אידיש
1
און עס איז געװען, אין דעם טאָג װאָס משה האָט געענדיקט אױפֿשטעלן דעם מִשכּן, און האָט אים געזאַלבט, און אים געהײליקט מיט אַלע זײַנע כּלים, און דעם מזבח מיט אַלע זײַנע כּלים – אַז ער האָט זײ געזאַלבט און זײ געהײליקט,
2
האָבן גענענט די פֿירשטן פֿון ישׂראל, די הױפּט פֿון זײערע פֿאָטערהײַזער – זײ, די פֿירשטן פֿון די שבֿטים, זײ װאָס זײַנען געשטאַנען בײַ דער צײלונג;
3
און זײ האָבן געבראַכט זײער קרבן פֿאַר גאָט, זעקס צוגעדעקטע װעגן, און צװעלף רינדער: אַ װאָגן פֿאַר צװײ פֿירשטן, און אַן אָקס פֿאַר איטלעכן; און זײ האָבן זײ גענענט צום מִשכּן.
4
האָט גאָט געזאָגט צו משהן, אַזױ צו זאָגן:
5
נעם צו פֿון זײ, און עס זאָל זײַן אױף צו דינען דעם דינסט פֿון אוֹהל-מוֹעד; און זאָלסט עס געבן צו די לוִיִים, איטלעכן לױט זײַן דינסט.
6
האָט משה גענומען די װעגן און די רינדער, און האָט זײ געגעבן צו די לוִיִים.
7
צװײ װעגן און פֿיר רינדער האָט ער געגעבן צו די קינדער פֿון גֵרשוֹן, לױט זײער דינסט.
8
און פֿיר װעגן און אַכט רינדער האָט ער געגעבן צו די קינדער פֿון מרָרי, לױט זײער דינסט אונטער דער האַנט פֿון איתָמָר דעם זון פֿון אַהרן דעם כֹּהן.
9
אָבער צו די קינדער פֿון קהָת האָט ער גאָרנישט געגעבן, װאָרום דער דינסט פֿון די הײליקע זאַכן איז געװען אױף זײ; אױפֿן אַקסל האָבן זײ געדאַרפֿט טראָגן.
10
און די פֿירשטן האָבן געבראַכט די באַנײַונג פֿון מזבח אין דעם טאָג װאָס ער איז געזאַלבט געװאָרן – די פֿירשטן האָבן געבראַכט זײער קרבן פֿאַר דעם מזבח.
11
און גאָט האָט געזאָגט צו משהן: צו אײן פֿירשט אַ טאָג, צו אײן פֿירשט אַ טאָג, זאָלן זײ ברענגען זײער קרבן פֿאַר דער באַנײַאונג פֿון מזבח.
12
און דער װאָס האָט געבראַכט זײַן קרבן דעם ערשטן טאָג איז געװען נַחשוֹן דער זון פֿון עַמינָדָבֿן, פֿון שבֿט יהודה.
13
און זײַן קרבן איז געװען: אײן זילבערנע שיסל װאָס איר װאָג איז געװען הונדערט און דרײַסיק שֶקל, אײן זילבערנער שפּרענגבעקן פֿון זיבעציק שֶקל, אױפֿן הײליקן שֶקל; בײדע פֿול מיט זעמלמעל פֿאַרמישט מיט אײל, פֿאַר אַ שפּײַזאָפּפֿער;
14
אײן גילדערנע שאָל פֿון צען שֶקל, פֿול מיט װײַרױך;
15
אײן יונגער אָקס, אײן װידער, אײן שעפּס אַ יאָריקער, פֿאַר אַ בראַנדאָפּפֿער;
16
אײן ציגנבאָק פֿאַר אַ זינדאָפּפֿער;
17
און פֿאַר אַ פֿרידאָפּפֿער, צװײ רינדער, פֿינף װידערס, פֿינף בעק, פֿינף שעפּסן יאָריקע. דאָס איז דער קרבן פֿון נַחשוֹן דעם זון פֿון עַמינָדָבֿן.
