Yiddish
Hebrew
אידיש
1 און גאָט האָט גערעדט צו משהן, אַזױ צו זאָגן: 2 באַפֿעל די קינדער פֿון ישׂראל, און זאָלסט זאָגן צו זײ: אַז איר קומט קײן לאַנד כּנַעַן, זאָל דאָס זײַן דאָס לאַנד װאָס װעט אײַך פֿאַלן פֿאַר אַ נחלה – דאָס לאַנד כּנַעַן לױט אירע געמאַרקן: 3 די דָרום-זײַט זאָל אײַך זײַן פֿון מדבר צִן לעבן אֶדוֹם, און דער געמאַרק פֿון דָרום זאָל אײַך זײַן פֿון עק יַם-הַמֶלַח, צו מזרח. 4 און דער געמאַרק זאָל זיך אױסדרײען בײַ אײַך צו דָרום פֿון דעם אױפֿגאַנג פֿון עַקרַבים, און אַריבערגײן קײן צִן; און זײַן אױסלאָז זאָל זײַן אין דָרום פֿון קָדֵש-ברנֵעַ; און ער זאָל אַרױסגײן צו חַצַר-אַדָר, און אַריבערגײן ביז עַצמוֹן. 5 און דער געמאַרק זאָל זיך אױסדרײען פֿון עַצמוֹן צום טײַך פֿון מִצרַיִם; און זײַן אױסלאָז זאָל זײַן בײַם ים. 6 און דער געמאַרק פֿון מערבֿ זאָל אײַך זײַן דער יַם-הַגָדול מיטן ברעג; דאָס זאָל אײַך זײַן דער געמאַרק פֿון מערבֿ. 7 און דאָס זאָל אײַך זײַן דער געמאַרק פֿון צפֿון: פֿון יַם-הַגָדול זאָלט איר אײַך צײכענען ביז דעם באַרג הוֹר. 8 פֿון באַרג הוֹר זאָלט איר צײכענען ביז מע קומט קײן חַמָת; און דער אױסלאָז פֿון דעם געמאַרק זאָל זײַן בײַ צדָד. 9 און דער געמאַרק זאָל אַרױסגײן בײַ זִפֿרוֹן, און זײַן אױסלאָז זאָל זײַן חַצַר-עֵינָן. דאָס זאָל אײַך זײַן דער געמאַרק פֿון צפֿון. 10 און איר זאָלט אײַך צײכענען פֿאַרן געמאַרק פֿון מזרח פֿון חַצַר-עֵינָן ביז שפֿם. 11 און דער געמאַרק זאָל אַראָפּנידערן פֿון שפֿם ביז רִבֿלָה, אין מזרח פֿון עַיִן; און דער געמאַרק זאָל אַראָפּנידערן און זיך אָנשטױסן אָן דעם באַרגרוקן פֿון ים כִּנֶרֶת, צו מזרח. 12 און דער געמאַרק זאָל אַראָפּנידערן צום יַרדן, און זײַן אױסלאָז זאָל זײַן דער יַם-הַמֶלַח. דאָס זאָל אײַך זײַן דאָס לאַנד לױט אירע געמאַרקן רונד אַרום. 13 און משה האָט באַפֿױלן די קינדער פֿון ישׂראל, אַזױ צו זאָגן: דאָס איז דאָס לאַנד װאָס איר זאָלט עס זיך אַרבן לױט גוֹרל, װאָס גאָט האָט באַפֿױלן צו געבן צו די נײַן שבֿטים און דעם האַלבן שבֿט. 14 װאָרום דער שבֿט פֿון די קינדער פֿון ראובֿן לױט זײערע פֿאָטערהײַזער, און דער שבֿט פֿון די קינדער פֿון גָד לױט זײערע פֿאָטערהײַזער, האָבן געקריגן, און האַלב שבֿט מנשה האָבן געקריגן, זײער נחלה. 15 די צװײ שבֿטים און דער האַלבער שבֿט האָבן געקריגן זײער נחלה פֿון דער זײַט יַרדן לעבן יריחו, צו מזרח, צו זונאױפֿגאַנג.
