אידיש
1
און גאָט האָט גערעדט צו משהן און צו אַהרֹנען, אַזױ צו זאָגן:
2
נעם אױף די צאָל פֿון די קינדער פֿון קהָת פֿון צװישן די קינדער פֿון לֵוִי, לױט זײערע משפּחות, לױט זײערע פֿאָטערהײַזער,
3
פֿון דרײַסיק יאָר אַלט און העכער, און ביז פֿופֿציק יאָר אַלט, איטלעכן װאָס גײט אַרײַן אין דינסט, צו טאָן אַרבעט אין אוֹהל-מוֹעד.
4
דאָס איז דער דינסט פֿון די קינדער פֿון קהָת אין אוֹהל-מוֹעד אַרום די הײליקסטע הײליקײטן:
5
אַהרן און זײַנע זין זאָלן קומען בײַם ציִען פֿון לאַגער, און זײ זאָלן אַראָפּנעמען דעם פּרוֹכֶת פֿון צװישנשײד, און צודעקן דערמיט דעם אָרון פֿון געזעץ.
6
און זײ זאָלן אַרױפֿטאָן דערױף אַ צודעק פֿון תַּחש-פֿעל, און אַריבערשפּרײטן פֿון אױבֿן אַ טוך פֿון לױטער בלאָער װאָל, און אַרײַנטאָן זײַנע שטאַנגען.
7
און אױף דעם טיש פֿון אָנגעזיכט זאָלן זײ פֿאַרשפּרײטן אַ טוך פֿון בלאָער װאָל, און אַרױפֿטאָן דערױף די שיסלען, און די שאָלן, און די קאַנען, און די בעכערס פֿאַר גיסונג; און דאָס שטענדיקע ברױט זאָל בלײַבן דערױף.
8
און זײ זאָלן פֿאַרשפּרײטן אױף זײ אַ טוך פֿון װערמילרױט, און דאָס אַריבערדעקן מיט אַ צודעק פֿון תַּחש-פֿעל, און אַרײַנטאָן זײַנע שטאַנגען.
9
און זײ זאָלן נעמען אַ טוך פֿון בלאָער װאָל, און אַריבערדעקן די מנוֹרה פֿאַר לײַכטונג, און אירע רערלעך, און אירע צװענגלעך, און אירע אַשפֿענדלעך, און אַלע אירע אײלגעפֿעסן װאָס מע באַדינט זי מיט זײ.
10
און זײ זאָלן אַרײַנטאָן זי און אַלע אירע כּלים אין אַ צודעק פֿון תַּחש-פֿעל, און אַרױפֿטאָן אױף אַ שטאַנג.
11
און אױף דעם גילדערנעם מזבח זאָלן זײ פֿאַרשפּרײטן אַ טוך פֿון בלאָער װאָל, און אים אַריבערדעקן מיט אַ צודעק פֿון תַּחש-פֿעל, און אַרײַנטאָן זײַנע שטאַנגען.
12
און זײ זאָלן נעמען אַלע כּלים פֿון דינסט װאָס מע דינט מיט זײ אין הײליקטום, און זײ אַרײַנטאָן אין אַ טוך פֿון בלאָער װאָל, און זײ אַריבערדעקן מיט אַ צודעק פֿון תַּחש-פֿעל, און אַרױפֿטאָן אױף אַ שטאַנג.
13
און זײ זאָלן אָפּרײניקן די אַש פֿון מזבח, און פֿאַרשפּרײַטן אױף אים אַ טוך פֿון פּורפּל.
14
און זײ זאָלן אַרױפֿטאָן אױף אים אַלע זײַנע כּלים װאָס מע דינט מיט זײ אױף אים, די פֿײַערפֿאַנען, די גאָפּלען, און די שופֿלען, און די שפּרענגבעקנס – אַלע כּלים פֿון מזבח; און זײ זאָלן אַריבערשפּרײטן אױף אים אַ צודעק פֿון תַּחש-פֿעל, און אַרײַנטאָן זײַנע שטאַנגען.
15
און אַז אַהרן און זײַנע זין האָבן געענדיקט צודעקן דאָס הײליקע, און אַלע הײליקע כּלים, בײַם ציִען פֿון לאַגער, זאָלן דערנאָך קומען די קינדער פֿון קהָת, זײ צו טראָגן; אָבער זײ זאָלן זיך ניט אָנרירן אָן דעם הײליקן, װאָרום זײ װעלן שטאַרבן. דאָס איז װאָס די קינדער פֿון קהָת דאַרפֿן טראָגן פֿון אוֹהל-מוֹעד.
