן אױף דיר צו גאָט, און אױף דיר װעט זײַן אַ זינד.
16
פֿאָטערס זאָלן ניט געטײט װערן פֿאַר קינדער, און קינדער זאָלן ניט געטײט װערן פֿאַר פֿאָטערס; יעטװעדער פֿאַר זײַן זינד זאָל געטײט װערן.
17
זאָלסט ניט פֿאַרדרײען דעם משפּט פֿון אַ פֿרעמדן, פֿון אַ יתום; און זאָלסט ניט נעמען אין משכּון דעם בגד פֿון אַן אַלמנה.
18
און זאָלסט געדענקען אַז אַ קנעכט ביסטו געװען אין מִצרַיִם, און יהוה דײַן גאָט האָט דיך אױסגעלײזט פֿון דאָרטן; דרום באַפֿעל איך דיר צו טאָן די דאָזיקע זאַך.
19
אַז דו װעסט שנײַדן דײַן שניט אין פֿעלד, און װעסט פֿאַרגעסן אַ גאַרב אין פֿעלד, זאָלסטו זיך ניט אומקערן זי צו נעמען; פֿאַרן פֿרעמדן, פֿאַרן יתום, און פֿאַר דער אַלמנה, זאָל עס זײַן; כּדי יהוה דײַן גאָט זאָל דיך בענטשן אין יעטװעדער טואונג פֿון דײַנע הענט.
20
אַז דו װעסט אָפּקלאַפּן דײַן אײלבערטבױם, זאָלסטו ניט נאָכזוכן די צװײַגן הינטער דיר; פֿאַרן פֿרעמדן, פֿאַרן יתום, און פֿאַר דער אַלמנה, זאָל עס זײַן.
21
אַז דו װעסט האַרבסטן דײַן װײַנגאָרטן, זאָלסטו ניט נאָכקלײַבן הינטער דיר; פֿאַרן פֿרעמדן, פֿאַרן יתום, און פֿאַר דער אַלמנה, זאָל עס זײַן.
22
און זאָלסט געדענקען אַז אַ קנעכט ביסטו געװען אין לאַנד מִצרַיִם; דרום באַפֿעל איך דיר צו טאָן די דאָזיקע זאַך.