16 און גאָט האָט גערעדט צו משהן, אַזױ צו זאָגן: 17 דאָס זײַנען די נעמען פֿון די מענער װאָס זאָלן אַרבן פֿאַר אײַך דאָס לאַנד: אֶלעָזָר דער כֹּהן, און יהוֹשועַ דער זון פֿון נון. 18 און איר זאָלט נעמען צו אײן פֿירשט, צו אײן פֿירשט פֿון אַ שבֿט, צו אַרבן דאָס לאַנד. 19 און דאָס זײַנען די נעמען פֿון די מענער: פֿאַר שבֿט יהודה, כָּלֵבֿ דער זון פֿון יפֿונֶהן. 20 און פֿאַר דעם שבֿט פֿון די קינדער פֿון שמעון, שמואל דער זון פֿון עַמיהודן. 21 פֿאַר שבֿט בנימין, אֶלידָד דער זון פֿון כִּסלוֹנען. 22 און פֿאַר דעם שבֿט פֿון די קינדער פֿון דָן, דער פֿירשט בוקי דער זון פֿון יָגלין. 23 פֿאַר די קינדער פֿון יוֹסף: פֿאַר דעם שבֿט פֿון די קינדער פֿון מנשה, דער פֿירשט חַניאֵל דער זון פֿון אֵפֿוֹדן; 24 און פֿאַר דעם שבֿט פֿון די קינדער פֿון אפֿרים, דער פֿירשט קמואֵל דער זון פֿון שִפֿטָנען. 25 און פֿאַר דעם שבֿט פֿון די קינדער פֿון זבֿולון, דער פֿירשט אֶליצָפֿן דער זון פֿון פּרנָכן. 26 און פֿאַר דעם שבֿט פֿון די קינדער פֿון יִשׂשָׂכָר, דער פֿירשט פּלטיאֵל דער זון פֿון עַזָנען. 27 און פֿאַר דעם שבֿט פֿון די קינדער פֿון אָשר, דער פֿירשט אַחיהוד דער זון פֿון שלוֹמין, 28 און פֿאַר דעם שבֿט פֿון די קינדער פֿון נפֿתָּלי, דער פֿירשט פּדָהאֵל דער זון פֿון עַמיהודן. 29 דאָס זײַנען די װעמען גאָט האָט באַפֿױלן צו מאַכן אַרבן די קינדער פֿון ישׂראל אין לאַנד כּנַעַן.
עברית
1 וַיְדַבֵּ֥ר יְהוָ֖ה אֶל־מֹשֶׁ֥ה לֵּאמֹֽר׃ 2 צַ֞ו אֶת־בְּנֵ֤י יִשְׂרָאֵל֙ וְאָמַרְתָּ֣ אֲלֵהֶ֔ם כִּֽי־אַתֶּ֥ם בָּאִ֖ים אֶל־הָאָ֣רֶץ כְּנָ֑עַן זֹ֣את הָאָ֗רֶץ אֲשֶׁ֨ר תִּפֹּ֤ל לָכֶם֙ בְּֽנַחֲלָ֔ה אֶ֥רֶץ כְּנַ֖עַן לִגְבֻלֹתֶֽיהָ׃ 3 וְהָיָ֨ה לָכֶ֧ם פְּאַת־נֶ֛גֶב מִמִּדְבַּר־צִ֖ן עַל־יְדֵ֣י אֱד֑וֹם וְהָיָ֤ה לָכֶם֙ גְּב֣וּל נֶ֔גֶב מִקְצֵ֥ה יָם־הַמֶּ֖לַח קֵֽדְמָה׃ 4 וְנָסַ֣ב לָכֶם֩ הַגְּב֨וּל מִנֶּ֜גֶב לְמַעֲלֵ֤ה עַקְרַבִּים֙ וְעָ֣בַר צִ֔נָה והיה תּֽוֹצְאֹתָ֔יו מִנֶּ֖גֶב לְקָדֵ֣שׁ בַּרְנֵ֑עַ וְיָצָ֥א חֲצַר־אַדָּ֖ר וְעָבַ֥ר עַצְמֹֽנָה׃ 5 וְנָסַ֧ב הַגְּב֛וּל מֵעַצְמ֖וֹן נַ֣חְלָה מִצְרָ֑יִם וְהָי֥וּ תוֹצְאֹתָ֖יו הַיָּֽמָּה׃ 6 וּגְב֣וּל יָ֔ם וְהָיָ֥ה לָכֶ֛ם הַיָּ֥ם הַגָּד֖וֹל וּגְב֑וּל זֶֽה־יִהְיֶ֥ה לָכֶ֖ם גְּב֥וּל יָֽם׃ 7 וְזֶֽה־יִהְיֶ֥ה לָכֶ֖ם גְּב֣וּל צָפ֑וֹן מִן־הַיָּם֙ הַגָּדֹ֔ל תְּתָא֥וּ לָכֶ֖ם הֹ֥ר הָהָֽר׃ 8 מֵהֹ֣ר הָהָ֔ר תְּתָא֖וּ לְבֹ֣א חֲמָ֑ת וְהָי֛וּ תּוֹצְאֹ֥ת הַגְּבֻ֖ל צְדָֽדָה׃ 9 וְיָצָ֤א הַגְּבֻל֙ זִפְרֹ֔נָה וְהָי֥וּ תוֹצְאֹתָ֖יו חֲצַ֣ר עֵינָ֑ן זֶֽה־יִהְיֶ֥ה לָכֶ֖ם גְּב֥וּל צָפֽוֹן׃ 10 וְהִתְאַוִּיתֶ֥ם לָכֶ֖ם לִגְב֣וּל קֵ֑דְמָה מֵחֲצַ֥ר עֵינָ֖ן שְׁפָֽמָה׃ 11 וְיָרַ֨ד הַגְּבֻ֧ל מִשְּׁפָ֛ם הָרִבְלָ֖ה מִקֶּ֣דֶם לָעָ֑יִן וְיָרַ֣ד הַגְּב֔וּל וּמָחָ֛ה עַל־כֶּ֥תֶף יָם־כִּנֶּ֖רֶת קֵֽדְמָה׃ 12 וְיָרַ֤ד הַגְּבוּל֙ הַיַּרְדֵּ֔נָה וְהָי֥וּ תוֹצְאֹתָ֖יו יָ֣ם הַמֶּ֑לַח זֹאת֩ תִּהְיֶ֨ה לָכֶ֥ם הָאָ֛רֶץ לִגְבֻלֹתֶ֖יהָ סָבִֽיב׃ 13 וַיְצַ֣ו מֹשֶׁ֔ה אֶת־בְּנֵ֥י יִשְׂרָאֵ֖ל לֵאמֹ֑ר זֹ֣את הָאָ֗רֶץ אֲשֶׁ֨ר תִּתְנַחֲל֤וּ אֹתָהּ֙ בְּגוֹרָ֔ל אֲשֶׁר֙ צִוָּ֣ה יְהוָ֔ה לָתֵ֛ת לְתִשְׁעַ֥ת הַמַּטּ֖וֹת וַחֲצִ֥י הַמַּטֶּֽה׃ 14 כִּ֣י לָקְח֞וּ מַטֵּ֨ה בְנֵ֤י הָראוּבֵנִי֙ לְבֵ֣ית אֲבֹתָ֔ם וּמַטֵּ֥ה בְנֵֽי־הַגָּדִ֖י לְבֵ֣ית אֲבֹתָ֑ם וַחֲצִי֙ מַטֵּ֣ה מְנַשֶּׁ֔ה לָקְח֖וּ נַחֲלָתָֽם׃ 15 שְׁנֵ֥י הַמַּטּ֖וֹת וַחֲצִ֣י הַמַּטֶּ֑ה לָקְח֣וּ נַחֲלָתָ֗ם מֵעֵ֛בֶר לְיַרְדֵּ֥ן יְרֵח֖וֹ קֵ֥דְמָה מִזְרָֽחָה׃   פ
16 וַיְדַבֵּ֥ר יְהוָ֖ה אֶל־מֹשֶׁ֥ה לֵּאמֹֽר׃ 17 אֵ֚לֶּה שְׁמ֣וֹת הָֽאֲנָשִׁ֔ים אֲשֶׁר־יִנְחֲל֥וּ לָכֶ֖ם אֶת־הָאָ֑רֶץ אֶלְעָזָר֙ הַכֹּהֵ֔ן וִיהוֹשֻׁ֖עַ בִּן־נֽוּן׃ 18 וְנָשִׂ֥יא אֶחָ֛ד נָשִׂ֥יא אֶחָ֖ד מִמַּטֶּ֑ה תִּקְח֖וּ לִנְחֹ֥ל אֶת־הָאָֽרֶץ׃ 19 וְאֵ֖לֶּה שְׁמ֣וֹת הָאֲנָשִׁ֑ים לְמַטֵּ֣ה יְהוּדָ֔ה כָּלֵ֖ב בֶּן־יְפֻנֶּֽה׃ 20 וּלְמַטֵּה֙ בְּנֵ֣י שִׁמְע֔וֹן שְׁמוּאֵ֖ל בֶּן־עַמִּיהֽוּד׃ 21 לְמַטֵּ֣ה בִנְיָמִ֔ן אֱלִידָ֖ד בֶּן־כִּסְלֽוֹן׃ 22 וּלְמַטֵּ֥ה בְנֵי־דָ֖ן נָשִׂ֑יא בֻּקִּ֖י בֶּן־יָגְלִֽי׃ 23 לִבְנֵ֣י יוֹסֵ֔ף לְמַטֵּ֥ה בְנֵֽי־מְנַשֶּׁ֖ה נָשִׂ֑יא חַנִּיאֵ֖ל בֶּן־אֵפֹֽד׃ 24 וּלְמַטֵּ֥ה בְנֵֽי־אֶפְרַ֖יִם נָשִׂ֑יא קְמוּאֵ֖ל בֶּן־שִׁפְטָֽן׃ 25 וּלְמַטֵּ֥ה בְנֵֽי־זְבוּלֻ֖ן נָשִׂ֑יא אֱלִיצָפָ֖ן בֶּן־פַּרְנָֽךְ׃ 26 וּלְמַטֵּ֥ה בְנֵֽי־יִשָׂשכָ֖ר נָשִׂ֑יא פַּלְטִיאֵ֖ל בֶּן־עַזָּֽן׃ 27 וּלְמַטֵּ֥ה בְנֵי־אָשֵׁ֖ר נָשִׂ֑יא אֲחִיה֖וּד בֶּן־שְׁלֹמִֽי׃ 28 וּלְמַטֵּ֥ה בְנֵֽי־נַפְתָּלִ֖י נָשִׂ֑יא פְּדַהְאֵ֖ל בֶּן־עַמִּיהֽוּד׃ 29 אֵ֕לֶּה אֲשֶׁ֖ר צִוָּ֣ה יְהוָ֑ה לְנַחֵ֥ל אֶת־בְּנֵֽי־יִשְׂרָאֵ֖ל בְּאֶ֥רֶץ כְּנָֽעַן׃   פ