Yiddish
Hebrew
אידיש
1 אַז יהוה דײַן גאָט װעט פֿאַרשנײַדן די פֿעלקער װאָס יהוה דײַן גאָט גיט דיר זײער לאַנד, און װעסט זײ ירשען, און זיך באַזעצן אין זײערע שטעט, און אין זײערע הײַזער, 2 זאָלסטו דיר אָפּשײדן דרײַ שטעט אין מיטן פֿון דײַן לאַנד װאָס יהוה דײַן גאָט גיט דיר, עס צו אַרבן. 3 זאָלסט דיר אָפּמאַרקירן דעם װעג, און אײַנטײלן אין דרײען דאָס געמאַרק פֿון דײַן לאַנד װאָס יהוה דײַן גאָט װעט דיך מאַכן אַרבן, און עס זאָל זײַן אױף צו אַנטלױפֿן אַהין פֿאַר איטלעכן טױטשלעגער. 4 און דאָס איז דער פֿאַל פֿון דעם טױטשלעגער װאָס קען אַהין אַנטלױפֿן און בלײַבן לעבן: דער װאָס װעט דערשלאָגן זײַן חבֿר אָן אַ כּיװן, און ער איז אים ניט געװען אַ שׂוֹנא פֿון נעכטן-אײערנעכטן; 5 װי אַז אײנער װעט קומען מיט זײַן חבֿר אין װאַלד האַקן בײמער, און זײַן האַנט װעט זיך פֿאַרמעסטן מיט דער האַק אָפּצוהאַקן דעם בױם, און דער אײַזן װעט אָפּשפּרינגען פֿון שטיל, און װעט טרעפֿן זײַן חבֿר, און ער װעט שטאַרבן; ער זאָל אַנטלױפֿן אין אײנער פֿון די דאָזיקע שטעט, און בלײַבן לעבן; 6 כּדי דער בלוטמאָנער זאָל ניט נאָכיאָגן דעם טױטשלעגער װען זײַן האַרץ איז הײס, און אים כאַפּן, װײַל דער װעג איז אַ װײַטער, און אים דערשלאָגן צום טױט, װען אים קומט ניט טױטשטראָף, װײַל ער איז אים ניט געװען אַ שׂוֹנא פֿון נעכטן-אײערנעכטן. 7 דרום באַפֿעל איך דיר, אַזױ צו זאָגן: דרײַ שטעט זאָלסטו דיר אָפּשײדן. 8 און אױב יהוה דײַן גאָט װעט דערברײטערן דײַן געמאַרק, אַזױ װי ער האָט געשװאָרן דײַנע עלטערן, און װעט דיר געבן דאָס גאַנצע לאַנד װאָס ער האָט צוגעזאָגט דײַנע עלטערן צו געבן – 9 אַז דו װעסט היטן אַלדאָס דאָזיקע געבאָט װאָס איך געביט דיר הײַנט עס צו טאָן, ליב צו האָבן יהוה דײַן גאָט, און צו גײן אין זײַנע װעגן אַלע טעג – זאָלסטו דיר