Yiddish
Hebrew
אידיש
1 אַז דו װעסט אַרױסגײן אױף מלחמה אַקעגן דײַן פֿײַנט, און װעסט זען פֿערד און רײַטװעגן, פֿאָלק מער פֿון דיר, זאָלסטו ניט מוֹרא האָבן פֿאַר זײ, װאָרום יהוה דײַן גאָט איז מיט דיר, דער װאָס האָט דיך אױפֿגעבראַכט פֿון לאַנד מִצרַיִם. 2 און עס װעט זײַן, װי איר דערנענטערט זיך צו דער מלחמה, אַזױ זאָל גענענען דער כֹּהן, און זאָל רעדן צום פֿאָלק, 3 און זאָגן צו זײ: הער, ישׂראל, איר גענענט הײַנט אױף מלחמה אַקעגן אײַערע פֿײַנט, זאָל ניט שלאַף װערן אײַערע האַרץ; איר זאָלט ניט מוֹרא האָבן און ניט אײַלן און זיך ניט שרעקן פֿאַר זײ; 4 װאָרום יהוה אײַער גאָט איז דער װאָס גײט מיט אײַך, מלחמה צו האַלטן פֿאַר אײַך אַקעגן אײַערע פֿײַנט, אײַך צו העלפֿן. 5 און די אױפֿזעער זאָלן רעדן צום פֿאָלק, אַזױ צו זאָגן: איז װער עמיצער דאָ װאָס האָט געבױט אַ נײַ הױז, און האָט עס ניט באַנײַט? זאָל ער גײן און זיך אומקערן צו זײַן הײם, טאָמער שטאַרבט ער אין מלחמה, און אַן אַנדער מאַן װעט עס באַנײַען. 6 אָדער איז װער עמיצער דאָ װאָס האָט געפֿלאַנצט אַ װײַנגאָרטן, און האָט אים ניט אָנגעהױבן? זאָל ער גײן און זיך אומקערן צו זײַן הײם, טאָמער שטאַרבט ער אין מלחמה, און אַן אַנדער מאַן װעט עס אָנהײבן. 7 אָדער איז װער עמיצער דאָ װאָס האָט פֿאַרקנַסט אַ װײַב, און האָט זי ניט גענומען? זאָל ער גײן און זיך אומקערן צו זײַן הײם, טאָמער שטאַרבט ער אין מלחמה, און אַן אַנדער מאַן װעט זי נעמען. 8 און די אױפֿזעער זאָלן װײַטער רעדן צום פֿאָלק, און זאָגן: איז װער עמיצער דאָ װאָס איז שרעקעדיק און װײכהאַרציק? זאָל ער גײן און זיך אומקערן צו זײַן הײם, כּדי דאָס האַרץ פֿון זײַנע ברידער זאָל ניט צעגײן אַזױ װי זײַן האַרץ. 9 און עס װעט זײַן, װי די אױפֿזעער ענדיקן