18
אױפֿן צװײטן טאָג האָט געבראַכט נתַנאֵל דער זון פֿון צוֹעַרן, דער פֿירשט פֿון יִשׂשָׂכָר.
19
ער האָט געבראַכט פֿאַר זײַן קרבן אײן זילבערנע שיסל װאָס איר װאָג איז געװען הונדערט און דרײַסיק שֶקל, אײן זילבערנעם שפּרענגבעקן פֿון זיבעציק שֶקל, אױפֿן הײליקן שֶקל; בײדע פֿול מיט זעמלמעל פֿאַרמישט מיט אײל, פֿאַר אַ שפּײַזאָפּפֿער;
20
אײן גילדערנע שאָל פֿון צען שֶקל, פֿול מיט װײַרױך;
21
אײן יונגן אָקס, אײן װידער, אײן שעפּס אַ יאָריקן, פֿאַר אַ בראַנדאָפּפֿער;
22
אײן ציגנבאָק פֿאַר אַ זינדאָפּפֿער;
23
און פֿאַר אַ פֿרידאָפּפֿער, צװײ רינדער, פֿינף װידערס, פֿינף בעק, פֿינף שעפּסן יאָריקע. דאָס איז דער קרבן פֿון נתַנאֵל דעם זון פֿון צוֹעַרן.
24
אױפֿן דריטן טאָג, דער פֿירשט פֿון די קינדער פֿון זבֿולון, אֶליאָבֿ דער זון פֿון חלוֹנען.
25
זײַן קרבן איז געװען: אײן זילבערנע שיסל װאָס איר װאָג איז געװען הונדערט און דרײַסיק שֶקל, אײן זילבערנער שפּרענגבעקן פֿון זיבעציק שֶקל, אױפֿן הײליקן שֶקל; בײדע פֿול מיט זעמלמעל פֿאַרמֵשט מיט אײל, פֿאַר אַ שפּײַזאָפּפֿער;
26
אײן גילדערנע שאָל פֿון צען שֶקל, פֿול מיט װײַרױך;
27
אײן יונגער אָקס, אײן װידער, אײן שעפּס אַ יאָריקער, פֿאַר אַ בראַנדאָפּפֿער;
28
אײן ציגנבאָק פֿאַר אַ זינדאָפּפֿער;
29
און פֿאַר אַ פֿרידאָפּפֿער, צװײ רינדער, פֿינף װידערס, פֿינף בעק, פֿינף שעפּסן יאָריקע. דאָס איז דער קרבן פֿון אֶליאָבֿ דעם זון פֿון חלונען.
30
אױפֿן פֿירטן טאָג, דער פֿירשט פֿון די קינדער פֿון ראובֿן, אֶליצור דער זון פֿון שדֵיאורן.
31
זײַן קרבן איז געװען: אײן זילבערנע שיסל װאָס איר װאָג איז געװען הונדערט און דרײַסיק שֶקל, אײן זילבערנער שפּרענגבעקן פֿון זיבעציק שֶקל, אױפֿן הײליקן שֶקל; בײדע פֿול מיט זעמלמעל פֿאַרמישט מיט אײל, פֿאַר אַ שפּײַזאָפּפֿער;
32
אײן גילדערנע שאָל פֿון צען שֶקל, פֿול מיט װײַרױך;
33
אײן יונגער אָקס, אײן װידער, אײן שעפּס אַ יאָריקער, פֿאַר אַ בראַנדאָפּפֿער;
34
אײן ציגנבאָק פֿאַר אַ זינדאָפּפֿער;
35
און פֿאַר אַ פֿרידאָפּפֿער, צװײ רינדער, פֿינף װידערס, פֿינף בעק, פֿינף שעפּסן יאָריקע. דאָס איז דער קרבן פֿון אֶליצור דעם זון פֿון שדֵיאורן.
36
אױפֿן פֿינפֿטן טאָג, דער פֿירשט פֿון די קינדער פֿון שמעון, שלומיאֵל דער זון פֿון צורישַדָין.