צולײגן נאָך דרײַ שטעט צו די דאָזיקע דרײַ; 10 כּדי עס זאָל ניט פֿאַרגאָסן װערן אומשולדיק בלוט אין דײַן לאַנד װאָס יהוה דײַן גאָט גיט דיר פֿאַר אַ נחלה, און עס זאָל ניט זײַן אױף דיר קײן בלוט. 11 אָבער אַז אַ מאַן װעט זײַן אַ שׂוֹנא זײַן חבֿר, און ער װעט לױערן אױף אים, און װעט אױפֿשטײן אױף אים, און װעט אים שלאָגן צום טױט, און ער װעט שטאַרבן; און ער װעט אַנטלױפֿן אין אײנער פֿון די דאָזיקע שטעט, 12 זאָלן שיקן די עלטסטע פֿון זײַן שטאָט, און אים נעמען פֿון דאָרטן, און אים איבערגעבן אין האַנט פֿון דעם בלוטמאָנער, און ער זאָל שטאַרבן. 13 דײַן אױג זאָל זיך ניט דערבאַרימען אױף אים, און זאָלסט אױסראַמען אומשולדיק [פֿאַרגאָסן] בלוט פֿון ישׂראל, כּדי דיר זאָל גוט זײַן. 14 זאָלסט ניט פֿאַררוקן דעם גרענעץ פֿון דײַן חבֿר, װאָס די פֿריערדיקע האָבן אָפּגעגרענעצט, אין דײַן נחלה װאָס דו װעסט ירשען, אין דעם לאַנד װאָס יהוה דײַן גאָט גיט דיר, עס צו אַרבן. 15 עס זאָל ניט אױפֿשטײן אײן עדות קעגן אַ מאַן װעגן אַ שום פֿאַרברעך אָדער אַ שום פֿאַרזינדיקונג – אין אַ שום זינד װאָס ער האָט געזינדיקט; דורך דעם מױל פֿון צװײ עדות, אָדער דורך דעם מױל פֿון דרײַ עדות, זאָל אַ זאַך באַשטײן. 16 אַז עס װעט אױפֿשטײן אַן אומגערעכטער עדות אַקעגן אַ מאַן, צו זאָגן אױף אים פֿאַרקערטע עדות, 17 זאָלן די צװײ מענטשן װאָס האָבן דעם שטרײַט, זיך שטעלן פֿאַר גאָט, פֿאַר די כֹּהנים און די ריכטער װאָס װעלן זײַן אין יענע טעג. 18 און אױב די ריכטער װעלן גוט אױספֿאָרשן, ערשט דער עדות איז אַ פֿאַלשער עדות, ליגן האָט ער געזאָגט אױף זײַן ברודער, 19 זאָלט איר טאָן צו אים, אַזױ װי ער האָט געטראַכט צו טאָן צו זײַן ברודער; און זאָלסט אױסראַמען דאָס בײז פֿון צװישן דיר. 20 און די איבעריקע װעלן הערן און װעלן מוֹרא האָבן, און װעלן מער ניט טאָן אַזױ װי די דאָזיקע שלעכטע זאַך צװישן דיר. 21 און דײַן אױג זאָל זיך ניט דערבאַרימען: אַ נפֿש פֿאַר אַ נפֿש, אַן אױג פֿאַר אַן אױג, אַ צאָן פֿאַר אַ צאָן, אַ האַנט פֿאַר אַ האַנט, אַ פֿוס פֿאַר אַ פֿוס.
