אידיש
1
און גאָט האָט גערעדט צו משהן, אַזױ צו זאָגן:
2
רעד צו די קינדער פֿון ישׂראל, און זאָלסט זאָגן צו זײ: אַז אַ מאַן אָדער אַ פֿרױ װעט קלאָר אַ נדר טאָן דעם נדר פֿון אַ נזיר, זיך אָפּצושײדן צו גאָט,
3
זאָל ער פֿון װײַן און שטאַרקן געטראַנק זיך אָפּהאַלטן; עסיק פֿון װײַן און עסיק פֿון שטאַרקן געטראַנק זאָל ער ניט טרינקען, און קײן זאַפֿט פֿון טרױבן זאָל ער ניט טרינקען; און טרױבן פֿרישע אָדער געטריקנטע זאָל ער ניט עסן.
4
אַלע טעג פֿון זײַן נזירשאַפֿט זאָל ער פֿון אַלץ װאָס װערט געמאַכט פֿון װײַנשטאָק, פֿון קערנדלעך ביז אַ שאָלעכץ ניט עסן.
5
אַלע טעג פֿון זײַן נדר פֿון נזירשאַפֿט זאָל אַ גאָלמעסער ניט אַריבערגײן איבער זײַן קאָפּ; ביז עס װערן פֿול די טעג װאָס ער װעט זיך אָפּשײדן צו גאָט, זאָל ער זײַן הײליק: לאָזן װאַקסן װילד די האָר פֿון זײַן קאָפּ.
6
אַלע טעג װאָס ער שײדט זיך אָפּ צו גאָט, זאָל ער צו דעם לײַב פֿון אַ טױטן ניט צוגײן.
7
אָן זײַן פֿאָטער און אָן זײַן מוטער, אָן זײַן ברודער און אָן זײַן שװעסטער, אַפֿילו אָן זײ זאָל ער זיך ניט פֿאַראומרײניקן, אַז זײ שטאַרבן, װאָרום די נזירשאַפֿט פֿון זײַן גאָט איז אױף זײַן קאָפּ.
8
אַלע טעג פֿון זײַן נזירשאַפֿט איז ער הײליק צו גאָט.
9
און אַז עמיצער װעט שטאַרבן לעבן אים פּלוצלינג אומגעריכט, און װעט פֿאַראומרײניקן זײַן נזיר-קאָפּ, זאָל ער אָפּגאָלן זײַן קאָפּ אין דעם טאָג װאָס ער װערט רײן: אױפֿן זיבעטן טאָג זאָל ער אים אָפּגאָלן.
10
און אױפֿן אַכטן טאָג זאָל ער ברענגען צװײ טורטלטױבן, אָדער צװײ יונגע טױבן, צום כֹּהן, צום אײַנגאַנג פֿון אוֹהל-מוֹעד.
11
און דער כֹּהן זאָל מאַכן אײנע פֿאַר אַ זינדאָפּפֿער, און אײנע פֿאַר אַ בראַנדאָפּפֿער, און מכפּר זײַן אױף אים פֿאַר װאָס ער האָט געזינדיקט אָן דעם טױטן; און ער זאָל הײליקן זײַן קאָפּ אין יענעם טאָג.
12
און ער זאָל זיך אָפּשײדן צו גאָט די טעג פֿון זײַן נזיר-שאַפֿט, און ברענגען אַ יאָריקן שעפּס פֿאַר אַ שולדאָפּפֿער, און די פֿריערדיקע טעג זאָלן אָפּפֿאַלן, װאָרום זײַן נזירשאַפֿט איז פֿאַראומרײניקט געװאָרן.
13
און דאָס איז דער דין פֿון אַ נזיר: אין דעם טאָג װאָס די טעג פֿון זײַן נזירשאַפֿט װערן פֿול, זאָל מען אים ברענגען צום אײַנגאַנג פֿון אוֹהל-מוֹעד;
14
און ער זאָל גענענען זײַן קרבן צו גאָט, אײן שעפּס אַ יאָריקן אָן אַ פֿעלער פֿאַר א בראַנדאָפּפֿער, און אײן שאָף אַ יאָריקע אָן אַ פֿעלער פֿאַר אַ זינדאָפּפֿער, און אײן װידער אָן אַ פֿעלער פֿאַר אַ פֿרידאָפּפֿער,
15
און אַ קאָרב אומגעזײַערטן ברױט, חלות פֿון זעמלמעל פֿאַרמישט מיט אײל, און אומגעזײַערטע קוכנס באַשמירט מיט אײל, און זײער שפּײַזאָפּפֿער און זײערע גיסאָפּפֿער.
16
און דער כֹּהן זאָל עס גענענען פֿאַר גאָט, און מאַכן זײַן זינדאָפּפֿער און זײַן בראַנדאָפּפֿער.
17
און דעם װידער זאָל ער מאַכן אַ פֿרידאָפּפֿער צו גאָט, מיט דעם קאָרב אומגעזײַערטן ברױט; און דער כֹּהן זאָל מאַכן זײַן שפּײַזאָפּפֿער און זײַן גיסאָפּפֿער.
18
און דער נזיר זאָל אָפּגאָלן בײַם אײַנגאַנג פֿון אוֹהל-מוֹעד זײַן נזיר-קאָפּ, און נעמען די האָר פֿון זײַן נזיר-קאָפּ, און אַרױפֿטאָן אױף דעם פֿײַער װאָס אונטערן פֿרידאָפּפֿער.
19
און דער כֹּהן זאָל נעמען די שולטער, אַ געקאָכטע, פֿון דעם װידער, און אײן אומגעזײַערטע חלה פֿון דעם קאָרב, און אײן אומגעזײַערטן קוכן, און אַרױפֿטאָן אױף דעם נזירס הענט, נאָך דעם װי ער האָט זיך אָפּגעגאָלט זײַנע נזיר-האָר.
20
און דער כֹּהן זאָל זײ אױפֿהײבן אַן אױפֿהײבונג פֿאַר גאָט; דאָס איז הײליק צום כֹּהן, מיט דער ברוסט פֿון אױפֿהײבונג, און מיט דעם שענקל פֿון אָפּשײדונג. און דערנאָך מעג דער נזיר טרינקען װײַן.
21
דאָס איז דער דין פֿון דעם נזיר װאָס טוט אַ נדר, װעגן זײַן קרבן צו גאָט פֿאַר זײַן נזירשאַפֿט, אַחוץ װאָס זײַן האַנט פֿאַרמאָגט נאָך צוצוגעבן; אַזױ װי זײַן נדר װאָס ער װעט אַ נדר טאָן, אַזױ מוז ער טאָן, לױט דעם דין פֿון זײַן נזירשאַפֿט.
22
און גאָט האָט גערעדט צו משהן, אַזױ צו זאָגן:
23
רעד צו אַהרֹנען און צו זײַנע זין, אַזױ צו זאָגן: אַזױ זאָלט איר בענטשן די קינדער פֿון ישׂראל; זאָגט צו זײ:
24
גאָט זאָל דיך בענטשן, און דיך היטן!
25
גאָט זאָל דערלײַכטן זײַן פּנים צו דיר, און דיך לײַטזעליקן!
26
גאָט זאָל אױפֿהײבן זײַן פּנים צו דיר, און דיר באַשערן שלום!
27
און זײ זאָלן אַרױפֿטאָן מײַן נאָמען אױף די קינדער פֿון ישׂראל, און איך װעל זײ בענטשן.