37
זײַן קרבן איז געװען: אײן זילבערנע שיסל װאָס איר װאָג איז געװען הונדערט און דרײַסיק שֶקל, אײן זילבערנער שפּרענגבעקן פֿון זיבעציק שֶקל, אױפֿן הײליקן שֶקל; בײדע פֿול מיט זעמלמעל פֿאַרמישט מיט אײל, פֿאַר אַ שפּײַזאָפּפֿער:
38
אײן גילדערנע שאָל פֿון צען שֶקל, פֿול מיט װײַרױך;
39
אײן יונגער אָקס, אײן װידער, אײן שעפּס אַ יאָריקערער פֿאַר אַ בראַנדאָפּפֿער;
40
אײן ציגנבאָק פֿאַר אַ זינדאָפּפֿער;
41
און פֿאַר אַ פֿרידאָפּפֿער, צװײ רינדער, פֿינף װידערס, פֿינף בעק, פֿינף שעפּסן יאָריקע. דאָס איז דער קרבן פֿון שלומיאֵל דעם זון פֿון צורישַדָין.
42
אױפֿן זעקסטן טאָג, דער פֿירשט פֿון די קינדער פֿון גָד, אֶליָסָף דער זון פֿון דְעואֵלן.
43
זײַן קרבן איז געװען: אײן זילבערנע שיסל װאָס איר װאָג איז געװען הונדערט און דרײַסיק שֶקל, אײן זילבערנער שפּרענגבעקן פֿון זיבעציק שֶקל, אױפֿן הײליקן שֶקל; בײדע פֿול מיט זעמלמעל פֿאַרמישט מיט אײל, פֿאַר אַ שפּײַזאָפּפֿער;
44
אײן גילדערנע שאָל פֿון צען שֶקל, פֿול מיט װײַרױך;
45
אײן יונגער אָקס, אײן װידער, אײן שעפּס אַ יאָריקער, פֿאַר אַ בראַנדאָפּפֿער;
46
אײן ציגנבאָק פֿאַר אַ זינדאָפּפֿער;
47
און פֿאַר אַ פֿרידאָפּפֿער, צװײ רינדער, פֿינף װידערס, פֿינף בעק, פֿינף שעפּסן יאָריקע. דאָס איז דער קרבן פֿון אֶליָסָף דעם זון פֿון דְעואֵלן.
48
אױפֿן זיבעטן טאָג, דער פֿירשט פֿון די קינדער פֿון אפֿרים, אֶלישָמָע דער זון פֿון עַמיהודן.
49
זײַן קרבן איז געװען: אײן זילבערנע שיסל װאָס איר װאָג איז געװען הונדערט און דרײַסיק שֶקל, אײן זילבערנער שפּרענגבעקן פֿון זיבעציק שֶקל, אױפֿן הײליקן שֶקל; בײדע פֿול מיט זעמלמעל פֿאַרמישט מיט אײל, פֿאַר אַ שפּײַזאָפּפֿער;
50
אײן גילדערנע שאָל פֿון צען שֶקל, פֿול מיט װײַרױך;
51
אײן יונגער אָקס, אײן װידער, אײן שעפּס אַ יאָריקער, פֿאַר אַ בראַנדאָפּפֿער;
52
אײן ציגנבאָק פֿאַר אַ זינדאָפּפֿער;
53
און פֿאַר אַ פֿרידאָפּפֿער, צװײ רינדער, פֿינף װידערס, פֿינף בעק, פֿינף שעפּסן יאָריקע. דאָס איז דער קרבן פֿון אֶלישָמָע דעם זון פֿון עַמיהודן.
54
אױפֿן אַכטן טאָג, דער פֿירשט פֿון די קינדער פֿון מנשה, גַמליאֵל דער זון פֿון פּדָהצורן.
