אידיש
1
אַלדאָס װאָרט װאָס איך באַפֿעל אײַך, דאָס זאָלט איר היטן צו טאָן; זאָלסט ניט צולײגן דערצו, און זאָלסט ניט מינערן דערפֿון.
2
אַז צװישן דיר װעט אױפֿשטײן אַ נבֿיא, אָדער אַ חלומער פֿון חלוֹמות, און ער װעט דיר געבן אַ צײכן אָדער אַ װוּנדער –
3
און דער צײכן און דאָס װוּנדער װאָס ער האָט דיר פֿאַרױסגעזאָגט, װעט אָנקומען – אַזױ צו זאָגן: לאָמיר גײן נאָך פֿרעמדע געטער – װאָס דו קענסט ניט – און לאָמיר זײ דינען;
4
זאָלסטו ניט צוהערן צו די װערטער פֿון יענעם נבֿיא, אָדער יענעם חלומער פֿון חלוֹמות, װאָרום דאָס פּרוּװט אײַך יהוה אײַער גאָט, כּדי צו װיסן אױב איר האָט ליב יהוה אײַער גאָט מיט אײַער גאַנצן האַרצן און מיט אײַער גאַנצער זעל.
5
נאָך יהוה אײַער גאָט זאָלט איר גײן, און פֿאַר אים זאָלט איר מוֹרא האָבן, און זײַנע געבאָט זאָלט איר היטן, און צו זײַן קָול זאָלט איר צוהערן, און אים זאָלט איר דינען, און אָן אים זאָלט איר זיך באַהעפֿטן.
6
און יענער נבֿיא אָדער יענער חלומער פֿון חלוֹמות זאָל געטײט װערן, װײַל ער האָט גערעדט אָפּקערונג קעגן יהוה אײַער גאָט, װאָס האָט אײַך אַרױסגעצױגן פֿון לאַנד מִצרַיִם, און װאָס האָט דיך אױסגעלײַזט פֿון דעם הױז פֿון קנעכטשאַפֿט – כּדי דיך אַראָפּצופֿירן פֿון דעם װעג װאָס יהוה דײַן גאָט האָט דיר באַפֿױלן צו גײן אין אים. און זאָלסט אױסראַמען דאָס בײז פֿון צװישן דיר.
7
אַז דײַן ברודער, דער זון פֿון דײַן מוטער, אָדער דײַן זון, אָדער דײַן טאָכטער, אָדער די װײַב פֿון דײַן בוזעם, אָדער דײַן חבֿר, װאָס איז אַזױ װי דײַן אײגן זעל, װעט דיך אָנרעדן אין פֿאַרבאָרגעניש, אַזױ צו זאָגן: לאָמיר גײן און דינען פֿרעמדע געטער – װאָס ניט דו האָסט געקענט, ניט דײַנע עלטערן;
8
פֿון די געטער פֿון די פֿעלקער װאָס אַרום אײַך, פֿון די װאָס זײַנען נאָנט צו דיר, אָדער פֿון די װאָס זײַנען װײַט פֿון דיר, פֿון עק ערד ביז עק ערד –
9
זאָלסטו ניט אײַנװיליקן צו אים, און ניט צוהערן צו אים, און דײַן אױג זאָל אים ניט שױנען, און זאָלסט זיך ניט דערבאַרימען, און אים ניט פֿאַרדעקן.
10
נײַערט הרגען זאָלסטו אים הרגען; דײַן האַנט זאָל זײַן אױף אים די ערשטע אים צו טײטן, און דערנאָך די האַנט פֿון גאַנצן פֿאָלק.
11
און זאָלסט אים פֿאַרװאַרפֿן מיט שטײנער, און ער זאָל שטאַרבן, דערפֿאַר װאָס ער האָט דיך געזוכט אַראָפּצופֿירן פֿון יהוה דײַן גאָט, װאָס האָט דיך אַרױסגעצױגן פֿון לאַנד מִצרַיִם, פֿון דעם הױז פֿון קנעכטשאַפֿט.
12
און גאַנץ ישׂראל װעלן הערן און װעלן מוֹרא האָבן, און װעלן מער ניט טאָן אַזױ װי די דאָזיקע שלעכטע זאַך צװישן דיר.
13
אַז דו װעסט הערן אין אײנער פֿון דײַנע שטעט װאָס יהוה דײַן גאָט גיט דיר, צו װוֹינען דאָרטן, אַזױ צו זאָגן:
14
עס זײַנען אַרױסגעטרעטן נידערטרעכטיקע לײַט פֿון צװישן דיר, און האָבן אַראָפּגעפֿירט די באַװוינער פֿון זײער שטאָט, אַזױ צו זאָגן: לאָמיר גײן און דינען פֿרעמדע געטער – װאָס איר קענט ניט;
15
און װעסט נאָכזוכן און אױספֿאָרשן און גוט נאָכפֿרעגן, ערשט די זאַך איז אמת ריכטיק, די דאָזיקע אומװערדיקײט איז געטאָן געװאָרן צװישן דיר,
16
זאָלסטו שלאָגן דערשלאָגן די באַװוינער פֿון דער דאָזיקער שטאָט מיטן שאַרף פֿון שװערד; פֿאַרװיסט זי – אַלע װאָס אין איר, און אירע בהמות, מיטן שאַרף פֿון שװערד.
17
און איר גאַנצן זאַקרױב זאָלסטו צונױפֿקלײַבן אין מיטן פֿון איר מאַרק, און פֿאַרברענען אין פֿײַער די שטאָט מיט איר גאַנצן זאַקרױב, אין גאַנצן צו יהוה דײַן גאָט, און זי זאָל זײַן אַן אײביקער חורבֿה-הױפֿן; זי זאָל מער ניט אָפּגעבױט װערן.
18
און קײן שום זאַך פֿון דעם חרם זאָל זיך ניט אָנקלעפּן אין דײַן האַנט, כּדי גאָט זאָל זיך אָפּקערן פֿון זײַן גרימצאָרן, און דיר שענקען דערבאַרימונג, און זיך דערבאַרימען אױף דיר, און דיך מערן, אַזױ װי ער האָט געשװאָרן צו דײַנע עלטערן;
19
אַז דו װעסט צוהערן צו דעם קָול פֿון יהוה דײַן גאָט, צו היטן אַלע זײַנע געבאָט װאָס איך געביט דיר הײַנט, צו טאָן װאָס איז רעכטפֿאַרטיק אין די אױגן פֿון יהוה דײַן גאָט.