רעדן צום פֿאָלק, אַזױ זאָלן זײ אױפֿזעצן חיל-פֿירער איבערן פֿאָלק. 10 אַז דו װעסט גענענען צו אַ שטאָט, צו האַלטן מלחמה אױף איר, זאָלסטו איר צורופֿן שלום. 11 און עס װעט זײַן, אױב זי װעט דיר ענטפֿערן שלום, און װעט דיר עפֿענען, איז, דאָס גאַנצע פֿאָלק, װאָס געפֿינט זיך אין איר, זאָל דיר װערן צו צינז און דיר דינען. 12 אױב אָבער זי װעט ניט אײַנגײן אױף שלום מיט דיר, און װעט מאַכן מלחמה מיט דיר, זאָלסטו לעגערן אױף איר; 13 און אַז יהוה דײַן גאָט װעט זי געבן אין דײַן האַנט, זאָלסטו טײטן אַלע אירע מאַנספּאַרשױנען מיטן שאַרף פֿון שװערד. 14 נאָר די װײַבער און די קלײנע קינדער, און די בהמות, און אַלץ װאָס װעט זײַן אין דער שטאָט, איר גאַנצן רױב, זאָלסטו רױבן פֿאַר דיר; און זאָלסט עסן דעם רױב פֿון דײַנע פֿײַנט, װאָס יהוה דײַן גאָט האָט דיר געגעבן. 15 אַזױ זאָלסטו טאָן צו אַלע שטעט װאָס זײַנען זײער װײַט פֿון דיר, װאָס זײ זײַנען ניט פֿון די שטעט פֿון די היגע פֿעלקער. 16 אָבער פֿון די שטעט פֿון די היגע אומות, װאָס יהוה דײַן גאָט גיט דיר פֿאַר אַ נחלה, זאָלסטו ניט לאָזן לעבן קײן אָטעם. 17 נײַערט פֿאַרװיסטן זאָלסטו זײ פֿאַרװיסטן: דעם חִתּי, און דעם אֶמוֹרי, דעם כּנַעֲני, און דעם פּרִזי, דעם חִוִי, און דעם יבֿוסי, אַזױ װי יהוה דײַן גאָט האָט דיר באַפֿױלן; 18 כְּדי זײ זאָלן אײַך ניט לערנען צו טאָן אַזױ װי אַלע זײערע אומװערדיקײטן װאָס זײ האָבן געטאָן צו זײערע געטער, און איר װעט זינדיקן צו יהוה אײַער גאָט. 19 אַז דו װעסט לעגערן אױף אַ שטאָט פֿיל טעג צו האַלטן מלחמה אױף איר, כּדי זי אײַנצונעמען, זאָלסטו ניט צעשטערן אירע בײמער דורך אױפֿהײבן דערױף אַ האַק; װײַל עסן פֿון זײ מעגסטו, אָבער זײ אָפּהאַקן טאָרסטו ניט; װאָרום איז דער בױם פֿון פֿעלד אַ מענטש, צו זײַן אין באַלעגערונג פֿון דיר? 20 בלױז אַ בױם װאָס דו װײסט, אַז ער איז ניט אַ בױם צו עסן, אים מעגסטו צעשטערן און אָפּהאַקן, און בױען באַלאַגערװערק אַרום דער שטאָט װאָס האַלט מיט דיר מלחמה, ביז איר נידערונג.