55
זײַן קרבן איז געװען: אײן זילבערנע שיסל װאָס איר װאָג איז געװען הונדערט און דרײַסיק שֶקל, אײן זילבערנער שפּרענגבעקן פֿון זיבעציק שֶקל, אױפֿן הײליקן שֶקל; בײדע פֿול מיט זעמלמעל פֿאַרמישט מיט אײל, פֿאַר אַ שפּײַזאָפּפֿער;
56
אײן גילדערנע שאָל פֿון צען שֶקל, פֿול מיט װײַרױך;
57
אײן יונגער אָקס, אײן װידער, אײן שעפּס אַ יאָריקער, פֿאַר אַ בראַנדאָפּפֿער;
58
אײן ציגנבאָק פֿאַר אַ זינדאָפּפֿער;
59
און פֿאַר אַ פֿרידאָפּפֿער, צװײ רינדער, פֿינף װידערס, פֿינף בעק, פֿינף שעפּסן יאָריקע. דאָס איז דער קרבן פֿון גַמליאֵל דעם זון פֿון פּדָהצורן.
60
אױפֿן נײַנטן טאָג, דער פֿירשט פֿון די קינדער פֿון בנימין, אַבֿידָן דער זון פֿון גִדעוֹנין.
61
זײַן קרבן איז געװען: אײן זילבערנע שיסל װאָס איר װאָג איז געװען הונדערט און דרײַסיק שֶקל, אײן זילבערנער שפּרענגבעקן פֿון זיבעציק שֶקל, אױפֿן הײליקן שֶקל; בײדע פֿול מיט זעמלמעל פֿאַרמישט מיט אײל, פֿאַר אַ שפּײַזאָפּפֿער;
62
אײן גילדערנע שאָל פֿון צען שֶקל, פֿול מיט װײַרױך;
63
אײן יונגער אָקס, אײן װידער, אײן שעפּס אַ יאָריקער, פֿאַר אַ בראַנדאָפּפֿער;
64
אײן ציגנבאָק פֿאַר אַ זינדאָפּפֿער;
65
און פֿאַר אַ פֿרידאָפּפֿער, צװײ רינדער, פֿינף װידערס, פֿינף בעק, פֿינף שעפּסן יאָריקע. דאָס איז דער קרבן פֿון אַבֿידָן דעם זון פֿון גִדעוֹנין.
66
אױפֿן צענטן טאָג, דער פֿירשט פֿון די קינדער פֿון דָן, אַחיעזר דער זון פֿון עַמישַדָין.
67
זײַן קרבן איז געװען: אײן זילבערנע שיסל װאָס איר װאָג איז געװען הונדערט און דרײַסיק שֶקל, אײן זילבערנער שפּרענגבעקן פֿון זיבעציק שֶקל, אױפֿן הײליקן שֶקל; בײדע פֿול מיט זעמלמעל פֿאַרמישט מיט אײל, פֿאַר אַ שפּײַזאָפּפֿער;
68
אײן גילדערנע שאָל פֿון צען שֶקל, פֿול מיט װײַרױך;
69
אײן יונגער אָקס, אײן װידער, אײן שעפּס אַ יאָריקער, פֿאַר אַ בראַנדאָפּפֿער;
70
אײן ציגנבאָק פֿאַר אַ זינדאָפּפֿער;
71
און פֿאַר אַ פֿרידאָפּפֿער, צװײ רינדער, פֿינף װידערס, פֿינף בעק, פֿינף שעפּסן יאָריקע. דאָס איז דער קרבן פֿון אַחיעזר דעם זון פֿון עַמישַדָין.
72
אױפֿן עלפֿטן טאָג, דער פֿירשט פֿון די קינדער פֿון אָשר, פּגעִיאֵל דער זון פֿון עָכרָנען.