עברית
1 כִּֽי־יַכְרִ֞ית יְהוָ֤ה אֱלֹהֶ֙יךָ֙ אֶת־הַגּוֹיִ֔ם אֲשֶׁר֙ יְהוָ֣ה אֱלֹהֶ֔יךָ נֹתֵ֥ן לְךָ֖ אֶת־אַרְצָ֑ם וִֽירִשְׁתָּ֕ם וְיָשַׁבְתָּ֥ בְעָרֵיהֶ֖ם וּבְבָתֵּיהֶֽם׃ 2 שָׁל֥וֹשׁ עָרִ֖ים תַּבְדִּ֣יל לָ֑ךְ בְּת֣וֹךְ אַרְצְךָ֔ אֲשֶׁר֙ יְהוָ֣ה אֱלֹהֶ֔יךָ נֹתֵ֥ן לְךָ֖ לְרִשְׁתָּֽהּ׃ 3 תָּכִ֣ין לְךָ֮ הַדֶּרֶךְ֒ וְשִׁלַּשְׁתָּ֙ אֶת־גְּב֣וּל אַרְצְךָ֔ אֲשֶׁ֥ר יַנְחִֽילְךָ֖ יְהוָ֣ה אֱלֹהֶ֑יךָ וְהָיָ֕ה לָנ֥וּס שָׁ֖מָּה כָּל־רֹצֵֽחַ׃ 4 וְזֶה֙ דְּבַ֣ר הָרֹצֵ֔חַ אֲשֶׁר־יָנ֥וּס שָׁ֖מָּה וָחָ֑י אֲשֶׁ֨ר יַכֶּ֤ה אֶת־רֵעֵ֙הוּ֙ בִּבְלִי־דַ֔עַת וְה֛וּא לֹא־שֹׂנֵ֥א ל֖וֹ מִתְּמֹ֥ל שִׁלְשֹֽׁם׃ 5 וַאֲשֶׁר֩ יָבֹ֨א אֶת־רֵעֵ֥הוּ בַיַּעַר֮ לַחְטֹ֣ב עֵצִים֒ וְנִדְּחָ֨ה יָד֤וֹ בַגַּרְזֶן֙ לִכְרֹ֣ת הָעֵ֔ץ וְנָשַׁ֤ל הַבַּרְזֶל֙ מִן־הָעֵ֔ץ וּמָצָ֥א אֶת־רֵעֵ֖הוּ וָמֵ֑ת ה֗וּא יָנ֛וּס אֶל־אַחַ֥ת הֶעָרִים־הָאֵ֖לֶּה וָחָֽי׃ 6 פֶּן־יִרְדֹּף֩ גֹּאֵ֨ל הַדָּ֜ם אַחֲרֵ֣י הָרֹצֵ֗חַ כִּי־יֵחַם֮ לְבָבוֹ֒ וְהִשִּׂיג֛וֹ כִּֽי־יִרְבֶּ֥ה הַדֶּ֖רֶךְ וְהִכָּ֣הוּ נָ֑פֶשׁ וְלוֹ֙ אֵ֣ין מִשְׁפַּט־מָ֔וֶת כִּ֠י לֹ֣א שֹׂנֵ֥א ה֛וּא ל֖וֹ מִתְּמ֥וֹל שִׁלְשֽׁוֹם׃ 7 עַל־כֵּ֛ן אָנֹכִ֥י מְצַוְּךָ֖ לֵאמֹ֑ר שָׁלֹ֥שׁ עָרִ֖ים תַּבְדִּ֥יל לָֽךְ׃   ס 8 וְאִם־יַרְחִ֞יב יְהוָ֤ה אֱלֹהֶ֙יךָ֙ אֶת־גְּבֻ֣לְךָ֔ כַּאֲשֶׁ֥ר נִשְׁבַּ֖ע לַאֲבֹתֶ֑יךָ וְנָ֤תַן לְךָ֙ אֶת־כָּל־הָאָ֔רֶץ אֲשֶׁ֥ר דִּבֶּ֖ר לָתֵ֥ת לַאֲבֹתֶֽיךָ׃ 9 כִּֽי־תִשְׁמֹר֩ אֶת־כָּל־הַמִּצְוָ֨ה הַזֹּ֜את לַעֲשֹׂתָ֗הּ אֲשֶׁ֨ר אָנֹכִ֣י מְצַוְּךָ֮ הַיּוֹם֒ לְאַהֲבָ֞ה