16
און די אױפֿזעונג פֿון אֶלעָזָר דעם זון פֿון אַהרן דעם כֹּהן זאָל זײַן איבער דעם אײל פֿאַר לײַכטונג, און דעם װײַרױך פֿון שמעקעדיקע געװירצן, און דעם שטענדיקן שפּײַזאָפּפֿער, און דעם אײל פֿון זאַלבונג; די אױפֿזעונג איבער דעם גאַנצן מִשכּן מיט אַלץ װאָס אין אים, סײַ דאָס הײליקטום, און סײַ זײַנע כּלים.
17
און גאָט האָט גערעדט צו משהן און צו אַהרֹנען, אַזױ צו זאָגן:
18
איר זאָלט ניט לאָזן פֿאַרשניטן װערן דעם שבֿט פֿון די משפּחות פֿון די קהָתים, פֿון צװישן די לוִיִים;
19
נײַערט אַזױ טוט מיט זײ, כּדי זײ זאָלן לעבן און ניט שטאַרבן, װען זײ גענענען צו די הײליקסטע הײליקײטן: אַהרן און זײַנע זין זאָלן אַרײַנגײן, און זײ שטעלן יעטװעדער אײנעם אױף זײַן דינסט, און בײַ זײַן משׂא.
20
און זײ זאָלן ניט אַרײַנגײן זען װי מע צענעמט דאָס הײליקטום, און שטאַרבן.
21
און גאָט האָט גערעדט צו משהן, אַזױ צו זאָגן:
22
נעם אױף די צאָל אױך פֿון די קינדער פֿון גֵרשוֹן לױט זײערע פֿאָטערהײַזער, לױט זײערע משפּחות.
23
פֿון דרײַסיק יאָר אַלט און העכער, ביז פֿופֿציק יאָר אַלט, זאָלסטו זײ צײלן, איטלעכן װאָס קומט דינען אין דינסט, צו טאָן אַרבעט אין אוֹהל-מוֹעד.
24
דאָס איז דער דינסט פֿון די משפּחות פֿון די גֵרשונים בײַם אַרבעטן און בײַם טראָגן:
25
זײ זאָלן טראָגן די פֿאָרהאַנגען פֿון מִשכּן, און דעם אוֹהל-מוֹעד, זײַן צודעק, און דעם צודעק פֿון תַּחש-פֿעל װאָס אױבֿן איבער אים, און דעם טירפֿאָרהאַנג פֿון אוֹהל-מוֹעד:
26
און די אַרומהאַנגען פֿון הױף, און דעם טירפֿאָרהאַנג פֿון טױער פֿון דעם הױף װאָס רונד אַרום דעם מִשכּן און דעם מזבח, און זײערע שטריק, און אַלע זײערע אַרבעטגעצײַג; און אַלץ װאָס דאַרף דערמיט געטאָן װערן זאָלן זײ טאָן.
27
לױט דעם מױל פֿון אַהרֹנען און זײַנע זין זאָל געשען דער גאַנצער דינסט פֿון די קינדער פֿון די גֵרשונים, אין אַל זײער טראָגן, און אין אַל זײער דינסט; און איר זאָלט איבערגעבן אין זײער היטונג אַלץ װאָס זײ דאַרפֿן טראָגן.
28
דאָס איז דער דינסט פֿון די משפּחות פֿון די קינדער פֿון די גֵרשונים אין אוֹהל-מוֹעד; און זײער היטוגן זאָל זײַן אונטער דער האַנט פֿון איתָמָר דעם זון פֿון אַהרן דעם כֹּהן.
29
די קינדער פֿון מרָרי, זײ אױך זאָלסטו צײלן לױט זײערע משפּחות, לױט זײערע פֿאָטערהײַזער.
30
פֿון דרײַסיק יאָר אַלט און העכער, און ביז פֿופֿציק יאָר אַלט, זאָלסטו זײ צײלן, איטלעכן װאָס גײט אַרײַן אין דינסט צו טאָן די אַרבעט פֿון אוֹהל-מוֹעד.