73
זײַן קרבן איז געװען: אײן זילבערנע שיסל װאָס איר װאָג איז געװען הונדערט און דרײַסיק שֶקל, אײן זילבערנער שפּרענגבעקן פֿון זיבעציק שֶקל, אױפֿן הײליקן שֶקל; בײדע פֿול מיט זעמלמעל פֿאַרמישט מיט אײל, פֿאַר אַ שפּײַזאָפּפֿער;
74
אײן גילדערנע שאָל פֿון צען שֶקל, פֿול מיט װײַרױך;
75
אײן יונגער אָקס, אײן װידער, אײן שעפּס אַ יאָריקער, פֿאַר אַ בראַנדאָפּפֿער;
76
אײן ציגנבאָק פֿאַר אַ זינדאָפּפֿער;
77
און פֿאַר אַ פֿרידאָפּפֿער, צװײ רינדער, פֿינף װידערס, פֿינף בעק, פֿינף שעפּסן יאָריקע. דאָס איז דער קרבן פֿון פּגעִיאֵל דעם זון פֿון עָכרָנען.
78
אױפֿן צװעלפֿטן טאָג, דער פֿירשט פֿון די קינדער פֿון נפֿתָּלי, אַחירַע דער זון פֿון עֵינָנען.
79
זײַן קרבן איז געװען: אײן זילבערנע שיסל װאָס איר װאָג איז געװען הונדערט און דרײַסיק שֶקל, אײן זילבערנער שפּרענגבעקן פֿון זיבעציק שֶקל, אױפֿן הײליקן שֶקל; בײדע פֿול מיט זעמלמעל פֿאַרמישט מיט אײל, פֿאַר אַ שפּײַזאָפּפֿער;
80
אײן גילדערנע שאָל פֿון צען שֶקל, פֿול מיט װײַרױך;
81
אײן יונגער אָקס, אײן װידער, אײן שעפּס אַ יאָריקער, פֿאַר אַ בראַנדאָפּפֿער;
82
אײן ציגנבאָק פֿאַר אַ זינדאָפּפֿער;
83
און פֿאַר אַ פֿרידאָפּפֿער, צװײ רינדער, פֿינף װידערס, פֿינף בעק, פֿינף שעפּסן יאָריקע. דאָס איז דער קרבן פֿון אַחירַע דעם זון פֿון עֵינָנען.
84
דאָס איז געװען די באַנײַאונג פֿון דעם מזבח, אין דעם טאָג װאָס ער איז געזאַלבט געװאָרן, פֿון די פֿירשטן פֿון ישׂראל: צװעלף זילבערנע שיסלען, צװעלף זילבערנע שפּרענגבעקנס, צװעלף גילדערנע שאָלן;
85
איטלעכע שיסל הונדערט און דרײַסיק שֶקל זילבער, און איטלעכער שפּרענגבעקן זיבעציק; דאָס גאַנצע זילבער פֿון די כּלים, צװײ טױזנט און פֿיר הונדערט, אױפֿן הײליקן שֶקל.
86
צװעלף גילדערנע שאָלן פֿול מיט װײַרױך, צו צען, צו צען שֶקל אַ שאָל, אױפֿן הײליקן שֶקל; דאָס גאַנצע גאָלד פֿון די שאָלן, הונדערט און צװאַנציק.
87
אַלע רינדער פֿאַר בראַנדאָפּפֿער: צװעלף אָקסן; װידערס צװעלף; שעפּסן יאָריקע צװעלף, מיט זײער שפּײַזאָפּפֿער, און ציגנבעק צװעלף, פֿאַר זינדאָפּפֿער.
88
און אַלע רינדער פֿאַר פֿרידאָפּפֿער: פֿיר און צװאַנציק אָקסן; װידערס זעכציק, בעק זעכציק, שעפּסן יאָריקע זעכציק. דאָס איז געװען די באַנײַאונג פֿון דעם מזבח נאָך דעם װי ער איז געזאַלבט געװאָרן.
89
און אַז משה איז געקומען אין אוֹהל-מוֹעד כּדי גאָט זאָל רעדן מיט אים, האָט ער געהערט דעם קָול רעדן צו אים פֿון איבער דעם דעק װאָס אױפֿן אָרון פֿון געזעץ, פֿון צװישן די צװײ כּרובֿים; אַזױ האָט ער גערעדט צו אים.