עברית
1 כִּֽי־תֵצֵ֨א לַמִּלְחָמָ֜ה עַל־אֹיְבֶ֗יךָ וְֽרָאִ֜יתָ ס֤וּס וָרֶ֙כֶב֙ עַ֚ם רַ֣ב מִמְּךָ֔ לֹ֥א תִירָ֖א מֵהֶ֑ם כִּֽי־יְהוָ֤ה אֱלֹהֶ֙יךָ֙ עִמָּ֔ךְ הַמַּֽעַלְךָ֖ מֵאֶ֥רֶץ מִצְרָֽיִם׃ 2 וְהָיָ֕ה כְּקָֽרָבְכֶ֖ם אֶל־הַמִּלְחָמָ֑ה וְנִגַּ֥שׁ הַכֹּהֵ֖ן וְדִבֶּ֥ר אֶל־הָעָֽם׃ 3 וְאָמַ֤ר אֲלֵהֶם֙ שְׁמַ֣ע יִשְׂרָאֵ֔ל אַתֶּ֨ם קְרֵבִ֥ים הַיּ֛וֹם לַמִּלְחָמָ֖ה עַל־אֹיְבֵיכֶ֑ם אַל־יֵרַ֣ךְ לְבַבְכֶ֗ם אַל־תִּֽירְא֧וּ וְאַֽל־תַּחְפְּז֛וּ וְאַל־תּֽ͏ַעַרְצ֖וּ מִפְּנֵיהֶֽם׃ 4 כִּ֚י יְהוָ֣ה אֱלֹֽהֵיכֶ֔ם הַהֹלֵ֖ךְ עִמָּכֶ֑ם לְהִלָּחֵ֥ם לָכֶ֛ם עִם־אֹיְבֵיכֶ֖ם לְהוֹשִׁ֥יעַ אֶתְכֶֽם׃ 5 וְדִבְּר֣וּ הַשֹּֽׁטְרִים֮ אֶל־הָעָ֣ם לֵאמֹר֒ מִֽי־הָאִ֞ישׁ אֲשֶׁ֨ר בָּנָ֤ה בַֽיִת־חָדָשׁ֙ וְלֹ֣א חֲנָכ֔וֹ יֵלֵ֖ךְ וְיָשֹׁ֣ב לְבֵית֑וֹ פֶּן־יָמוּת֙ בַּמִּלְחָמָ֔ה וְאִ֥ישׁ אַחֵ֖ר יַחְנְכֶֽנּוּ׃ 6 וּמִֽי־הָאִ֞ישׁ אֲשֶׁר־נָטַ֥ע כֶּ֙רֶם֙ וְלֹ֣א חִלְּל֔וֹ יֵלֵ֖ךְ וְיָשֹׁ֣ב לְבֵית֑וֹ פֶּן־יָמוּת֙ בַּמִּלְחָמָ֔ה וְאִ֥ישׁ אַחֵ֖ר יְחַלְּלֶֽנּוּ׃ 7 וּמִֽי־הָאִ֞ישׁ אֲשֶׁר־אֵרַ֤שׂ אִשָּׁה֙ וְלֹ֣א לְקָחָ֔הּ יֵלֵ֖ךְ וְיָשֹׁ֣ב לְבֵית֑וֹ פֶּן־יָמוּת֙ בַּמִּלְחָמָ֔ה וְאִ֥ישׁ אַחֵ֖ר יִקָּחֶֽנָּה׃ 8 וְיָסְפ֣וּ הַשֹּׁטְרִים֮ לְדַבֵּ֣ר אֶל־הָעָם֒ וְאָמְר֗וּ מִי־הָאִ֤ישׁ הַיָּרֵא֙ וְרַ֣ךְ הַלֵּבָ֔ב יֵלֵ֖ךְ וְיָשֹׁ֣ב לְבֵית֑וֹ וְלֹ֥א יִמַּ֛ס אֶת־לְבַ֥ב אֶחָ֖יו כִּלְבָבֽוֹ׃ 9 וְהָיָ֛ה כְּכַלֹּ֥ת הַשֹּׁטְרִ֖ים לְדַבֵּ֣ר אֶל־הָעָ֑ם וּפָֽקְד֛וּ שָׂרֵ֥י צְבָא֖וֹת בְּרֹ֥אשׁ הָעָֽם׃   ס 10 כִּֽי־תִקְרַ֣ב אֶל־עִ֔יר לְהִלָּחֵ֖ם עָלֶ֑יהָ וְקָרָ֥אתָ אֵלֶ֖יהָ לְשָׁלֽוֹם׃ 11 וְהָיָה֙ אִם־שָׁל֣וֹם תַּֽעַנְךָ֔ וּפָתְחָ֖ה לָ֑ךְ וְהָיָ֞ה כָּל־הָעָ֣ם הַנִּמְצָא־בָ֗הּ יִהְי֥וּ לְךָ֛ לָמַ֖ס וַעֲבָדֽוּךָ׃ 12 וְאִם־לֹ֤א תַשְׁלִים֙ עִמָּ֔ךְ וְעָשְׂתָ֥ה עִמְּךָ֖ מִלְחָמָ֑ה וְצַרְתָּ֖ עָלֶֽיהָּ׃ 13 וּנְתָנָ֛הּ יְהוָ֥ה אֱלֹהֶ֖יךָ בְּיָדֶ֑ךָ וְהִכִּיתָ֥ אֶת־כָּל־זְכוּרָ֖הּ לְפִי־חָֽרֶב׃ 14 רַ֣ק הַ֠נָּשִׁים וְהַטַּ֨ף וְהַבְּהֵמָ֜ה וְכֹל֩ אֲשֶׁ֨ר יִהְיֶ֥ה בָעִ֛יר כָּל־שְׁלָלָ֖הּ תָּבֹ֣ז לָ֑ךְ וְאָֽכַלְתָּ֙ אֶת־שְׁלַ֣ל אֹיְבֶ֔יךָ אֲשֶׁ֥ר נָתַ֛ן יְהוָ֥ה אֱלֹהֶ֖יךָ לָֽךְ׃ 15 כֵּ֤ן תַּעֲשֶׂה֙ לְכָל־הֶ֣עָרִ֔ים הָרְחֹקֹ֥ת מִמְּךָ֖ מְאֹ֑ד אֲשֶׁ֛ר לֹא־מֵעָרֵ֥י הַגּֽוֹיִם־הָאֵ֖לֶּה הֵֽנָּה׃ 16 רַ֗ק מֵעָרֵ֤י הָֽעַמִּים֙ הָאֵ֔לֶּה אֲשֶׁר֙ יְהוָ֣ה אֱלֹהֶ֔יךָ נֹתֵ֥ן לְךָ֖ נַחֲלָ֑ה לֹ֥א תְחַיֶּ֖ה כָּל־נְשָׁמָֽה׃ 17 כִּֽי־הַחֲרֵ֣ם תַּחֲרִימֵ֗ם הַחִתִּ֤י וְהָאֱמֹרִי֙ הַכְּנַעֲנִ֣י וְהַפְּרִזִּ֔י הַחִוִּ֖י וְהַיְבוּסִ֑י כַּאֲשֶׁ֥ר צִוְּךָ֖ יְהוָ֥ה אֱלֹהֶֽיךָ׃ 18 לְמַ֗עַן אֲשֶׁ֨ר לֹֽא־יְלַמְּד֤וּ אֶתְכֶם֙ לַעֲשׂ֔וֹת כְּכֹל֙ תּֽוֹעֲבֹתָ֔ם אֲשֶׁ֥ר עָשׂ֖וּ לֵֽאלֹהֵיהֶ֑ם וַחֲטָאתֶ֖ם לַיהוָ֥ה אֱלֹהֵיכֶֽם׃   ס 19 כִּֽי־תָצ֣וּר אֶל־עִיר֩ יָמִ֨ים רַבִּ֜ים לְֽהִלָּחֵ֧ם עָלֶ֣יהָ לְתָפְשָׂ֗הּ לֹֽא־תַשְׁחִ֤ית אֶת־עֵצָהּ֙ לִנְדֹּ֤חַ עָלָיו֙ גַּרְזֶ֔ן כִּ֚י מִמֶּ֣נּוּ תֹאכֵ֔ל וְאֹת֖וֹ לֹ֣א תִכְרֹ֑ת כִּ֤י הֽ͏ָאָדָם֙ עֵ֣ץ הַשָּׂדֶ֔ה לָבֹ֥א מִפָּנֶ֖יךָ בַּמָּצֽוֹר׃ 20 רַ֞ק עֵ֣ץ אֲשֶׁר־תֵּדַ֗ע כִּֽי־לֹא־עֵ֤ץ מַאֲכָל֙ ה֔וּא אֹת֥וֹ תַשְׁחִ֖ית וְכָרָ֑תָּ וּבָנִ֣יתָ מָצ֗וֹר עַל־הָעִיר֙ אֲשֶׁר־הִ֨וא עֹשָׂ֧ה עִמְּךָ֛ מִלְחָמָ֖ה עַ֥ד רִדְתָּֽהּ׃   פ