31
און דאָס איז װאָס זײ דאַרפֿן אָפּהיטן צו טראָגן, לױט זײער גאַנצן דינסט אין אוֹהל-מוֹעד: די ברעטער פֿון מִשכּן, און זײַנע ריגלען, און זײַנע זײַלן, און זײַנע שװעלן;
32
און די זײַלן פֿון הױף רונד אַרום, און זײערע שװעלן, און זײערע פֿלעקלעך, און זײערע שטריק – אַלע זײערע זאַכן, און אַלע זײערע צובאַהער. און מיט די נעמען זאָלט איר אױסצײלן די זאַכן װאָס זײ דאַרפֿן אָפּהיטן צו טראָגן.
33
דאָס איז דער דינסט פֿון די משפּחות פֿון די קינדער פֿון מרָרי, לױט אַל זײער דינסט אין אוֹהל-מוֹעד, אונטער דער האַנט פֿון איתָמָר דעם זון פֿון אַהרן דעם כֹּהן.
34
און משה און אַהרן און די פֿירשטן פֿון דער עדה האָבן געצײלט די קינדער פֿון די קהָתים לױט זײערע משפּחות, און לױט זײערע פֿאָטערהײַזער,
35
פֿון דרײַסיק יאָר אַלט און העכער, און ביז פֿופֿציק יאָר אַלט, איטלעכן װאָס איז אַרײַן אין דינסט צו דער אַרבעט אין אוֹהל-מוֹעד.
36
און זײערע געצײלטע לױט זײערע משפּחות, זײַנען געװען צװײ טױזנט זיבן הונדערט און פֿופֿציק.
37
דאָס זײַנען די געצײלטע פֿון די משפּחות פֿון די קהָתים, אַלע װאָס האָבן געדינט אין אוֹהל-מוֹעד, די װאָס משה און אַהרן האָבן געצײלט לױט דעם מױל פֿון גאָט דורך משהן.
38
און די געצײלטע פֿון די קינדער פֿון גֵרשוֹן לױט זײערע משפּחות, און לױט זײערע פֿאָטערהײַזער,
39
פֿון דרײַסיק יאָר אַלט און העכער, און ביז פֿופֿציק יאָר אַלט, איטלעכער װאָס איז אַרײַן אין דינסט צו דער אַרבעט אין אוֹהל-מוֹעד.
40
זײערע געצײלטע לױט זײערע משפּחות, לױט זײערע פֿאָטערהײַזער, זײַנען געװען צװײ טױזנט און זעקס הונדערט און דרײַסיק.
41
דאָס זײַנען די געצײלטע פֿון די משפּחות פֿון די קינדער פֿון גֵרשוֹן, אַלע װאָס האָבן געדינט אין אוֹהל-מוֹעד, די װאָס משה און אַהרן האָבן געצײלט לױט דעם מױל פֿון גאָט.
42
און די געצײלטע פֿון די משפּחות פֿון די קינדער פֿון מרָרי לױט זײערע משפּחות, לױט זײערע פֿאָטערהײַזער,
43
פֿון דרײַסיק יאָר אַלט און העכער, און ביז פֿופֿציק יאָר אַלט, איטלעכער װאָס איז אַרײַן אין דינסט צו דער אַרבעט אין אוֹהל-מוֹעד
44
זײערע געצײלטע לױט זײערע משפּחות, זײַנען געװען דרײַ טױזנט און צװײ הונדערט.
45
דאָס זײַנען די געצײלטע פֿון די משפּחות פֿון די קינדער פֿון מרָרי, װאָס משה און אַהרן האָבן געצײלט לױט דעם מױל פֿון גאָט דורך משהן.
46
אַלע געצײלטע װאָס משה און אַהרן און די פֿירשטן פֿון ישׂראל האָבן געצײלט פֿון די לוִיִים לױט זײערע משפּחות, און לױט זײערע פֿאָטערהײַזער,
47
פֿון דרײַסיק יאָר אַלט און העכער, און ביז פֿופֿציק יאָר אַלט, איטלעכער װאָס איז געקומען דינען דעם דינסט פֿון אַרבעט, און דעם דיסנט פֿון טראָגן, אין אוֹהל-מוֹעד.
48
זײערע געצײלטע זײַנען געװען אַכט טױזנט און פֿינף הונדערט און אַכציק.
49
לױט דעם מױל פֿון גאָט דורך משהן האָט מען זײ געשטעלט יעטװעדער מאַן אױף זײַן דינסט און אױף זײַן משׂא. אַזױ איז געװען זײער צײלונג װאָס גאָט האָט באַפֿױלן משהן.