אידיש
1
אַז אַ געהרגעטער װעט געפֿונען װערן ליגנדיק אין פֿעלד, אין דעם לאַנד װאָס יהוה דײַן גאָט גיט דיר עס צו אַרבן, און עס איז ניט באַװוּסט װער עס האָט אים דערשלאָגן,
2
זאָלן אַרױסגײן דײַנע עלטסטע און דײַנע ריכטער, און זײ זאָלן אָפּמעסטן ביז די שטעט װאָס אַרום דעם געהרגעטן.
3
און עס זאָל זײַן: די שטאָט װאָס איז די נענטסטע צום געהרגעטן, זאָלן די עלטסטע פֿון יענער שטאָט נעמען אַ יונגע קו, װאָס מיט איר איז נאָך ניט געאַרבעט געװאָרן, װאָס האָט נאָך ניט געצױגן אַ יאָך.
4
און די עלטסטע פֿון יענער שטאָט זאָלן אַראָפּנידערן די יונגע קו צו אַ האַרטן טאָל, װאָס װערט ניט באַאַרבעט און ניט באַזײט; און זײ זאָלן אָפּהאַקן דער יונגער קו דאָס געניק דאָרטן אין טאָל.
5
און די כֹּהנים, די קינדער פֿון לֵוִי, זאָלן גענענען; װאָרום זײ האָט יהוה דײַן גאָט אױסדערװײלט אים צו טאָן דינסט, און צו בענטשן אין נאָמען פֿון גאָט, און לױט זײער מױל זאָל זײַן בײַ יעטװעדער שטרײַט און יעטװעדער שעדיקונג.
6
און אַלע עלטסטע פֿון יענער שטאָט, די נענטסטע צום געהרגעטן, זאָלן װאַשן זײערע הענט איבער דער יונגער קו װאָס מע האָט איר אָפּגעהאַקט דאָס געניק אין טאָל.
7
און זײ זאָלן אױסרופֿן און זאָגן: אונדזערע הענט האָבן ניט פֿאַרגאָסן דאָס דאָזיקע בלוט, און אונדזערע אױגן האָבן ניט געזען.
8
פֿאַרגיב דײַן פֿאָלק ישׂראל, װאָס דו, גאָט, האָסט אױסגעלײזט, און לאָז ניט אומשולדיק פֿאַרגאָסן בלוט צװישן דײַן פֿאָלק ישׂראל, און זײ זאָל פֿאַרגעבן װערן דאָס בלוט.
9
אַזױ זאָלסטו אױסראַמען אומשולדיק [פֿאַרגאָסן] בלוט פֿון צװישן דיר, אױב דו װילסט טאָן װאָס איז רעכטפֿאַרטיק אין די אױגן פֿון גאָט.
10
אַז דו װעסט אַרױסגײן אין מלחמה אַקעגן דײַנע פֿײַנט, און יהוה דײַן גאָט װעט זײ געבן אין דײַן האַנט, און װעסט פֿאַנגען פֿון זײ געפֿאַנגענע,
11
און װעסט זען צװישן די געפֿאַנגענע אַ פֿרױ שײן אין געשטאַלט, און װעסט זי גלוסטן, און װעסט זי דיר װעלן נעמען פֿאַר אַ װײַב,
12
זאָלסטו זי ברענגען אין דײַן הױז, און זי זאָל אָפּגאָלן איר קאָפּ, און אָפּשנײַדן אירע נעגל;
13
און זי זאָל אױסטאָן פֿון זיך די קלײדונג פֿון איר געפֿאַנגענשאַפֿט, און זיצן אין דײַן הױז, און באַװײנען איר פֿאָטער און איר מוטער אַ חוֹדש צײַט, און דערנאָך זאָלסטו קומען צו איר, און זי באַמאַנען, און זי זאָל דיר װערן פֿאַר אַ װײַב.
14
און עס װעט זײַן, אױב זי װעט דיר ניט געפֿעלן, זאָלסטו זי לאָזן גײן װוּהין זי װיל, אָבער פֿאַרקױפֿן פֿאַר געלט זאָלסטו זי ניט פֿאַרקױפֿן; טאָרסט ניט באַלעבאַטעװען איבער איר; דערפֿאַר װאָס דו האָסט זי געפּײַניקט.
15
אַז אַ מאַן װעט האָבן צװײ װײַבער, אײנע אַ באַליבטע און אײנע אַ פֿאַרהאַסטע, און זײ װעלן אים געבערן זין, אי די באַליבטע אי די פֿאַרהאַסטע, און דער זון דער בכָור װעט זײַן פֿון דער פֿאַרהאַסטער,
16
איז, אין דעם טאָג װאָס ער גיט ירושה זײַנע זין דאָס װאָס ער האָט קען ער ניט מאַכן פֿאַר דעם בכָור דעם זון פֿון דער באַליבטער איבער דעם זון פֿון דער פֿאַרהאַסטער, װאָס איז דער בכָור.
17
נײַערט דעם בכָור דעם זון פֿון דער פֿאַרהאַסטער מוז ער אָנדערקענען, אים צו געבן צװײ חלקים פֿון אַלץ װאָס ער פֿאַרמאָגט; װאָרום ער איז דער ערשטלינג פֿון זײַן קראַפֿט, צו אים געהערט דאָס רעכט פֿון דער בכוֹרה.
18
אַז אַ מאַן װעט האָבן אַ זון אַן אָפּקערער און אַ װידערשפּעניקער, װאָס הערט ניט צו דעם קָול פֿון זײַן פֿאָטער, און צו דעם קָול פֿון זײַן מוטער, און זײ װעלן אים שטראָפֿן, און ער װעט ניט צוהערן צו זײ,
19
זאָל זײַן פֿאָטער און זײַן מוטער אים אָננעמען, און אים אַרױספֿירן צו די עלטסטע פֿון זײַן שטאָט, און צו דעם טױער פֿון זײַן אָרט.
20
און זײ זאָלן זאָגן צו די עלטסטע פֿון זײַן שטאָט: דער דאָזיקער זון אונדזערער איז אַן אָפּקערער און אַ װידערשפּעניקער, ער הערט ניט צו אונדזער קָול; ער איז אַ פֿרעסער און אַ זױפֿער.
21
און אַלע מענטשן פֿון זײַן שטאָט זאָלן אים פֿאַרװאַרפֿן מיט שטײנער, און ער זאָל שטאַרבן. און זאָלסט אױסראַמען דאָס בײז פֿון צװישן דיר; און גאַנץ ישׂראל װעלן הערן, און װעלן מוֹרא האָבן.
22
און אַז אױף אַ מאַן װעט זײַן אַ זינד פֿון טױטשטראָף, און ער װעט געטײט װערן, און װעסט אים אױפֿהענגען אױף אַ בױם,
23
זאָלסטו ניט לאָזן איבערנעכטיקן זײַן טױטן לײַב אױפֿן בױם; נאָר באַגראָבן זאָלסטו אים באַגראָבן אין דעם אײגענעם טאָג; װאָרום אַ שענדונג פֿון גאָט איז אַ געהאַנגענער; און זאָלסט ניט פֿאַראומרײניקן דײַן לאַנד, װאָס יהוה דײַן גאָט גיט דיר פֿאַר אַ נחלה.