אֶת־יְהוָ֧ה אֱלֹהֶ֛יךָ וְלָלֶ֥כֶת בִּדְרָכָ֖יו כָּל־הַיָּמִ֑ים וְיָסַפְתָּ֨ לְךָ֥ עוֹד֙ שָׁלֹ֣שׁ עָרִ֔ים עַ֖ל הַשָּׁלֹ֥שׁ הָאֵֽלֶּה׃ 10 וְלֹ֤א יִשָּׁפֵךְ֙ דָּ֣ם נָקִ֔י בְּקֶ֣רֶב אַרְצְךָ֔ אֲשֶׁר֙ יְהוָ֣ה אֱלֹהֶ֔יךָ נֹתֵ֥ן לְךָ֖ נַחֲלָ֑ה וְהָיָ֥ה עָלֶ֖יךָ דָּמִֽים׃   ס 11 וְכִֽי־יִהְיֶ֥ה אִישׁ֙ שֹׂנֵ֣א לְרֵעֵ֔הוּ וְאָ֤רַב לוֹ֙ וְקָ֣ם עָלָ֔יו וְהִכָּ֥הוּ נֶ֖פֶשׁ וָמֵ֑ת וְנָ֕ס אֶל־אַחַ֖ת הֶעָרִ֥ים הָאֵֽל׃ 12 וְשָֽׁלְחוּ֙ זִקְנֵ֣י עִיר֔וֹ וְלָקְח֥וּ אֹת֖וֹ מִשָּׁ֑ם וְנָתְנ֣וּ אֹת֗וֹ בְּיַ֛ד גֹּאֵ֥ל הַדָּ֖ם וָמֵֽת׃ 13 לֹא־תָח֥וֹס עֵֽינְךָ֖ עָלָ֑יו וּבִֽעַרְתָּ֧ דַֽם־הַנָּקִ֛י מִיִּשְׂרָאֵ֖ל וְט֥וֹב לָֽךְ׃   ס 14 לֹ֤א תַסִּיג֙ גְּב֣וּל רֽ͏ֵעֲךָ֔ אֲשֶׁ֥ר גָּבְל֖וּ רִאשֹׁנִ֑ים בְּנַחֲלָֽתְךָ֙ אֲשֶׁ֣ר תִּנְחַ֔ל בָּאָ֕רֶץ אֲשֶׁר֙ יְהוָ֣ה אֱלֹהֶ֔יךָ נֹתֵ֥ן לְךָ֖ לְרִשְׁתָּֽהּ׃   ס 15 לֹֽא־יָקוּם֩ עֵ֨ד אֶחָ֜ד בְּאִ֗ישׁ לְכָל־עָוֺן֙ וּלְכָל־חַטָּ֔את בְּכָל־חֵ֖טְא אֲשֶׁ֣ר יֽ͏ֶחֱטָ֑א עַל־פִּ֣י שְׁנֵ֣י עֵדִ֗ים א֛וֹ עַל־פִּ֥י שְׁלֹשָֽׁה־עֵדִ֖ים יָק֥וּם דָּבָֽר׃ 16 כִּֽי־יָק֥וּם עֵד־חָמָ֖ס בְּאִ֑ישׁ לַעֲנ֥וֹת בּ֖וֹ סָרָֽה׃ 17 וְעָמְד֧וּ שְׁנֵֽי־הָאֲנָשִׁ֛ים אֲשֶׁר־לָהֶ֥ם הָרִ֖יב לִפְנֵ֣י יְהוָ֑ה לִפְנֵ֤י הַכֹּֽהֲנִים֙ וְהַשֹּׁ֣פְטִ֔ים אֲשֶׁ֥ר יִהְי֖וּ בַּיָּמִ֥ים הָהֵֽם׃ 18 וְדָרְשׁ֥וּ הַשֹּׁפְטִ֖ים הֵיטֵ֑ב וְהִנֵּ֤ה עֵֽד־שֶׁ֙קֶר֙ הָעֵ֔ד שֶׁ֖קֶר עָנָ֥ה בְאָחִֽיו׃ 19 וַעֲשִׂ֣יתֶם ל֔וֹ כַּאֲשֶׁ֥ר זָמַ֖ם לַעֲשׂ֣וֹת לְאָחִ֑יו וּבִֽעַרְתָּ֥ הָרָ֖ע מִקִּרְבֶּֽךָ׃ 20 וְהַנִּשְׁאָרִ֖ים יִשְׁמְע֣וּ וְיִרָ֑אוּ וְלֹֽא־יֹסִ֨פוּ לַעֲשׂ֜וֹת ע֗וֹד כַּדָּבָ֥ר הָרָ֛ע הַזֶּ֖ה בְּקִרְבֶּֽךָ׃ 21 וְלֹ֥א תָח֖וֹס עֵינֶ֑ךָ נֶ֣פֶשׁ בְּנֶ֗פֶשׁ עַ֤יִן בְּעַ֙יִן֙ שֵׁ֣ן בְּשֵׁ֔ן יָ֥ד בְּיָ֖ד רֶ֥גֶל בְּרָֽגֶל׃   ס